ייִדיש־וועלט
דובֿ־בער און ראָזע שטערנבערג, וואָס זינגט אַ ייִדיש ליד. טשערנאָוויץ, 2011
דובֿ־בער און ראָזע שטערנבערג, וואָס זינגט אַ ייִדיש ליד. טשערנאָוויץ, 2011

איך הער שוין, ווי מע פֿרעגט מיך: פֿאַר וואָס דווקא "נעכטן, הײַנט, מאָרגן"?

אויב מיט אויפֿמערק באַטראַכטן די הײַנטצײַטיקע געשעענישן, אויב מען באַמיט זיך צו דערגרונטעווען צו זייער יסוד, געפֿינט מען, אַז דער הײַנט איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דעם נעכטן; מע זעט אויך, די צאַרטע שפּראָצן, וועלכע וועלן זיך אין גיכן צעוואַקסן, צעבליִען. צווישן די דאָזיקע דרײַ צײַט־אָפּשניטן עקזיסטירט אַ דיאַלעקטישע פֿאַרבינדונג, און מע קאָן ניט אָפּטיילן דעם הײַנט פֿונעם נעכטן, און אָפּרײַסן דעם מאָרגן פֿונעם הײַנט.

ס’רוישט אַרום אונדז דאָס הײַנטיקע לעבן. ערגעץ אין אַ שטוב, מיט דער הילף פֿון די עלטערן, טוט אַ קינד זײַן ערשטן שפּאַן. מיט דער הילף פֿון די לערער, הייבן די תּלמידים אָן אין די שולן צו לייענען, די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן — לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אויף צו באַהערשן די שפּיצן פֿון וויסנשאַפֿט. ערגעץ אין אַ שפּיטאָל גרייט זיך אַ כירורג צו אַן אָפּעראַציע. אין אַ ייִדישן טעאַטער הייבט מען אויף דעם פֿאָרהאַנג...

עס זענען פֿאַראַן פֿיל טעמעס, וועגן וועלכע מע קאָן שרײַבן. עס וויל זיך אָבער אין יעדער אַרומיקער דערשײַנונג זען אַן אָפּשײַן פֿון דעם טאָג; דעם נעכטיקן און אַן אויפֿשטײַג פֿון אַ טאָג אַ נײַעם.


פֿון אַ נעכטן, פֿון דאָרטן ערגעץ,

אַ שטילע פֿלייט שפּילן הערט זיך.

פֿון אַ ווײַטן, ליכטיקן מאָרגן

פֿײַערלעך קלינגען, באַצויבערט אַן אָרגל.


פֿאַרשיידענע תּקופֿות, פֿאַרשיידענע צײַטן

אַ קייט מיט פֿאַרשיידענע רינגען.

נאָר דאָ, פֿון מײַן הײַנט, קאָן איך ניט בײַטן

זייער שפּילן, זייער ניגון, זייער זינגען.


בלויז אין מײַן הײַנט בין איך דער הערשער

כ’קאָן דיריגירן מיט אַן אָרקעסטער

כ’טו נאָר אַ פֿאָך מיטן שטעקעלע גרינגן

און צענדליקער כּלים נעמען זיך זינגען.


עס לאַכן קלאַרנעטן,

עס וויינען די סטרונעס —

אויף מײַנע ווערטער

זענען זייערע ניגונים.


ס’פֿילן אויס די כּלי־זמרים

מײַן יעדער ווילן,

פֿאַר וואָס זשע עס הערט זיך

אין מײַן אָרקעסטער

אויך דער ווײַטער אָרגל,

אויך די פֿלייט, די שטילע?..

דאָס יאָר בין איך נאָך אַ מאָל אין איינעם מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון בלומענגטאָנער אוניווערסיטעט, דובֿ־בער קערלער, געווען אין אַ פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע. באַזוכט אוקראַיִנע און מאָלדאָווע. זשיטאָמיר, בערדיטשעוו, קאָלאָמיי, סטאַניסלע (איוואַנאָ־פֿראַנקאָווסק), טשערנאָוויץ, נאָוואָסעליץ, כאָטין, טאַרנאָפּאָל, טאָמאַשפּאָל, קעשענעוו... וויפֿל ייִדישע קלאַנגען זענען פֿאַראַן אין די נעמען! דאָ און דאָרט געפֿינט מען נאָך עטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, וועלכע געדענקען דאָס נעכטיקע לעבן, אַמאָליקע ייִדישע לידער און וויצן; זיי רעדן אַ שיינעם, אַ האַרציקן, אַ וואַרעמען ייִדיש. אַ זשיטאָמירער ייִד רעדט אַ ביסל אַנדערש, ניט אַזוי ווי אַ בערדיטשעווער; אַ ייִדענע פֿון סטאַניסלע זינגט אירע לידער ניט אַזוי, ווי אַ ייִדענע פֿון טשערנאָוויץ, אַ קאַלאַמייער שנײַדער וויצלט זיך ניט אַזוי, ווי אַ שנײַדער פֿון טאָמאַשפּאָל...

"צו וואָס זענט איר געקומען?" — פֿרעגן אייניקע ייִדן. ענטפֿערט זיי דובֿ־בער: "מיר זענען געקומען זיך לערנען בײַ אײַך". די דאָזיקע פֿאָלקלאָר־פּראָגראַם פֿונעם בלומענגטאָן־אוניווערסיטעט איז זייער אַ וויכטיקע! מיר פֿאַרשרײַבן הײַנט דעם ייִדיש פֿון נעכטן, כּדי מע זאָל זיך קאָנען לערנען מאָרגן. כּדי די מאָרגנדיקע פֿאָרשערס פֿון מאַמע־לשון, די סטודענטן, זאָלן קאָנען הערן דעם לעבעדיקן ייִדיש פֿון פֿאַרשיידענע געגנטן. כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן ניט מיינען, אַז די ייִדן האָבן גערעדט אַ מאָל בלויז אַזאַ ייִדיש, ווי מע זעט עס אין ווײַנרײַך־ווערטערבוך. מע וואָלט געקאָנט און מע וואָלט געדאַרפֿט טאָן אַזאַ אַרבעט אויך אין ישׂראל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אויב מיר טוען עס ניט הײַנט, באַגנבֿענען מיר די מאָרגנדיקע דורות, פֿאַראָרעמען אונדזער רײַכטום, אונדזער אוצר — אונדזער ייִדיש!...

ניט לאַנג צוריק, אין דער שטאָט נתּניה, אין אַ היגן רעסטאָראַן, האָט מען דורכגעפֿירט אַ זעלטענע, אַ וווּנדערלעכע באַגעגעניש. די אַמאָליקע תּלמידים פֿון דער יעדינעצער רוסישער שול האָבן געמאַכט אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם 90־יאָריקן יוביליי פֿון זייער ליבן לערער פֿון כעמיע — גריגאָרי פּאַוולאָוויטש. אַגבֿ, ער האָט אַ מאָל פֿאַרענדיקט אין פּאָלטאַווע אַ צען־יאָריקע ייִדישע שול. אָפּצוגעבן כּבֿוד זייער לערער, זענען געקומען געסט פֿון חיפֿה ביז באר־שבֿע. ער האָט באַקומען ווידיאָ־באַגריסונגען פֿון זײַנע שילער, וועלכע וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד און פֿון יעדינעץ. די זוימען, וועלכע טאָדראַמאָוויטש האָט אַ מאָל פֿאַרזעצט אין אונדזערע יונגע נשמות, האָבן געגעבן רײַכע שפּראָצונגען הײַנט. ס’איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿאַר די הײַנטיקע תּלמידים — ווי אַזוי מע דאַרף זיך באַציִען צו אַ לערער. און בכלל, וואָס הייסט צו זײַן אַ הײַנטצײַטיקער לערער? ווי אַזוי וועט זיך אָפּשפּיגלען אין דעם מאָרגנדיקן טאָג דאָס וויסן, די דערציִונג, וועלכע ס’באַקומען די הײַנטיקע תּלמידים? אַ באַזונדערע טעמע איז, דער הײַנטצײַטיקער לערער פֿון ייִדיש...

מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט זיך געוואָנדן צו מיר די טאָכטער פֿונעם ישׂראלדיקן ייִדישן זשורנאַליסט יוסף ליפּסקי (1906—2010). ס’איז געבליבן נאָך איר טאַטן אַ פֿולער טשעמאָדאַן צײַטונגס־אויסשניטן פֿון זײַנע אַרטיקלען. זי האָט זיך געפֿרעגט, צי מע וואָלט ניט געקענט מאַכן פֿון זיי אַ ביכל? אַמאָליקע צײַטונגען, אַרטיקלען וועגן אַמאָליקע געשעענישן — צי וועט זײַן אַזאַ ביכל אינטערעסאַנט פֿאַר דעם הײַנטיקן לייענער? כ’מיין, אַז יאָ! פֿאַרשטייט זיך, ניט אַלע אַרטיקלען וועלן אַרײַנגיין אינעם בוך, נאָר אַ טייל פֿון זיי; די, וועלכע זענען אויסגעווייטיקט פֿונעם מחבר, אין וועלכע ער האָט אַרײַנגעלייגט זײַן האַרץ און נשמה און וועלכע קלינגען נאָך הײַנט אַקטועל.

מע וואָלט געקאָנט ברענגען אויך אַנדערע בײַשפּילן אויף דער טעמע — קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער. קינדער, וועלכע ווילן פֿאַרהיטן פֿאַרן מאָרגן די שאַפֿונגען פֿון זייערע עלטערן, פֿאַרהיטן זייער אָנדענק. דאָס איז אויך אַ גוטער בײַשפּיל פֿאַר די קינדער און אייניקלעך פֿון די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטן...

כ’בין שוין ניט איין מאָל געווען אויף די פֿאָרשטעלונגען פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער "ייִדישפּיל"־טעאַטער. פֿאַר דעם גרינדער און קינסטלערישן אָנפֿירער, שמואליק עצמון שטייט אויך אַ פּראָבלעם: ווי אַזוי, פֿאַרהיטנדיק די קלאַסישע טראַדיציעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער, שטעלן הײַנטצײַטיקע פֿאָרשטעלונגען, פֿאַרן הײַנטצײַטיקן צושויער. ער פּרוּווט אַרײַנצופֿירן נײַע פֿאָרמען, אָפֿט מאָל איבערגענומענע פֿון די העברעיִשע טעאַטערס, צוציִען יונגע אַקטיאָרן. נאָר, צום באַדויערן, ניט תּמיד גיט דאָס אַלץ אַ פּאָזיטיוון רעזולטאַט.

ביז איצט אין פֿאַרשיידענע טעאַטערס פֿון דער וועלט שטעלט מען שעקספּירן, טשעכאָוון און די ספּעקטאַקלען זענען הײַנטצײַטיקע, ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס פֿונעם הײַנטיקן לעבן. איז, אפֿשר כּדי ניט צו פֿאַרגעסן אונדזער ייִדישן קלאַסישן רעפּערטואַר, מע דאַרף נאָר צוגעבן צו די פּיעסעס אַ הײַנטצײַטיקע באַטאָנונג; אויסנוצן מאָדערנע פֿאָרמען, נײַע קינסטלערישע מיטלען. מע דאַרף צוציִען יונגע דראַמאַטורגן און אויך רעזשיסאָרן. דעמאָלט וועט דער נעכטיקער ייִדישער טעאַטער העלפֿן דעם הײַנטיקן צו האָבן אַ המשך אויף מאָרגן...

טעמעס... דאָס רוישנדיקע אַרום אונדז לעבן קוקט אַרײַן אין די פֿענצטער, קלאַפּט אין די טירן, קוקט אַרײַן אין די אויגן, קלאַפּט אין די הערצער. מע דאַרף זיך נאָר צוקוקן, צוהערן און פֿאַרשטיין, וווּ עס ענדיקט זיך דער נעכטן, און וווּ עס הייבט זיך אָן דער מאָרגן. מע דאַרף דערזען, דערשפּירן און דערפֿילן, ווי ס’קומט פֿאָר די פֿאַרבינדונג צווישן צײַטן...