ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רבֿקה באַסמאַן
רבֿקה באַסמאַן

ניט אומזיסט דער נאָמען רבֿקה

גראַמט זיך דאָך מיט דיכטונג!

ניט אומזיסט דער נאָמען באַסמאַן

גראַמט זיך דאָך מיט שאַפֿונג...


רבֿקה באַסמאַן אין אַ שמועס אירן מיט דוד פּינסקי האָט אים געזאָגט: "איך אָטעם מיט ייִדיש". כ׳מיין, אַז מיט פֿולער רעכט וואָלט זי געקענט אויך זאָגן: "איך אָטעם מיט ייִדישע לידער". דעם באַקאַנטן זאָג פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער רענע דעקאַרט: "איך דענק, הייסט עס איך עקזיסטיר", וואָלט רבֿקה באַסמאַן געקענט איבערפֿראַזירן אויף איר שטייגער: "איך שרײַב לידער, הייסט עס, איך עקזיסטיר". זי האָט באַשאַפֿן אין אירע לידער אַ באַזונדערע פּאָעטישע וועלט. אין דער דאָזיקער רבֿקה באַסמאַן־וועלט איז פּאָעטיזירט יעדע זאַך, יעדעס געשעעניש, יעדעס באַשעפֿעניש. די שײַנענדיקע שטערן, די בליִענדיקע בלומען, די קילע רעגנס זענען אין איר וועלט פֿאַרשיידענע פֿאָרמעס פֿון לידער — לידער, וועלכע עס שרײַבט די נאַטור, וועלכע עס האָט אפֿשר, אָנגעשריבן בראשית דער באַשעפֿער. און די העלדן פֿון איר דיכטונג שאַפֿן אויך לידער, סטראָפֿעס, שורות:

ווער ווייסט וואָס טוט זיך

בײַ אַ פֿויגל אין געמיט, —

און אפֿשר דאַרף אַ פֿויגל

גאָר ניט זינגען —

ער איז אַליין דאָס ליד.

("דו זאָגסט");


אַ בוים רעדט זײַנע ווערטער

דורך צווײַג, בלעטער און בלום.

("שטומקייט");


אויפֿן גראָז איז פֿאַרבליבן

אַ פֿעדעמל ליכט

וואָס די זון האָט פֿאַרלאָרן.

ליגט עס,

ווי זון וואָלט פֿאַרשריבן

אַ שורה אויף יאָרן.

("אויפֿן גראָז איז פֿאַרבליבן...");


דער גרויסער רוסישער פּאָעט אַלעקסאַנדר פּושקין האָט געזאָגט, אַז די נאַטור איז גלײַכגילטיק. אפֿשר איז ער גערעכט, אפֿשר? נאָר ניט גלײַכגילטיק צו דער נאַטור איז דער פּאָעט רבֿקה באַסמאַן. זי הערט אי דעם קרעכץ פֿון דער וועלט אי די סודות פֿון אַ מוראַשקע מיטן רעגן. דאָס איז דען אַ קליינע מעלה צו הערן און צו פֿאַרשטיין דאָס וואָס מע רעדט צו דיר, באַזונדערס, ווען עס רעדן צו דיר אַ בוים, אַ פֿויגל, אַ שטיין. פֿאַרשטייט זיך, אַז די געפֿילן פֿון די געוויקסן, פֿון די געפֿליגל, פֿון די בעלי־חיים, זענען אַן עכאָ, אַן אָפּקלאַנג פֿון אירע אייגענע געפֿילן, אירע אייגענע געדאַנקען, איר אייגענער פֿילאָסאָפֿיע:


איך האָב געהערט וויינען דעם בוים.

ווער נאָך האָט געהערט

וויינען אַ בוים?


...כ׳האָב געהערט וויינען אַ גרעזל

אין קוים־קוים באַגיניקן ראָז...

("איך האָב געהערט וויינען דעם בוים...");


צי האָט ווער געהערט פֿון פֿאַרגליווערטע שטיינער

אַ וואַרעמע תּפֿילה

אין ווײַטע מידבריות

מיט זאַמדן פֿאַרהילטע?...

("תּפֿילה פֿון שטיינער");


איך לייג צו מײַן אויער

צום האַרץ פֿון דער נאַכט:

איך הער ווי דער גאָרטן אָטעמט

איך שפּיר ווי אַ צווײַג...

("אַ היימישע טיר");


זי, די דיכטערין, באַנעמט, פֿאָרשט די אַרומיקע וועלט דורך לידער, דורך סטראָפֿעס, דורך שורות. פֿאַר איר די לידער זײַנען דאָס זעלבע, וואָס וויסנשאַפֿטלעכע אַפּאַראַטן פֿאַר אַ געלערנטן. זיי העלפֿן איר צו עפֿענען די געזעצן פֿון דער נאַטור, צו פֿאַרשטיין די נאַטור פֿונעם מענטשן. דער באַרימטער רוסישער געלערנטער מיכאַיִל לאָמאָנאָסאָוו האָט אַזוי פֿאָרמולירט דעם געזעץ פֿון שטאָף־אײַנהיטונג: "דאָס, וואָס עס ווערט פֿון איין זאַך אָפּגענומען — ווערט צו אַן אַנדער זאַך צוגעגעבן". און אָט אַ ציטאַטע פֿון רבֿקה באַסמאַנס אַ ליד:


...אַזוי פֿיל שיינקייט

אין אַ בלום,

מוז דאָך אַזאַ שיינקייט

ערגעץ פֿעלן,

פֿון עמעצן אַוועקגענומען...

("באַרעגנטע ווערטער");


אײַנשטיינס רעלאַטיווקייט פֿון צײַט געפֿינען מיר אין דעם פֿאָלגנדיקן ליד:


ווי אַלט ביסטו צײַט?

ווי יונג ביסטו צײַט?

ווי איך ביסטו אַלט

ווי איך ביסטו יונג...

("ווי אַלט ביסטו צײַט...");


אַנטאָן טשעכאָוו האָט געזאָגט: "דאָס לעבן פֿון יעדן מענטשן איז אַ סוזשעט פֿאַר אַ קליינער דערציילונג". רבֿקה באַסמאַן דערווײַזט מיט איר שאַפֿן, אַז דאָס לעבן פֿון יעדער באַשעפֿעניש, פֿון יעדן געוויקס איז אַ סוזשעט פֿאַר אַ ליד, פֿאַר אַ סטראָפֿע, פֿאַר אַ פּאָעטישער מיניאַטור. כ׳מיין, אַז אין דער פֿרי גייט זי אַרויס מיט אַ ליד אויף די ליפּן און קערט זיך אום אין אָוונט אַהיים מיט אַ נײַ ליד אויף דער שפּיץ פּען. אין מײַנע אויגן זעט עס אַויס אַזוי:


רבֿקה באַסמאַן־טעאָרעמע

אויב רבֿקה באַסמאַן

גייענדיק אויף דער גאַס

אין אַ טאָג "איקס"

פֿון פּונקט "A" ביזן פּונקט "B"

האָט ניט אָנגעשריבן קיין ליד

— איז דער טאָג נישט קיין טאָג.

און ס׳איז די גאַס "ני בע ני מע".

דאָס הייסט, אַז אויף דער דאָזיקער גאַס:

עס בליט ניט קיין בלימל

עס וואַקסט ניט קיין ביימל,

אַפֿילו קיין גרעזל גרינט ניט,

עס פֿליִען ניט פֿייגל,

מע הערט ניט קיין הינטל —

ס׳איז פּוסט די גאַס און ליידיק.

דאָס הייסט, אַז אין דעם דאָזיקן טאָג:

עס זינגט ניט קיין רעגן,

עס בלאָזט ניט קיין ווינטל

ס׳איז קיין וואָלקן אין הימל ניטאָ

ס׳איז ניט זומער ס׳איז ניט ווינטער

ס׳איז אַלץ אָנקאָליריק.

אַָנפֿאַרביק דער טאָג...


ווי אומעטיק איז די וועלט

אויב רבֿקה באַסמאַן

גייענדיק אויף דער גאַס

אין אַ טאָג "איקס"

פֿון פּונקט "A" ביזן פּונקט "B"

האָט ניט אָנגעשריבן קיין ליד...


פֿאַר דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן דאָס ליד גופֿא, די מאַטעריע פֿון ליד, איז אַ היילמיטל. דאָס ליד קאָן היילן, קאָן שטאַרקן אי די פֿיזישע אי די גײַסטיקע כּוחות:


אויך לידער

זײַנען טראָפּנס היילונג,

מען טרינקט זיי ביזן דנאָ —

און לײַכטער ווערט שוין צו דערציילן,

אַז היילונג איז ניטאָ.

("אויך לידער...");


ווען עמעצער ווייסט

אַ מאָס,

אַ וואָג, וויפֿל

ליד

אַרײַנגעבן

אין טאָג,

אין יעדער שעה

און אויסטרינקען

אַזאַ מין לידשאַפֿט־עליקסיר, —

וואָלט קיין זאַך מער ניט וויי געטאָן...

("ווען עמעצער ווייסט...");


מיר דאַכט זיך, אַז רבֿקה באַסמאַן באַטראַכט, נעמט אויף אַ מענטשן ווי זי וואָלט געלייענט אַ ליד. אָט דער מענטש איז אַ געלונגען ליד, אין דעם מענטשן — הינקען צו די גראַמען צווישן גוטס און שלעכטס, אין יענעם — האַרמאָנירט ניט זײַן לעבן מיט דער ריטמיק פֿון הײַנטצײַטיקייט... ווער זשע איז זי אַליין, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן, אין דער קאָאָרדינאַט־סיסטעם: וועלט־מענטש־דיכטונג? דעם ענטפֿער האָב איך געפּרוּווט צו געפֿינען אין מײַן אייגענעם ליד.


ווער איז רבֿקה באַסמאַן?

ווער איז די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן,

אין דער רבֿקה באַסמאַן־וועלט —

אפֿשר אַ טרער אויפֿן פּנים ווײַסן

פֿון דער הילכיקער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ,

וואָס פֿאַרבלענדנדיק שטראַלט

מע זאָל ניט זען פֿון שטאָט דאָס זאַלץ?


ווער איז די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן —

אפֿשר אַ בלום אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש,

וואָס איז מיט גראָזן ווילדע פֿאַרוואַקסן?

זי בליט פֿילפֿאַרביק און פֿילקאָליריק

ס׳זאָל ניט זען די וועלט

דאָס פֿאַרוואַקסנקייט פֿון פֿעלד.


ניין!

רבֿקה באַסמאַן איז אַ ליד אַליין.

אַ ליד — אַ טרער.

אַ ליד — אַ בלום.

אַ ליד — אַ תּפֿילה.

אַ ליד אין וועלכער

ס׳איז אָרט פֿאַראַן

אי פֿאַרן טאָג אי פֿאַרן אָוונט שטילן

אי פֿאַר די טיפֿסטע טיפֿן פֿון אַ ים...


ניין!

רבֿקה באַסמאַן איז אַ ליד אַליין.

ס׳איז אויסגעוועבט פֿון שורות איר נשמה

מע לייענט די שורות און מע לייענט

דאָך פֿאַרשטיין קיינער קאָן ניט,

ביז איצט דער ענטפֿער פֿעלט:

ווער איז די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן

אין דער רבֿקה באַסמאַן־וועלט?

בײַ רבֿקה באַסמאַן איז דאָ אַ ליד מיט אַזעלכע שורות: "אַז מענטשן וואָלטן אָנגעהויבן זייער טאָג// מיט פֿלאַנצן בלומען...". כ׳מיין, אַז די סטראָפֿע פֿון דעם ליד וואָלט מען געקאָנט זאָגן אַנדערש:


אַז מענטשן וואָלטן אָנגעהויבן זייער טאָג

מיט לייענען רבֿקה באַסמאַנס לידער־בלומען,

וואָלט צו זיי קיין שלעכט געמיט

און מחשבֿות בייזע ניט געקומען...