פּערזענלעכקײטן
יחיאל שיינטוך
יחיאל שיינטוך

ווען איך בין נאָך געווען אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק" האָב איך געטראַכט, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מענטש, איז אַלט־שבאַלט, איז אַ זקן־שבזקן. דאָך איצט, ווען איך ווער באַלד אַלט פֿינף און זעכציק דאַכט זיך מיר, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מאַנצביל איז נאָך אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק". אַלץ איז רעלאַטיוו... פֿאַרשטייט זיך, אָנרופֿן אַ געשעצטן, באַיאָרטן און באַערטן פּראָפֿעסאָר — גרינער "יונגערמאַנטשיק" איז אַ ביסל גראָב־יונגיש. דאָך האָף איך, אַז פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך וועט זיך אויף מיר ניט באַליידיקן, ווײַל מיינען מיין איך זײַן יונגע נשמה, זײַן ענערגיע, זײַנע גײַסטיקע יוגנטלעכע קראַפֿטן.

כ׳וואָלט געוואָלט דערמאָנען די לייענער עטלעכע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע פּרטים.

יחיאל שיינטוך איז געבוירן געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, דעם 28סטן מאַרץ 1941. דאָרט האָט ער באַקומען זײַן אַלגעמיינע און ייִדישע דערציִונג. געווען אַן אַביטוריאַנט פֿון העברעיִש־ייִדישן לערער־סעמינאַר, וווּ זײַן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור איז געווען שמואל ראָזשאַנסקי.

אין 1960 האָט יחיאל שיינטוך עולה געווען קיין ישׂראל און ער האָט אָנגעהויבן זײַנע לימודים אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, וווּ זײַנע פּראָפֿעסאָרן זײַנען געווען דבֿ סדן און חנא שמערוק. זײַן דאָקטאָר־דיסערטאַציע אונטער דער הדרכה פֿון פּראָפֿ׳ חנא שמערוק, האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, געשאַפֿן אין די חורבן־יאָרן אין דער נאַצי־פֿאַרנומענער אייראָפּע, מיטן טראָפּ אויפֿן שאַפֿן פֿון יצחק קאַצענעלסאָן און ישעיהו שפּיגל.

אין 2011 ווערט פֿערציק יאָר זינט יחיאל שיינטוך לערנט מיט די סטודענטן פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים די ייִדישע ליטעראַטור. דאָ האָט ער דערגרייכט די מדרגה פֿון פֿולער פּראָפֿעסור.

צווישן זײַנע צאָלרײַכע ביכער־אויסגאַבעס קאָנען דערמאָנט ווערן זײַנע אוידיציעס פֿון יצחק קאַצענעלסאָנס געטאָ־כּתבֿים (1984), ישעיהו שפּיגלס געטאָ־דערציילונגען אַרויסגעגעבן לויט זייער אָריגינעלן נוסח (1985), די ביבליאָגראַפֿיע פֿון דער ייִדישער פּעריאָדיק אין צווישן־מלחמהדיקן פּוילן (1986), אַן אָפּקלײַב פֿון טונקעלערס הומאָריסטישע ווערק (1990), אַהרן צייטלינס בריוו און אַנדערע דאָקומענטן וועגן זײַן שאַפֿן אין צווישן־מלחמהדיקן פּוילן (2000), און זײַנע שמועסן מיט ק. צעטניק (2003).

אין יאָר 2002 עטאַבילירט ער דעם דבֿ סדן אינסטיטוט בײַ דער קאַטעדרע פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור א״נ פֿון יוסף און אידאַ בערמאַן.

אין 2008 באַקומט יחיאל שיינטוך דעם דוד האָפֿשטיין־פּרײַז.

אין 2009 איז ער געווען דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער דערפֿאָלגרײַכער נאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים: "הונדערט יאָר ייִדיש 1908 — 2008".


* * *

מיט יחיאל שיינטוכן טרעפֿן מיר זיך איצט אָפֿט אין בית־לייוויק, אויף די זיצונגען פֿון דער עקזעקוטיווע פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין. זײַנע אַרויסטרעטונגען — תּמיד קלאָרע, זײַנע פֿאָרשלאָגן — קאָנקרעטע. דאָך, ווי אַ פּראָפֿעסאָר, האָט ער ניט קיין קאַלטע לונג־און־לעבער, נאָר איז אַ טיף־האַרציקער, וואַרעמער מענטש.

זײַן יאָרן־לאַנגער געראַנגל מיט זײַן ראיה איז אַ מוסטער פֿון עקשנותדיקן אויסדויער און פֿון אַן אומגעהײַערן גײַסטיקן כּוח, וואָס אַ דאַנק אים האָט ער נישט אַראָפּגעלאָזט די הענט און כּסדר פֿאָרגעזעצט זײַן שאַפֿערישע אַרבעט.

איך וויל אים ווינטשן אַ סך געזונטע און מזלדיקע יאָרן, גרויסע שעפֿערישע דערפֿאָלגן און שענקען מײַן ליד.


ליכטיקע קלאַנגען

יחיאל שיינטוכן


עס רוישט דער איין און צוואַנציקסטער יאָרהונדערט

און אַרום אײַך אַ בראשיתדיקע נאַכט.

ס׳בליצן אויף נײַע שטערן,

שטערן גייען אונטער.

און אַרום אײַך אַ בראשיתדיקע נאַכט.


ס׳וועט שוין ניט זאָגן דער באַשאַפֿער:

"יהי אור"

ס׳וועט ניט פֿילן אײַער אויג פֿון דער שײַן דעם ברי,

נאָר איר האָט זיך אויסגעלערנט הערן מיטן אויער

ווי די אויפֿגאַנג־ליכט מורמלט אין דער פֿרי.


אײַער חושך

איז מיט קלאַנגען באַהאָנגען,

ווי דער הימל מיט שטערן אין די פֿאַרנאַכטן

איר הערט סימפֿאָניעס רויטע פֿון די זונפֿאַרגאַנגען,

פֿון דער פֿולער לבֿנה — אירע געלע סאָנאַטעס.


איר הערט די ניגונים פֿון בלימעלעך־פֿאַרבן,

ווי אין אָוונט די שטערן זיך שעפּטשען און סודען.

דער ווינט שפּילט פֿאַר אײַך אויף אַ ריזיקער האַרפֿע —

אויף קלינגענדיקע סטרונעס פֿון אַ רעגנבויגן.


אײַער פֿרילינג בליט מיט קלאַנגען קאָלירטע,

אַ בלאַט אויף אַ בוים וועלקט מיט גילדענע שטימען

פֿאַר אײַך דער ירושלימער, פֿראָסטיקער ווינטער

גלעקעלעך־שנייעלעך צעשיט פֿונעם הימל.


מיט אײַער שאַרפֿן געהער איר באַנעמט די אַרומען

פֿון קלאַנגען — פּייזאַזשן געדאַכטע איר שאַפֿט.

איר זענט שאַגאַל, באָטיטשעלי און רובענס,

דאָס לעבן איר מאָלט אויפֿן לײַוונט פֿון נאַכט.


"יהי אור"! —

האָט אין יעדן שטראַל געקלונגען,

"יהי אור"! — די ערשטע שורה פֿון דעם געטלעכן ליד.

איר שטייט אויפֿן ברעג פֿון דעם איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט

אַרום אײַך עס רוישט און כוואַליעט זיך די ליכט...