פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דוד קנוט און אַריאַדנאַ סקריאַבינאַ
דוד קנוט און אַריאַדנאַ סקריאַבינאַ

געזאָגט: — איך וועל ניט שטאַרבן, —
צווישן קיריל־אַלפֿאַבעט, צווישן לאָנקעס פֿרעמדע ניט ליגן,
אַ דורכגעזאַפּטער מיט ריחות פֿון שאָף, פֿון ברינדזע מיט מאַמעליגע,
און קינדערשפּילן צווישן בלאָטיקע פֿאַרבן...1)

די סטראָפֿע פֿון דעם ליד "שושלת", ("דינאַסטיע"), וואָס ס’האָט אָנגעשריבן אויף עבֿרית אַ ישׂראלדיקער פּאָעט, אַ געבוירענער אין 1943 אין דער פֿראַנצויזישער טולוז. ער איז אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל, וווינט ניט ווײַט פֿון מיר — אין חולון, און הייסן הייסט ער יוסי. זײַן פֿאַמיליע איז...
אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב געאַרבעט, האָט מען געוווּסט, אַז כ’זאַמל מאַטעריאַלן וועגן באַוווּסטע, און אין בעסאַראַביע געבוירענע, ייִדן. אָשר, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אָפּטייל, וווּ מע גיט אַרויס ביכער פֿאַר די לייענער, האָט מיך אין אַ געוויסן טאָג געפֿרעגט, צי איך ווייס וועגן דעם פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן, וואָס שטאַמט פֿון בעסאַראַביע? — געוויס, אַז איך ווייס! — זאָג איך אים. — ניין, ניט דער העברעיִשער דיכטער פֿון בעלץ, נאָר אַן אַרגענטינער, וואָס האָט געשריבן אין שפּאַניש און אַ פּאָר גוטע צענדליק יאָרן געהיילט זיך אין אַ משוגעים־הויז. — נו אויב אַזוי — ענטפֿער איך — איז ער זיכער פֿון אוריִעוו (אוריִעווע, אָרכיי). אָשר מאַכט גרויסע אויגן: — פֿון וואַנען ווייסטו? — דאָ האָב איך זיך שוין צעלאַכט און דערציילט דעם באַוווּסטן אין אונדזערע מקומות וויץ: ס’טרעפֿן זיך צוויי בעסאַראַבער ייִדן און איינער פֿרעגט דעם אַנדערן: איר זענט אַן אוריִעווער? ענטפֿערט אים דער צווייטער ייִד: "איר זענט אַליין אַ משוגענער".
יעקבֿ פֿיכמאַן (Jacobo Fijman) איז טאַקע געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַבישן ייִדישן שטעטל אוריִעוו אין 1898. אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן זײַנע עלטערן עמיגרירט קיין אַרגענטינע. אַ מאָדנער מענטש איז געווען דער דאָזיקער פֿיכמאַן — אַ פּאָעט, וואָס האָט געשריבן אויף שפּאַניש, אַ פֿידלער, אַ מוזיק־טעאָרעטיקער און אַ מוזיק־קריטיקער, אַ מאָלער, אַ לערער פֿון דער פֿראַנצויזישער שפּראַך... געפֿירט אַ וואַנדער־לעבן. פֿאַר זײַן פּאָעזיע איז כאַראַקטעריסטיש מעטאַפֿיזיק, מיסטיציזם און עזאָטעריק.
אַ פֿאַרשפּרייט קאַרטל מיט
יעקבֿ פֿיכמאַנס פּאָרטרעט
אַ פֿאַרשפּרייט קאַרטל מיט
יעקבֿ פֿיכמאַנס פּאָרטרעט
אין 1930, האָט ער זיך געשמדט און געוואָרן אַ קאַטאָליקער. די לעצטע 28 יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער זיך געהיילט אין אַ משוגעים־הויז. אויך דאָרטן געשריבן לידער, געמאָלט בילדער. איצטער איז ער פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די גרעסטע אַרגענטינער פּאָעטן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט. בלויז אין איינעם פֿון זײַנע לידער דערמאָנט ער דאָס וואָרט: ייִד.

שוואַנען־ליד
שיגעון:
דער העכסטער און מידברדיקסטער וועג...

עס שפּילן זייערע ראָלעס מאַסקעס פֿון אַבסורד
אַזוינע מענטשלעכע לעבעדיקע מאַסקעס;
עס כראָפּען די גלוסטן;
די גרימאַסעס הוסטן
און לאָדן אויס זייערע קלעפּ,
זייערע הייזעריקע קלאָגן.

אָנגעצונדענע זעוּנגען:
גלעזערנע אויפֿגעגלאָצנקייט פֿון די אויגן
אויפֿן העכסטן און מידברדיקסטן וועג.

די האָר פֿאַר שוידער קאַפּויער זיך שטעלן.
עס לויבט איר אומשולד די ליכט פֿון די שטערן

דער הויף פֿונעם משוגעים־הויז
איז ווי אַ באַנק לענגאויס
דעם גרויען מויער.

עס קלינגען די סטרונעס פֿון אייביקסטער שטילקייט.
איך צלם זיך איבער, כאָטש איך בין אַ ייִד.

וועמען רופֿן,
פֿון דעם וועג, וואָס שלענגלט זיך ווי אַ רויך,
וואָס איז אַזוי מידברדיק און הויך?

גאָט קומט אַרײַן, ווי אַ קראַנקן־ברודער פֿון משוגעים־הויז אין אַ כאַלאַט אַ ווײַסן,
און וואַרגט מיך פֿאַרן האַלדז, און וואַרגט מיך
מיט דער האַרטקייט
פֿון זײַנע הענט — צוויי ריזיקע צווײַגן,
און מײַן ליד שרויפֿט זיך אַרײַן אין דער מידבר־ווײַטקייט —
רחמים!

אויך פֿון אוריִעוו שטאַמט דער באַוווּסטער רוסישער פּאָעט מיט דער פֿאַמיליע פֿיכמאַן.2) נאָר, פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ פֿאַמיליע טויג ניט פֿאַר אַ רוסישן דיכטער. האָט ער גענומען זײַן מאַמעס פֿאַמיליע־נאָמען — קנוט, און איז באַוווּסט אין דער פּאָעזיע־וועלט ווי דוד קנוט. ער האָט געשריבן: "...איך דוד־אַריה בן־מאיר... אַ געבוירענער אין רײַכן קאַנט פֿון אָרעמער מאַמעליגע און שאָפֿענער ברינדזע..." אַ סך אוריִעוווער קענען אויף אויסנווייניק דוד קנוטס באַוווּסטע ליד פֿון זײַן ביכל: "פּאַריזער נעכט":

דער היימלאָזער אָוונט וויגט אַ שטערן אין דעם הימל פּאַריזער
דערשראָקן ווויעט דער ווינט אין קוימען און קלאַפּט פֿון קאַמין
אויפֿן פֿאַרעקשנטן דעמבענעם טיש דער לאָמפּ דער פֿרײַנדלעכער ציטערט
מיט זײַן בראָנדזענעם לײַב, וואָס וואַרעמט אַזוי מײַן נשמה און האַנט.

די זאַכן קאָרטשען זיך אײַן פֿאַר מורא. און ווי אַ חלום אוריִעוווער —
דער לאַטײַנישער קוואַרטאַל, דער אַבאַזשור מיט אַ שיינעם זשאַסמין,
אין דער פֿינצטער, אין דער פּשוטקייט פֿונעם קובישן צימער,
שלאָפֿט אַ פֿרוי, דער וועקער ציילט די לאַנגווײַל אויפֿן סערוואַנט.

דעם פּאָעטס צווייטע ווײַב איז געווען אַריאַדנאַ סקריאַבינאַ, די טאָכטער פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט אַלעקסאַנדר סקריאַבין. אַ דאַנק איר, דער רוסישער פֿרוי, האָט דוד קנוט זיך אײַנגעשלאָסן אינעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, און באַקענט זיך מיט וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי.

אַריאַדנאַ סקריאַבינאַ האָט מיט אַלע כּוחות געשטרעבט צו העלפֿן דעם ייִדישן פֿאָלק. אין יאָר 1940 יאָר האָט זי זיך מגייר געווען און באַקומען דעם נאָמען שׂרה. אַזוי האָט אַריאַדנאַ סקריאַבינאַ, דורך איר גיור, קאָמפּענסירט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק יעקבֿ (כאַקאָבאָ) פֿיכמאַנס שמד. זי, אַן אַקטיוויסטקע אין דער פֿראַנצויזישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, איז געפֿאַלן ווי אַ העלדין ראַטעווענדיק ייִדן. אין דער שטאָט טולוז, וווּ זי און דוד קנוט האָבן געוווינט, האָט מען לכּבֿוד איר אויפֿגעשטעלט אַ דענקמאָל. אין 1949 איז דוד קנוט עולה געווען קיין ישׂראל, אין איינעם מיטן זון פֿון אַריאַדנאַ (שׂרה) סקריאַבינאַ — יוסי. מיט די פֿיר שורות פֿון זײַן ליד "שושלת", האָב איך אָנגעהויבן מײַן אַרטיקל. יוסי קנוט האָט דרײַ זין, איינער פֿון זיי הייסט נאָכן זיידן — דוד.
די פֿאַמיליע — פֿיכמאַן, זאָגט אונדז, אַז די זיידעס פֿון די דערמאָנטע פּאָעטן, האָבן, מעגלעך, געהאַנדלט מיט פֿיך: געווען פֿיך־סוחרים, צי פֿיכפּאַסטעכער. אפֿשר האָט דער בעסאַראַבישער פּייסאַזש און דער פֿאַך פֿיכהענדלער אָדער פֿיכפּאַסטעך, געשאַפֿן אַ מין ספּעציפֿישן פּאָעטישן גען, וועלכן ס׳האָבן בײַ זייערע זיידעס געירשנט די אייניקלעך? האָט איר דאָך נאָך אַ בײַשפּיל. דער קעניג פֿון דעם ייִדישן ליד אין רומעניע, יעקבֿ שטערנבערג, האָט אין דעם ליד "אָנגעפּעלצטע שאָטנס" געשריבן וועגן זײַנע זיידעס: /טויטע, בלויז נאָר שאָטנס אויפֿן שניי/נאָך עד־היום אָקסן־סוחרים זיי/...
וואָס זשע האָבן מיר אין סך־הכּל? פֿון בעלץ שטאַמט דער קלאַסיקער פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור און אויך אַ ייִדישער פּאָעט — יעקבֿ פֿיכמאַן. פֿון אוריִעווו — איינער פֿון די גרעסטע אַרגענטינער פּאָעטן — יעקבֿ (כאַקאָבאָ) פֿיכמאַן און דער באַוווּסטער רוסישער פּאָעט — דוד קנוט (פֿיכמאַן). איז דען בעסאַראַביע ניט דער פּאָעטישער אָלימפּ פֿאַר די פֿיכמאַנס?!