- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
געזאָגט: — איך וועל ניט שטאַרבן, — צווישן קיריל־אַלפֿאַבעט, צווישן לאָנקעס פֿרעמדע ניט ליגן, אַ דורכגעזאַפּטער מיט ריחות פֿון שאָף, פֿון ברינדזע מיט מאַמעליגע, און קינדערשפּילן צווישן בלאָטיקע פֿאַרבן...1) די סטראָפֿע פֿון דעם ליד "שושלת", ("דינאַסטיע"), וואָס ס’האָט אָנגעשריבן אויף עבֿרית אַ ישׂראלדיקער פּאָעט, אַ געבוירענער אין 1943 אין דער פֿראַנצויזישער טולוז. ער איז אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל, וווינט ניט ווײַט פֿון מיר — אין חולון, און הייסן הייסט ער יוסי. זײַן פֿאַמיליע איז... אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב געאַרבעט, האָט מען געוווּסט, אַז כ’זאַמל מאַטעריאַלן וועגן באַוווּסטע, און אין בעסאַראַביע געבוירענע, ייִדן. אָשר, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אָפּטייל, וווּ מע גיט אַרויס ביכער פֿאַר די לייענער, האָט מיך אין אַ געוויסן טאָג געפֿרעגט, צי איך ווייס וועגן דעם פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן, וואָס שטאַמט פֿון בעסאַראַביע? — געוויס, אַז איך ווייס! — זאָג איך אים. — ניין, ניט דער העברעיִשער דיכטער פֿון בעלץ, נאָר אַן אַרגענטינער, וואָס האָט געשריבן אין שפּאַניש און אַ פּאָר גוטע צענדליק יאָרן געהיילט זיך אין אַ משוגעים־הויז. — נו אויב אַזוי — ענטפֿער איך — איז ער זיכער פֿון אוריִעוו (אוריִעווע, אָרכיי). אָשר מאַכט גרויסע אויגן: — פֿון וואַנען ווייסטו? — דאָ האָב איך זיך שוין צעלאַכט און דערציילט דעם באַוווּסטן אין אונדזערע מקומות וויץ: ס’טרעפֿן זיך צוויי בעסאַראַבער ייִדן און איינער פֿרעגט דעם אַנדערן: איר זענט אַן אוריִעווער? ענטפֿערט אים דער צווייטער ייִד: "איר זענט אַליין אַ משוגענער". די טײַערע משפּחה רויף איז פֿון קעשענעוו! דעם זומער זײַנען מיר נאָך אַ מאָל געווען בײַ זיי צו גאַסט. מיר, דאָס מיינט, דובֿ־בער קערלער און איך אין דער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע — 2011. פֿאַר וואָס נאָך אַ מאָל? ווײַל אַן עלטערער מענטש קאָן דאָך ניט אַלץ געדענקען. ווען מע קומט צו אים דאָס צווייטע, צי דאָס דריטע מאָל, דערמאָנט ער זיך אין זאַכן, וועגן וועלכע ער האָט פֿריִער פֿאַרגעסן. ווען מיר זענען אַרײַנגעקומען אין זייער דירה האָבן מיר דערפֿילט, אַז דאָ הערשט אַן אומעטיקע שטימונג. שאַפּס רויף האָט אונדז ניט תּיכּף דערקענט און דאָס פּנים בײַ זײַן ווײַב, בײַ זעלדע דאַווידאָוונע, איז געווען כמורנע אָן אַ סימן פֿרייד. און מיר ווילן דאָך, אַז זי זאָל אונדז זינגען אַמאָליקע ייִדישע לידער. דאָ, נעמט אַרויס דובֿ־בער זײַן האַנט־קאָמפּיוטער און געפֿינט דאָרטן דעם פֿריִערדיקן אינטערוויו מיט זעלדע רויף, וואָס מיר האָבן פֿאַרשריבן נאָך אין 2006. אויפֿן עקראַן פֿונעם קאָמפּיוטער באַווײַזט זיך די פֿרוי זעלדע דאַווידאָוונע, וואָס זינגט אַזוי חנעוודיק אַמאָליקע ייִדישע לידער. זעען מיר ווי די קנייטשן אויף זעלדעס פּנים צעגלעטן זיך, זי טוט אַ שמייכל און דערנאָך צעלאַכט זי זיך פֿאַר פֿרייד. איר מאַן איז אויך געוואָרן פֿריילעכער און זאָגט אונדז: "ס’האָט שוין פֿון לאַנג בײַ אונדז אין שטוב ניט געקלונגען קיין געלעכטער!"... איך הער שוין, ווי מע פֿרעגט מיך: פֿאַר וואָס דווקא "נעכטן, הײַנט, מאָרגן"? אויב מיט אויפֿמערק באַטראַכטן די הײַנטצײַטיקע געשעענישן, אויב מען באַמיט זיך צו דערגרונטעווען צו זייער יסוד, געפֿינט מען, אַז דער הײַנט איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דעם נעכטן; מע זעט אויך, די צאַרטע שפּראָצן, וועלכע וועלן זיך אין גיכן צעוואַקסן, צעבליִען. צווישן די דאָזיקע דרײַ צײַט־אָפּשניטן עקזיסטירט אַ דיאַלעקטישע פֿאַרבינדונג, און מע קאָן ניט אָפּטיילן דעם הײַנט פֿונעם נעכטן, און אָפּרײַסן דעם מאָרגן פֿונעם הײַנט. ס’רוישט אַרום אונדז דאָס הײַנטיקע לעבן. ערגעץ אין אַ שטוב, מיט דער הילף פֿון די עלטערן, טוט אַ קינד זײַן ערשטן שפּאַן. מיט דער הילף פֿון די לערער, הייבן די תּלמידים אָן אין די שולן צו לייענען, די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן — לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אויף צו באַהערשן די שפּיצן פֿון וויסנשאַפֿט. ערגעץ אין אַ שפּיטאָל גרייט זיך אַ כירורג צו אַן אָפּעראַציע. אין אַ ייִדישן טעאַטער הייבט מען אויף דעם פֿאָרהאַנג... עס זענען פֿאַראַן פֿיל טעמעס, וועגן וועלכע מע קאָן שרײַבן. עס וויל זיך אָבער אין יעדער אַרומיקער דערשײַנונג זען אַן אָפּשײַן פֿון דעם טאָג; דעם נעכטיקן און אַן אויפֿשטײַג פֿון אַ טאָג אַ נײַעם. חשובֿער רעדאַקטאָר, פֿרײַנד באָריס סאַנדלער. דאָס ליד, "לעוו בערינסקיס וועלטן", האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַבן נאָך אין יאָר 2009, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער, צו זײַן ווערן אַ בן־שיבֿעים. נאָר... דו ווייסט דאָך: דער פּאָעט טראַכט און די מוזע לאַכט. צי, ווי עס פֿלעגט זאָגן אַהרן ווערגעליס: אויב דו ווילסט שרײַבן פֿאַר דער אייביקייט, טאָרסטו זיך ניט אײַלן. יעדן פֿאַלס, ערשט די טעג האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצופֿילן דאָס, וואָס כ’האָב פֿאַרטראַכט נאָך מער ווי מיט צוויי יאָר צוריק. לייג איך פֿאָר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאָס אָנגעשריבענע ליד, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער און מײַן פֿרײַנד לעוו בערינסקי. אַ מתּמה, וואָס איז ניט פֿאַרבינדן מיט קיין שום יובֿל־דאַטעס, נאָר האָט אַ שײַכות צו ייִדיש, צו דער ייִדישער ליטעראַטור און צום פּאָעט, וועלכער איז ניט צעבאַלעוועט געואָרן מיטן אויפֿמערק צו זיך און צו זײַן שאַפֿן.
לעוו בערינסקיס וועלטן אין דער שטאָט עכּו, וואָס זי איז געגרינדעט אין אַמאָליקן ווײַטן עבֿר וווינט אָפּגעזונדערט לעוו בערינסקי, צי פּשוטער, היימישער — ליאָווע. דאָרט וווּ ער וווינט, אין ליכטיקן הויז, צוויי צימערן זײַנען בשכנות: ווי אַ זאַל איז איין צימער — רחבֿותדיק גרויס, דער צווייטער, אַ שמאָלער, אַ קליינער. דערציילונג אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר. די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן... ווען איך בין נאָך געווען אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק" האָב איך געטראַכט, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מענטש, איז אַלט־שבאַלט, איז אַ זקן־שבזקן. דאָך איצט, ווען איך ווער באַלד אַלט פֿינף און זעכציק דאַכט זיך מיר, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מאַנצביל איז נאָך אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק". אַלץ איז רעלאַטיוו... פֿאַרשטייט זיך, אָנרופֿן אַ געשעצטן, באַיאָרטן און באַערטן פּראָפֿעסאָר — גרינער "יונגערמאַנטשיק" איז אַ ביסל גראָב־יונגיש. דאָך האָף איך, אַז פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך וועט זיך אויף מיר ניט באַליידיקן, ווײַל מיינען מיין איך זײַן יונגע נשמה, זײַן ענערגיע, זײַנע גײַסטיקע יוגנטלעכע קראַפֿטן. כ׳וואָלט געוואָלט דערמאָנען די לייענער עטלעכע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע פּרטים. יחיאל שיינטוך איז געבוירן געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, דעם 28סטן מאַרץ 1941. דאָרט האָט ער באַקומען זײַן אַלגעמיינע און ייִדישע דערציִונג. געווען אַן אַביטוריאַנט פֿון העברעיִש־ייִדישן לערער־סעמינאַר, וווּ זײַן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור איז געווען שמואל ראָזשאַנסקי. ניט אומזיסט דער נאָמען רבֿקה גראַמט זיך דאָך מיט דיכטונג! ניט אומזיסט דער נאָמען באַסמאַן גראַמט זיך דאָך מיט שאַפֿונג... רבֿקה באַסמאַן אין אַ שמועס אירן מיט דוד פּינסקי האָט אים געזאָגט: "איך אָטעם מיט ייִדיש". כ׳מיין, אַז מיט פֿולער רעכט וואָלט זי געקענט אויך זאָגן: "איך אָטעם מיט ייִדישע לידער". דעם באַקאַנטן זאָג פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער רענע דעקאַרט: "איך דענק, הייסט עס איך עקזיסטיר", וואָלט רבֿקה באַסמאַן געקענט איבערפֿראַזירן אויף איר שטייגער: "איך שרײַב לידער, הייסט עס, איך עקזיסטיר". זי האָט באַשאַפֿן אין אירע לידער אַ באַזונדערע פּאָעטישע וועלט. אין דער דאָזיקער רבֿקה באַסמאַן־וועלט איז פּאָעטיזירט יעדע זאַך, יעדעס געשעעניש, יעדעס באַשעפֿעניש. די שײַנענדיקע שטערן, די בליִענדיקע בלומען, די קילע רעגנס זענען אין איר וועלט פֿאַרשיידענע פֿאָרמעס פֿון לידער — לידער, וועלכע עס שרײַבט די נאַטור, וועלכע עס האָט אפֿשר, אָנגעשריבן בראשית דער באַשעפֿער. און די העלדן פֿון איר דיכטונג שאַפֿן אויך לידער, סטראָפֿעס, שורות: אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער. סוף יולי איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן אַזערבײַדזשאַן, וווּ איך בין געקומען אין באַשטאַנד פֿון אַ ישׂראלדיקער דעלעגאַציע פֿון פֿינף מענטשן, צווישן וועלכע עס האָבן זיך געפֿונען: דער כּנסת־דעפּוטאַט ראָבערט אילאַטאָוו; פּרעזידענט פֿון דער צווישן־פֿעלקישער אַסאָציאַציע "אַזערבײַדזשאַן־ישׂראל", יוסף שאַגאַל; דער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "וועסטי", סערגיי פּאָדראַזשאַנסקי, און דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "קאַווקאַזסקאַיאַ גאַזעטאַ", יונתן מישיעוו. יעדן ערשטן שבת פֿון חודש מײַ, אין פּאַרק פֿון דער שטאָט זכרון־יעקבֿ, וואָס טראָגט ראָטשילדס נאָמען, זאַמלען זיך צונויף מײַנע בני־עיר. אַלע מאָל קומען צו, אויך “נײַע" — דאָס מיינט די, וועלכע לויט פֿאַרשיידענע סיבות, האָבן ניט געקאָנט זײַן דאָ, אין פּאַרק, פֿאַר אַ יאָרן, פֿאַר צוויי יאָרן... ניט תּמיד דערקענט מען איינער דעם אַנדערן, ס’איז דאָך אַוועק אַ גאַנג פֿון אַזוי פֿיל צײַט, זינט מע האָט פֿאַרלאָזט דאָס היים־שטעטל. הייבן זיך אָן פֿראַגעס: I דעם 6 מאַרץ 2008 איז דובֿ־בער קערלער געוואָרן אַ בן־חמישים. 50 יאָר זענען פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער בכלל, און פֿאַר אַ פֿאָרשער אין געביט פֿון ייִדיש בפֿרט — יוגנט־יאָרן. ער איז גבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנדן האָט געהערשט די כרושטשאָווער "אָדליגע". זײַן טאַטע, דער דיכטער יוסף קערלער, האָט זיך שוין געהאַט אומגעקערט פֿון די סטאַלין־לאַגערן (1955), און איז אַלט געווען 40 יאָר. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן זײַן פֿרייד, זײַן באגײַסטערונג, ווען בײַ אים איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. טאַקע אין גיכן שרײַבט ער אָן פֿאַר זײַן בן־יחיד אַ וויגליד. ס'איז באַוווּסט, אַז שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטשעס פּסעוודאָנים — מענדעלע מוכר־ספֿרים, איז אַ געביטענער. ווען ער האָט אין 1864 אַרײַנגעשיקט אין דער ערשטער ייִדישער צײַטונג "קול מבֿשר" (אָדעס, 1862—1873) זײַן ערשטלינג אויף ייִדיש: "דאָס קליינע מענטשעלע" (געדרוקט זיך, נומ' 45, נאָוועמבער 1864; נומ' 6, פֿעברואַר 1865), איז אויף דעם ווערק געווען אָנגעגעבן דער פּסעוודאָנים סענדערל מוכר־ספֿרים. דער רעדאַקטאָר פֿונעם וואָכנבלאַט, אַלכּסנדר צעדערבוים ( 1816—1893), האָבנדיק מורא, אַז מע וועט אים אָננעמען פֿאַרן מחבר פֿון דער שאַרפֿער סאַטירע אויפֿן קהל (סענדערל קלינגט דאָך ענלעך צו אַלכּסנדר), |