|
עס רעדט די אָרגאַניזירערין פֿונעם פּאַריזער סימפּאָזיום אירענע אָרעס. עס זיצן פֿון רעכטס: רחל ערטעל, עמערירירטע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרקע; סערזש דאַהאַן, פּרעזידענט פֿון "בני־ברית" אין פֿראַנקרײַך; ראַלף האָפֿמאַן, וויצע־פּרעזידענט פֿון "בני־ברית"; דן מאַריאַשין, וויצע־פּרעזידענט פֿון "בני־ברית"; דייוויד קיליאָן, אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר צו "אונעסקאָ"; נמרוד ברקן, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר צו "אונעסקאָ". |
Credit: Catherine Leuchter |
דאָס איז געווען מײַן ערשטער באַזוך אין פּאַריז. דער האָטעל, וווּ די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם סימפּאָזיום האָבן מיר געגעבן אַ צימער, געפֿינט זיך גלײַך קעגנאיבער דעם הויפּט־בנין פֿון "אונעסקאָ"; ס׳איז אויך זייער נאָענט צו דעם באַרימטן אייפֿעל־טורעם. בײַ נאַכט האָט מען געקאָנט זען פֿונעם באַלקאָן, ווי דער טורעם לאָזט אַרויס יעדע שעה, במשך פֿון עטלעכע מינוט, אַ זיך־דרייענדיקן ליכט־שטראַל, וואָס גיט צו אַ ראָמאַנטישע און כּמעט מיסטישע אַטמאָספֿער צו דער שטאָט.
זונטיק, אַ טאָג פֿאַרן סימפּאָזיום, האָט אַנע ערשלער, מײַנע אַ באַקאַנטע, מיט וועלכער איך האָב זיך געלערנט אין דער זעלבער מיטלשול אין רוסלאַנד, און איצטw אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק, אַן אַקטיווע פּאַריזער ייִדישיסטקע, האָט מיר געגעבן אַן אומפֿאָרמעלן טור איבער דעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, באַקאַנט ווי דאָס "פּלעצל", וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן "מאַרע". מײַן ערשטער שפּאַציר איבער דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט איז געווען אַ חידושדיקער: דערוואַקסענע מיט קינדער־וועגעלעך, וועלאָסיפּעדן, מאָטאָציקלען און אויטאָס. קינד־און־קייט, פֿאָרן בשלום צוזאַמען אויף די שמאָלע גאַסן, פֿול מיט מוזיקאַנטן מכּל־המינים, וועלכע פּרוּוון צו מאַכן אַ ביסל פּרנסה, שפּילנדיק פֿאַר די טויזנטער טוריסטן; וועלכע שפּאַצירן כּסדר איבער די אַלטע פּאַריזער קוואַרטאַלן.
פּונקט אַזאַ אײַנדרוק איז בײַ מיר געבליבן פֿונעם סימפּאָזיום גופֿא. נישט געקוקט אויף דער ערנסטקייט פֿון דער אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם צענטראַלן בנין פֿון אַ וויכטיקן צווײַג פֿון דער "יו־ען", איז דער סימפּאָזיום געראָטן ווי אַ שעפֿערישע, לעבעדיקע, פֿאַרכאַפּנדיקע און בונטע פֿאַרזאַמלונג.
פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי האָט דערקלערט, אין דער אַרײַנפֿיר־סעסיע פֿונעם סימפּאָזיום, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בכּיוון פֿאַרבעטן נישט די גוט־באַקאַנטע פֿאַרוואַלטער און פֿאָרזיצער פֿון ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, נאָר אַזעלכע מענטשן — בפֿרט די יונגע־לײַט — וועלכע קאָנען ווײַזן, אַז די ייִדישע שפּראַך אַנטוויקלט זיך טאַקע ווײַטער נישט בלויז ווי עפּעס אַן אינסטיטוציע־פּראָגראַם, נאָר ווי אַ טייל פֿון אַ לעבעדיקער קולטור.
|
בײַם סוף פֿונעם סימפּאָזיום — עס שפּילן און זינגען (פֿון רעכטס): שורה ליפּאָווסקי, מיישקע אַלפּערט און מענדי כּהנא |
Credit: Marina Alexeeva
|
">נאָך דער אַרײַנפֿיר־סעסיע האָט אַ פֿאָרשטייער פֿון בני־ברית — איינער פֿון די הויפּט־שטיצער פֿונעם סימפּאָזיום — אַרויסגעכאַפּט דעם מיקראָפֿאָן און גענומען דרשענען וועגן פּראָ־ישׂראלדיקער פּאָליטיק. פֿריִער האָבן די פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע שוין געפּרוּווט צוגעבן אַ פּאָליטישן טאָן צו דער אונטערנעמונג. רחל ערטעל, אַ פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם פּאַריזער אוניווערסיטעט און אַ פּראָמינענטע פֿראַנצויזישע ייִדיש־פֿאָרשערין און אַקטיוויסטקע, וועלכע איז אויך אַרויסגעטראָטן בעת דער אַרײַנפֿיר־סעסיע, האָט גאַנץ שאַרף דערקלערט, אַז דער סימפּאָזיום איז נישט קיין פּאָליטישע אונטערנעמונג.
געוויסע באַטייליקטע האָבן מיר שפּעטער געזאָגט, אַז דאָס דאָזיקע געשעעניש האָט בײַ זיי אַרויסגערופֿן אַ זאָרג, אַז דער סימפּאָזיום וועט זיך טאַקע פֿאַרוואַנדלען אין אַ פּאָליטישער דעבאַטע. נאָך דער ערשטער סעסיע איז אָבער אַלץ געגאַנגען כּשורה און צו דער זאַך. דער איינציקער יוצא־מן־הכּלל איז געווען דער סוף פֿונעם ערשטן טאָג, מאָנטיק, ווען עטלעכע צוהערער האָבן, אַנשטאָט צו פֿרעגן פֿראַגעס בײַ די אויפֿטרעטער, אָנגעהויבן אַ רעקלאַמע־פֿאַרשפּרייטונג וועגן זייערע אייגענע אַקטיוויטעטן. מע קאָן אָבער זאָגן, אַז אַזעלכע שמועסן האָבן צוגעגעבן אַ לעבעדיקן טאָן צו דער אונטערנעמונג.
וועגן וואָס האָט מען גערעדט? יצחק־פּרץ בלום, אַן אַנדער באַטייליקטער פֿון ניו־יאָרק, האָט דערציילט דעם עולם וועגן דער "ייִדיש־וואָך" און "ייִדיש־פֿאַרם — צוויי וויכטיקע ניו־יאָרקער איניציאַטיוון, וועלכע שטעלן דעם ציל צו פֿאַראינטערעסירן מער יונגעּ־לײַט מיט ייִדיש און צו פֿאַרבינדן ייִדיש־אַקטיוויטעטן מיט אַ פּראָדוקטיווער לאַנדווירשאַפֿטלעכער אַרבעט.
בעת דעם סימפּאָזיום האָב איך זיך באַקענט מיט מאַרינאַ אַלעקסעיעוואַ־אַנטיפּאָוו — זייער אַ סימפּאַטישע יונגע פֿרוי פֿון פּעטערבורג, רוסלאַנד, אַן אויסגעצייכנטע קענערין פֿון ייִדיש, וועלכע ספּעציאַליזירט זיך אין פֿאָרשונגען פֿון אַהרן צייטלינס ווערק, ווי אויך אַ גוטע פּאָעטעסע; אירע לידער אויף ייִדיש טראָגן אַ פּאָסטמאָדערנעם טיף־פֿילאָסאָפֿישן טעם. אין איר אויפֿטריט, האָט אַלעקסעיעוואַ דערציילט וועגן דעם מצבֿ און די צילן פֿון די הײַנטיקע ייִדיש־שרײַבער.
|
יואל מאַטווייעוו בײַם פּאַריזער סימפּאָזיום (רעכטס) |
Credit: Catherine Leuchter |
דער מחבר פֿון די שורות האָט דערציילט וועגן לעקסיקאָגראַפֿישע קאָמפּיוטער־מיטלען און ייִדיש. במשך פֿון מײַן אַרבעט אין "פֿאָרווערטס", האָב איך געהאַט די זכיה צו באַטייליקן זיך דירעקט אינעם שאַפֿן נײַע וויסנשאַפֿטלעכע, קולטוראָלאָגישע טערמינען אויף ייִדיש. למשל, ווען איך שרײַב אַן אַרטיקל וועגן קוואַנט־פֿיזיק אָדער בודיזם, מוז איך צוטראַכטן כּסדר נײַע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן; כּסדר צו פֿאַרלײַכטערן און פֿאַרבעסערן די אַרבעט בײַ אונדזער צײַטונג, האָב איך אויך געשאַפֿן אַ פּראָגראַם, וואָס פֿאַרריכט די אויסלייג־גרײַזן אויף די "מאַק"־קאָמפּיוטערס.
די אינטערנעץ איז אַ וווּנדערלעך מיטל, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאַרבינדן מענטשן איבער דער גאָרער וועלט, וועלכע וואָלטן אַנדערש, מסתּמא, נישט געקאָנט זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים. איך פּערזענלעך האָב זיך באַקענט אויף דער אינטערנעץ מיט אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע מענטשן, ווי איראַנער מוסולמענער און אירלענדישע קאַטויליקער, וועלכע אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות.
די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס אינעם גלאָבאַלן אינטערנעץ־מישמאַש זענען פֿאַראַן אַ סך פֿרומע חסידישע מחברים, וועלכע איגנאָרירן דעם ייִוואָ־אויסלייג און באַנוצן זיך מיט זייער אייגענער אָרטאָגראַפֿיע, ווי אויך מיט אַ סך ענגלישע ווערטער. פֿונדעסטוועגן, מוז מען האָבן זייער שפּראַך אין זינען, אויב מע וויל אַנטוויקלען קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וועלכע קאָנען פֿאַרשטיין כּלערליי ייִדיש־רעדער, לאַוו־דווקא די, וואָס פֿאָלגן דעם ייִוואָ־סטאַנדאַרט.
דער עולם, וועלכער איז געקומען צו הערן די לעקציעס, איז געווען זייער אַ בונטער. למשל, צווישן די צוהערער איז געווען אַן אַראַביש מיידל פֿון לבֿנון מיטן נאָמען ראָלאַ (רייזעלע) יונאַס, גאָר אַ שיינע און סימפּאַטישע, וועלכע וווינט אין פּאַריז און קאָן ייִדיש אַזוי גוט, ווי דאָס וואָלט געווען איר מאַמע־לשון.
נישט ווייניק צוהערער זענען ספּעציעל געקומען אויף זייער אייגענעם חשבון, פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, אַרײַנגערעכנט אירלאַנד און אויסטראַליע. הלוואַי זאָלן מיר זען נאָך אַזעלכע קאָלאָריטפֿולע, אינטערנאַציאָנאַלע, ערנסטע און פֿאָרט שעפֿערישע, ייִדיש־אונטערנעמונגען אין דער צוקונפֿט!