ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
געניע סאַנדלער און משה לעמסטער, נצרת־עילית 2011
געניע סאַנדלער און משה לעמסטער, נצרת־עילית 2011

די טײַערע משפּחה רויף איז פֿון קעשענעוו! דעם זומער זײַנען מיר נאָך אַ מאָל געווען בײַ זיי צו גאַסט. מיר, דאָס מיינט, דובֿ־בער קערלער און איך אין דער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע — 2011. פֿאַר וואָס נאָך אַ מאָל? ווײַל אַן עלטערער מענטש קאָן דאָך ניט אַלץ געדענקען. ווען מע קומט צו אים דאָס צווייטע, צי דאָס דריטע מאָל, דערמאָנט ער זיך אין זאַכן, וועגן וועלכע ער האָט פֿריִער פֿאַרגעסן. ווען מיר זענען אַרײַנגעקומען אין זייער דירה האָבן מיר דערפֿילט, אַז דאָ הערשט אַן אומעטיקע שטימונג. שאַפּס רויף האָט אונדז ניט תּיכּף דערקענט און דאָס פּנים בײַ זײַן ווײַב, בײַ זעלדע דאַווידאָוונע, איז געווען כמורנע אָן אַ סימן פֿרייד. און מיר ווילן דאָך, אַז זי זאָל אונדז זינגען אַמאָליקע ייִדישע לידער. דאָ, נעמט אַרויס דובֿ־בער זײַן האַנט־קאָמפּיוטער און געפֿינט דאָרטן דעם פֿריִערדיקן אינטערוויו מיט זעלדע רויף, וואָס מיר האָבן פֿאַרשריבן נאָך אין 2006. אויפֿן עקראַן פֿונעם קאָמפּיוטער באַווײַזט זיך די פֿרוי זעלדע דאַווידאָוונע, וואָס זינגט אַזוי חנעוודיק אַמאָליקע ייִדישע לידער. זעען מיר ווי די קנייטשן אויף זעלדעס פּנים צעגלעטן זיך, זי טוט אַ שמייכל און דערנאָך צעלאַכט זי זיך פֿאַר פֿרייד. איר מאַן איז אויך געוואָרן פֿריילעכער און זאָגט אונדז: "ס’האָט שוין פֿון לאַנג בײַ אונדז אין שטוב ניט געקלונגען קיין געלעכטער!"...

פֿרוי זעלדע האָט זיך דערפֿרייט, ווײַל איצט קאָן אַ יעדערער זען זי אין אינטערנעץ, הערן איר זינגען און איר שיינעם ייִדיש, הערן אירע דערציילונגען וועגן דעם אַמאָליקן לעבן, וועגן זייערע פּלאָגן אין די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע. מיט דער געשיכטע פֿון איר נעכטן, קאָנען זיך באַקענען אי די הײַנטיקע אי די קומענדיקע דורות. זי האָט פֿאַר אונדז נאָך אַ מאָל באַגײַסטערט געזונגען...

די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס פֿונעם בלומענגטאָנער אוניווערסיטעט, פֿאַר די יאָרן 2002—2011, האָבן פֿאַרשריבן מער ווי 600 אינטערוויוען, מיט בערך 300 ייִדן. נאָך אַ געוויסער קאָדיפֿיקאַציע וועט מען די אינטערוויוען איבערטראָגן אויף CD־דיסקן, די דיסקן וועלן זײַן אין דער ביבליאָטעק פֿונעם בלומענגטאָן-אוניווערסיטעט און שפּעטער אויך אין אינטערנעץ. אַ טייל פֿון די אינטערוויוען געפֿינט מען שוין הײַנט אויף דובֿ־בער קערלערס עלעקטראָנישע זײַטן. צווישן זיי אויך לידער געזונגענע פֿון געניע סאַנדלער.

פֿון צײַט צו צײַט, ווען ס’איז דאָ אַזאַ מעגלעכקייט, פֿאַרשרײַבן מיר אינטערוויוען אין ישׂראל, פּריוואַט, ניט אין די ראַמען פֿון אַן עקספּעדיציע. אין אַ יולי־טאָג, זענען מיר געקומען קיין נצרת־עילית, וווּ עס וווינט געניע סאַנדלער. מיר האָבן געשמועסט מיט איר, מסתּמא, אַ 5—6 שעה. זי האָט זייער אַ וויכטיקע מעלה — זי געדענקט, אַ סך; זי האָט אַ גוטן זכּרון! געניע סאַנדלער איז אַ יונגע עלטער־באָבע, וואָס איז שוין אַלט 84 יאָר. זי איז פֿול מיט אָפּטימיזם; אירע געשיכטעס פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, זענען כּמעט אָן אומעט, פֿריילעכע, וואָס איז אַ זעלטנקייט, אויב צו פֿאַרגלײַכן זיי מיט די דערציילונגען פֿון ייִדענעס אין אוקראַיִנע.

אַ געבוירענע אין אַ בעסאַראַבער שטעטל, מאַרקולעשט, אין אַ משפּחה פֿון חזנים און שוחטים, האָט זי געהאַט וואָס צו דערציילן. ווען מיר האָבן פֿאַרשריבן אירע מעשׂיות וועגן דעם אַמאָליקן לעבן אין די בעסאַראַבער שטעטלעך האָט זי אונדז געזאָגט: "איר פֿאַרשטייט, אַלע געשיכטעס, וואָס איך דערצייל אײַך, וועגן וועלכע כ’האָב געהערט און געלייענט, האָבן עפּעס אַ באַזונדערן ייִדישן טעם! שפּעטער האָב איך אָנגעשריבן וועגן דעם אַ ליד":

ייִדישער טעם פֿון ייִדישע געשיכטעס

אַלע געשיכטעס,
וואָס אויף ייִדיש דערציילט זיי אַ ייִד
פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן,
אין שטעט צי אין שטעטלעך
אין לענדער צי לענדלעך
אין פֿאַרשיידענע צײַטן,
נאָענטע צי ווײַטע
אין גראַמען צי אָן אַ גראַם —
האָבן די געשיכטעס אַ ייִדישן טעם!

אין יעדער געשיכטע

וואָס פֿון אַ ייִדן איר הערט,
איז פֿאַראַן דאָך דאָס זאַלץ
פֿון אַ ייִדישער טרער!
ס’קאָן דען זײַן אַ מאכל באַטעמט —
אַ וואַרעמס צי אַ קאַלטס,
אויב ס’איז ניטאָ אין אים קיין זאַלץ?...

געניע סאַנדלערס ייִדיש האָט אַ באַזונדערן טעם, אַ באַזונדערן חן. אַזאַ ייִדיש איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר פֿרויען, וואָס זענען אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין משפּחות פֿון רבנים, חזנים, שוחטים, אין בעל־הביתּישע פֿאַמיליעס. אויף אַזאַ ייִדיש רעדט די ייִדישע שרײַבערין יענטע מאַש, זעלדע רויף פֿון קעשענעוו, פֿרוי פֿרוינדליך פֿונעם רומענישן קלוזש. דאָס איז אַ ייִדיש, וואָס חוץ דעם עמאָציאָנעלן עלעמענט פֿאַרמאָגט אויך קלוגשאַפֿט און חכמה. דאָס איז אַ קלוגשאַפֿט, וואָס שטאַמט פֿון אונדזערע הייליקע ספֿרים, באַפֿאַרבטע אין ווײַבערישע עמאָציעס, אין ווײַבערישן טעמפּעראַמענט. ניט אומזיסט זענען געניע סאַנדלערס באָבעס פֿון ביידע צדדים געווען פֿירזאָגערינס אין שילן, וווּ זיי האָבן געלערנט מיט פֿרויען תּורה, חומש פֿאַרטײַטשנדיק די טעקסטן אויף ייִדיש. און זי, געניע סאַנדלער, האָט אין אַ קלוב אין נצרת־עילית ביז ניט לאַנג געלייענט פֿאַר די פּענסיאָנערן די צײַטונג "פֿאָרווערטס". איז דאָס דען ניט אַ טעמע פֿאַר אַ ליד?

די פֿירזאָגערין פֿון "פֿאָרווערטס"

אירע באָבעס פֿון ביידע צדדים:
פֿון מאַמעס צד און טאַטנס צד,
געווען פֿירזאָגערינס אין סינאַגאָָגעס
אין דער גליקלעכער פֿאַר־מלחמה־צײַט.

זיי האָבן פֿאַרטײַטשט פֿאַר פֿרויען די תּורה,
מיט פּשוטע ייִדישע ווערטער.
ס’זענען פֿאַרשריבן זייערע הייליקע טובֿות
ערגעץ וווּ אין אַ הימל־ספֿר

און זי — זייער יורשטע אין הײַנטיקע צײַטן,
וואָס האָט שוין אוראייניקלעך אין קרוין,
איז אַ פֿירזאָגערין פֿון "פֿאָרווערטס"־צײַטונג
אין אַ ישׂראל־שטעטל, דאָרטן וווּ זי וווינט.

זי מיט די פֿרויען "פֿאָרווערטס" לערנט
שטיל, באַשיידן אין אַ קלוב פֿאַר אַלטע
ווײַל אויב ניט זי — איז ווער וועט, ווער וועט,
דאָס פֿײַערל פֿון ייִדיש אונטערהאַלטן?

גיך, אומגעדולדיק די גוטע יאָרן לויפֿן...
די באָבעס מיט זייער אייניקל וועלן זיך נאָך טרעפֿן
אויף די זײַטלעך פֿאַר הייליקע טובֿות
ערגעץ וווּ אין אַ הימל־ספֿר...

נאָך די געשיכטעס האָט אונדז געניע סאַנדלער געזונגען אַמאָליקע ייִדישע לידער. ניט "בײַ מיר ביסטו שיין", ניט "טום־באַלאַלײַקע" און אַפֿילו ניט "איציק האָט שוין חתונה געהאַט", צי "מחותּנתטע מײַנע"; נאָר לידער, וועלכע מע פֿלעגט זינגען אין פֿאַר־מלחמהדיקע יאָרן. צום בײַשפּיל: "יוסף הצדיקס קלאָגן פֿאַר זײַנע ברידער", איצט קאָן מען הערן דאָס ליד און זען אין אינטערנעץ ווי געניע סאַנדלער זינגט עס. אַן אַנדער ליד: "קלאָגן און טענות" געפֿינט מען אין בערעגאָווסקיס זאַמלונג און איז פֿון אים פֿאַרשריבן געוואָרן אין בערדיטשעוו נאָך אין 1926! דאָס ליד אין געניע סאַנדלערס אויספֿירונג, האָבן שוין געהערט מײַנע תּלמידים, מיט וועלכע איך לערן ייִדיש. אָט אַזוי קומט פֿאָר די פֿאַרבינדונג צווישן צײַטן, די פֿאַרבינדונג צווישן נעכטן, הײַנט און מאָרגן...

אַ וווּנדערלעכע פֿרוי איז געניע סאַנדלער. מיר האָבן זיך ניט געוואָלט געזעגענען מיט איר. זי איז צופֿרידן מיטן לעבן, זי האָט ליב דאָס לעבן, זי האָט קיין שום טענות ניט צו גאָט און צום מענטש. צום סוף, האָט זי אונדז געזונגען: /אוי גאָט, דריי איבער דאָס ריידל/ כ’זאָל זיך לייגן אַן אַלטע באָבע/ און אויפֿשטיין אַ מיידל/ אוי זשע גאָט, וואָס וואָלט דיר געווען געשאַט/ ווען דו וואָלסט נאָך אַ מיידל געהאַט?/...

דובֿ־בער און איך האָבן זיך איבערצײַגט, אַז אין דער נשמה איז נאָך געניע סאַנדלער אַ מיידל. זי איז אַ יונגע עלטער־באָבע. זאָל זי נאָך דערלעבן צו זײַן אַ יונגע עלטער־עלטער־באָבע...