מענדל האָפֿמאַן |
ווען מ׳איז יונג און מ׳שטייט אין שידוכים קלערט מען נישט וועגן דעם מאָרגן. מען טראַכט בלויז, ווער איז ער? ווי זעט ער אויס? איז ער אַ מענטש אָדער איז ער נישט, הײַנט געדאַכט. צו אַכצן האָב איך געוווּסט איין זאַך: ער דאַרף זײַן אַן אַמעריקאַנער, און מקיים זײַן מײַן מאַמעס חלום; ער דאַרף זײַן הויך, מיט ברייטע פּלייצעס, און מיט אַ שוואַרצער קוטשעראַווער טשופּרינע. איין זאַך איז מיר געלעגן אין זינען — איך וועל נישט נעמען קיין בחור וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום בײַ היטלערן, ווײַל ווער ווייסט ווי ער איז באַשעדיקט, ווער ווייסט צי ער איז אַרויסגעקומען דערפֿון בשלום.
האָב איך טאַקע געהאַט אַ מין חתן מיט אַלע פּיטשעווקעס, אַן אַמעריקאַנער וואָס רעדט ייִדיש, הויך און ברייטפּלייציק, מיט אַ קוטשעראַוון קאָפּ האָר, און דערצו רעדט ער אַ געזונטן מאַמע־לשון ווײַל ער איז אַ זון פֿון אַ באַרימטן ייִדישן פּאָעט. אַלע זײַנען מיך מקנא געווען. אַ "קאַלעדזש־בוי," דינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק, קומט צו מיר סוף־וואָכן. מיר פֿאַרברענגען אין די נאַכט־לאָקאַלן, ער שווערט מיר אייביקע ליבע. וואָס נאָך דאַרף אַ יונג מיידל צו אַכצן.
ס׳איז פּונקט געווען אין מיטן דער קאָרעער מלחמה, האָט אים די אַרמיי אַוועקגעשיקט קיין אָקינאַווע. האָט מען זיך גענומען איבערשרײַבן ליבעס־בריוועלעך. בין איך געווען די יוליאַ אָבער ער איז נישט געווען קיין ראָמעאָ. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז געווען אַ זון פֿון אַ ייִדישן פּאָעט, האָט ער אָבער נישט געירשנט זײַן טאַטנס שרײַבקונסט, און די מאָנאַטן זײַנען געפֿלויגן. איך האָב געהאַט צײַט איבערצוטראַכטן די גאַנצע פּאָלאָזשעניע (מצבֿ). די צרה איז געווען וואָס איך בין געווען פֿאַרליבט אין ליבע גופֿא און נישט אין דעם בחור דווקא. איך האָב אַלץ און אַלעמען ליב געהאַט אַרום זיך. נישט אַנדערש ווי עפּעס אַ ליבעס־ווערעמל האָט זיך אײַנגענורעט אין מײַנע אינגעוויידן, און קאָמאַנדעוועט ביז דער סטעליע. וואָזשע טוט מען? די ליבעס־בריוועלעך פֿון משהן זײַנען געוואַקסן פֿון טאָג צו טאָג, און מיט יעדן בריוו האָב איך זיך געהאַלטן אין איין בײַטן. איך האָב געטראַכט, אַז ליבע איז דאָך דער קווינטעסענץ פֿון אַלץ וואָס חלומט און בענקט, פֿון אַלץ וואָס כּישופֿט און רייצט. מיידלשע חלומות. אָבער דער חתן־בחור וואָס געפֿינט זיך אין אָקינאַווע באַווײַזט זיך נישט אין קיין איינס פֿון מײַנע מיידלשע איבערלעבונגען. וואָס קען דאָס זײַן? האָב איך זיך געטראַכט.
דער אמת איז, אַז עפּעס האָט דאָ נישט געשטימט און נישט געטויגט. די עצם זאַך האָט זיך געהאַלטן אויף הינערשע פֿיסעלעך. מיט איין וואָרט, אפֿשר איז דאָס נישט יענע ליבע וואָס איך האָב געפֿילט ווען איך האָב געזען מײַנע ערשטע פֿילמען אין פּליטים־לאַגער. "ייִדל מיטן פֿידל," ווען מאָלי פּיקאָן האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ קלעזמער־ייִנגל און זיך פֿאַרליבט אין פֿרויקען, ס׳הייסט אין לעאָ ליבגאָלדן. ערשט דעמאָלט האָב איך זיך פֿאַרליבט, און אַז אַ מיידעלע פֿון עלף פֿאַרליבט זיך אין אַ פֿילם־שטערן, זוכט זי אים אַרום דאָס גאַנצע לעבן. נו, וואָס זאָל איך אײַך ברײַען אַ ספּאָדיק, ליבע פֿרײַנד. ווען מײַן בחור איז צוריקגעקומען פֿון אָקינאַווע האָב איך אים פֿאָרגעלייגט אַ פּלאַן.
"לאָמיר זיך שיידן אויף דרײַ חדשים, אַרומקוקן זיך וואָס ס׳טוט זיך מחוץ אונדזער פּעריפֿעריע, פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אַנדערע בחורים און ער פֿון אַנדערע מיידלעך."
און ווען ער האָט אײַנגעשטימט, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז נישט פֿאַר מיר. צוריק אַן אַלטע מויד פֿון אַכצן. איך האָב געהאַט אַרום זיך אַ גוטע קאָמפּאַניע, און צווישן זיי, משהלע קליגסבערג, דער אַרכיוויסט אין ייִוואָ. ער האָט דעמאָלט געמוזט זײַן אַ ייִד פֿון איבער פֿופֿציק. אָנגעוווירן זײַן פֿרוי און קינדער בעתן חורבן, האָט ער זיך אַרומגערינגלט מיט חבֿרה יונגוואַרג און מיך בתוכם. איך האָב אים פֿאָרגעלייגט אין די פֿופֿציקער יאָרן, מ׳זאָל ביידע שאַפֿן אַ יוגנט־גרופּע פֿון דער שארית־הפּליטה־יוגנט, און ער האָט אויסגעפּועלט בײַם "בונד" צו געבן אונדז דעם שענסטן זאַל פֿון אַטראַן־הויז, אויף דער 78סטער גאַס, צווייטער שטאָק, אַוווּ עס איז געהאַנגען אַ גרויסע מאָלערײַ פֿון י. ל. פּרצן, און ווען מ׳גייט פֿאַרבײַ פּרצעס פּאָרטרעט, גייען דיר נאָך זײַנע אויגן. דאַכט זיך, אַז דער מאָלער ליכטנשטיין האָט עס געמאָלן. הײַנט הענגט דאָס בילד אין ייִדישן "פֿאָרווערטס." יעדן זונטיק פֿלעגט מען זיך צונויפֿקומען, זינגען, טאַנצן און פֿלירטעווען. אַמאָל אַפֿילו פֿאָרלייענען פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. פֿאַרשטייט זיך, אַז יענע קינדער פֿון די געראַטעוועטע זײַנען ס׳רובֿ געווען ווײַט פֿון זײַן דערצויגן אין אַ שול־סיסטעם. די מלחמה, דער חורבן.
די חבֿרה יונגעלײַט און מיידלעך האָבן זיך געמערט. הונדערטער האָבן אָנגעקלאַפּט אין אונדזער טיר. און מיר האָבן זיי אַלע אויפֿגענומען בתּשואות־חן. מיידלעך האָבן געפֿונען דאָרט חתנים, בחורים כּלות, אַ חוץ מיר. מיר איז קיינער נישט געפֿעלן, קיינער פֿון זיי האָט נישט נושׂא־חן געווען אין מײַנע אויגן. זעט אויס, אַז איך בין געווען אַ גרויסע איבערקלײַבערקע און אַ קאַפּריזנע מויד. איין זאַך איז מיר געלעגן אין זינען, איך וועל קאַטעגאָריש נישט נעמען קיין בחור וואָס איז געווען בײַ די דײַטשן אין די טויטלאַגערן. איך האָב פּשוט מורא געהאַט פֿאַר אַזאַ איינעם. ווער ווייסט מיט וועלכע קאָשמאַרן ער טראָגט זיך אַרום, וועלכע אומרוען מוטשען זײַן געמיט. איין מאָל זאָגט מיר משהלע קליגסבערג.
"איך האָב אַ בחור פֿאַר דיר! ממש צוגעפּאַסט ווי אַ הענטשקע."
"לאָזט אָפּ חבֿר קליגסבערג!" האָב איך זיך אָנגעברוגזט, "ס׳וואַקסט נאָך נישט בײַ מיר קיין גרויער צאָפּ. איך קען זיך אַליין מײַן שטעטל באַשטיין. און ווער, למשל איז ער, דער זיווג מײַנער?" בין איך פֿאָרט געווען נײַגעריק.
"ער איז דער פֿאָרזיצער פֿון סעגאַלאָוויטש־צווײַג פֿון 'אַרבעטער־רינג.’ דאָרט זײַנען פֿאַראַן אַ גרופּע יונגע מענטשן וואָס וואָלטן זיך געוואָלט באַקענען מיט אונדזער גרופּע."
איין שיינעם זונטיקדיקן פֿרימאָרגן, האָבן אַרײַנמאַרשירט אַ כאָפּטע מיידן מיט יונגען פֿון "סעגאַלאָוויטש־ברענטש." זיי האָבן אין מײַנע אויגן אויסגעזען ווי אַמעריקאַנער. ווער ווייסט מיט וויפֿל עלטער פֿון אונדז, איך בין אָבער געווען פֿאַרנומען מיט אַנדערע געשעפֿטן. מיר איז געגאַנגען אין לעבן צו רעדן ייִדיש, צו זינגען ייִדישע לידער, און צו באַקענען די חבֿרה יונגע פּלימעניקעס מיט דער רײַכער ייִדישער פּאָעזיע. ערשטנס, ווײַל איך בין פּונקט דעמאָלט געגאַנגען אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, און צווייטנס, בין איך שוין געווען אָנגעשטעקט מיט דער רחבֿותדיקער ייִדישער ליטעראַטור.
משהלע קליגסבערג, אַ קליין ייִדעלע פֿון וווּקס, האָט מיר אָנגעוויזן אויף מענדלען:
"אָט יענער בחור איז פֿאַר דיר!" — האָט ער מיר געטאַדלט מיטן פֿינגער. "ער איז אינטעליגענט, געלערנט און מיט אַלע מעלות, און אַ חוץ דעם, איז ער דער פֿאָרזיצער פֿונעם סעגאַלאָוויטש־ברענטש."
"וואָס טוט זיך מיט אײַך חבֿר קליגסבערג" — האָב איך אויסגעשאָסן די מינוט וואָס איך האָב אים דערזען. "קודם איז ער דאָך צו אַלט פֿאַר מיר, און בכלל נישט מײַן גוסט, נישט מײַן טיפּ און נישט מײַן אויסוואַל." דער אמת איז, אַז איך האָב אַליין נישט געוווּסט ווער ס׳וועט מיר געפֿעלן, אָבער זיכער נישט יענער מענדל?
פֿאַרשטייט זיך, אַז מענדל האָט קיין אַנונג נישט געהאַט, אַז מען שדכנט מיך צו אים. ער האָט מיר שפּעטער פֿאַרטרויט, אַז ער איז געווען אונטערן אײַנדרוק אַז איך בין צו יונג פֿאַר אים, און אַז איך בין מסתּמא אַן איבערקלײַבערקע, און אַז איך בין נישט פֿאַר אים. פֿאַרטיק. עס זײַנען אַריבער חדשים און איך האָב נישט געזען און נישט געהערט פֿון אים. אַ סימן, אַז צווישן אונדז איז אַ שוואַרצע קאַץ אַדורכגעלאָפֿן. איין סוף־וואָך, איך קום אין סעמינאַר, און זע אַז אַרום דעם סעמינאַר־טיש זיצט מענדל און הערט זיך צו צו דער לעקציע וואָס געפֿירט האָט זי מײַן לערער יצחק כאַרלאַש. קוק איך אים אָן סקאָס, קוקט ער מיך אָן מיט אַ פּאָר לאַכעדיקע אויגן. ווי האָט שפּעטער מיר געזאָגט דער חבֿר קעמפּינסקי, אויך אַ בונדיסט:
"זעסט נישט, ער קוקט אויף דיר מיט אַ פּאָר קעלבערנע אויגן."
בײַם סוף פֿון דער לעקציע, קומט מענדל צו צו מיר און לייגט מיר פֿאָר צו נעמען מיך אַהיים מיט דער "סאָבוויי," דווקא, ווײַל ער איז געווען אַ פּענטאַק און נישט פֿאַרמאָגט קיין אויטאָ ווי משה. ער זאָגט מיר, אַז ער וווינט אויך אין דער בראָנקס, איז אין איין וועגנס.
"מהיכא־תּיתי," האָב איך אים געענטפֿערט, "נעם מיך אַהיים, וואָס קען דאָ שאַטן?" נישט נאָר נעמט ער מיך אַהיים, נאָר ער פֿירט מיך אָפּ צו דער טיר און בעט מײַן טעלעפֿאָן־נומער. מיר געזעגענען זיך. ער גיט מיר די האַנט, און עפּעס ווי אַ שטראָם וואָלט אַדורך דורך מײַנע גלידער. אינטערעסאַנט, האָב איך געטראַכט. מײַן זונטיקדיקער גרופּע האָט זיך שפּעטער מיט אַ חודש פֿאַרגלוסט צו גיין אין ייִדישן טעאַטער. דאָס אַטראַן־הויז איז געשטאַנען אויף דער 78סטער גאַס, ראָג מעדיסאָן־עוועניו. און מאָריס שוואַרצס ייִדישער טעאַטער האָט זיך געפֿונען אויף דער 12טער גאַס און 2טער עוועניו, פֿאָלג מיך אַ גאַנג. קיין געלט האָט מען נישט געהאַט, האָט עמעצער פֿאָרגעלייגט:
"לאָמיר גיין צו פֿוס. ס׳איז פֿרי און מיר זײַנען יונג און שטאַרק."
זײַנען מיר אַוועק און אָנגעקומען אין טעאַטער אויף דער נאַכט, צום צווייטן אַקט פֿון "יאָשע קאַלב." בײַם צווייטן אַקט, איז אַ חבֿרה יונגע מענטשן אַרויס רייכערן און כאַפּן פֿרישע לופֿט. מיר זײַנען אַרײַן מיט זיי צום צווייטן אַקט און נישט געדאַרפֿט צאָלן פֿאַר בילעטן. נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז אונדזער גרופּע און די סעגאַלאָוויטש־ברענטש־חבֿרה אַוועק אין אַ פּיצעריאַ, אַנטקעגן איבער דער גאַס. פּונקט האָט זיך מענדל געזעצט לעבן מיר. ער האָט זיך אײַנגעבויגן און מיר פֿאָרגעלייגט:
"איך האָב צוויי בילעטן צו טשעכאָווס 'דער קאַרשנסאָד’ (Cherry Orchard). צי בין איך אַ בעלנטע דערויף?" און אַזוי ווי איך בין שטאַרק אימפּולסיוו, האָב איך אײַנגעשטימט. מענדל איז געקומען נאָך מיר אַהיים. מײַן טאַטן איז ער באַלד געפֿעלן, דער מאַמען — אין גאַנצן נישט. מיר זײַנען אַוועק און אין "סאָבוויי," ווען די טיר האָט זיך געעפֿנט, האָט ער געזאָגט:
"זאָל זײַן מיטן רעכטן פֿוס."
און דאָס איז עס געווען. פֿון יענעם מאָמענט ביז דער חתונה האָט מען זיך נישט געשיידט אויף קיין טאָג. אין אַ צײַט האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ער איז אַדורך אוישוויץ, און אַ מענגע אַנדערע טויטלאַגערן. אַלץ וואָס האָט אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק און אַ פּחד אין מיר, אָבער ס׳איז שוין געווען פֿאַרפֿאַלן. אַזוי זוכנדיק מאַטעריאַלן אין מײַנע שופֿלאָדן האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין מײַן ליבעס־בריוועלע צו מענדלען. און אָט האָט איר עס:
"ווי ס׳ווילט זיך מיר אַ ליבעס־בריוו דיר שרײַבן —
אין שורות צוויי דערציילן דיר אַצינד.
פֿון יענע פּוסטע טעג וואָס זײַנען לאַנג פֿאַרגאַנגען,
פֿון יענע טריבע נעכט וואָס ס׳טראָגט אַוועק דער ווינט.
"דו האָסט זיך אין מײַן האַרץ אַרײַנגעריסן,
פֿאַרוויגטע טרוימען האָבן דאָרט דערוואַכט.
און ס׳האָט אַ חלום זיך צעבליט אין איינעם,
מיט פֿרישע, שפּרודלדיקע כּוחות פֿון אַ מאַכט.
"עס קוקט אויף דיר מײַן האַרץ, מיט אויגן פֿול מיט ליבע.
עס ציט צו דיר ס׳געמיט מײַנס נאָך אַנאַנד.
און ס׳גלעטן דײַנע צאַרטע אויגן מײַן נשמה,
און ס׳לאַשטשעט מיך דײַן שמייכל און דײַן פֿרייד.
"איך טוליע נענטער זיך צו דיר אין מײַן זכּרון.
ווען דו ביסט ערגעץ ווײַט אַוועק פֿון מיר.
געדענק זשע טײַערער, אַז אַלע מײַנע מאָרגנס,
פֿאַרגייען נישט אומזיסט, ווײַל זיי געהערן דיר.
עס איז שוין עלף יאָר זינט מײַן מענדל איז אַוועק, און איך דערמאָן זיך ווען איך האָב אָנגעהויבן צו שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", פֿלעג איך לייענען פֿאַר אים יעדעס אַרטיקעלע. די ערשטע צוויי האָט ער אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט:
"וואָס ווילסטו, קאָנקורירן מיט פּרצן און שלום־עליכמען? דו שרײַבסט ווי דו רעדסט. זײַ דו!" און איך בין.