- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער פּראָפֿעסאָר, פֿאָלקלאָריסט דובֿ נוי, האָט אויף אַ לעקציע זײַנער געגעבן אַזאַ ענטפֿער: אין אָדעס האָבן געוווינט רײַכע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, האָבן זיי ניט געהאַט קיין טענות צו גאָט, ניט געדאַרפֿט בעטן בײַם אייבערשטן פֿאַר זיך פֿאַרשיידענע לעבנס־פֿאַרגעניגנס... דערפֿאַר האָט גאָט געקאָנט זיך דאָ, אין אָדעס, אָפּרוען, ווײַל קיינער האָט אים ניט געדולט דעם קאָפּ. דאָך, האָב איך אויף דער פֿראַגע מײַן אייגענעם ענטפֿער און, ווי מיר דאַכט, אַ מער פּרטימדיקן. וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, האָט אין זײַנע מעמואַרן "זכרונות פֿון מײַנעם אַ בן־דור" אַזוי געשריבן: "אָדעס איז געווען איינע פֿון יענע ווייניקע שטעט, וואָס שאַפֿן זייער אייגענעם טיפּ מענטשן. אין גאַנץ רוסלאַנד פֿאַרן קריג [1914—1918 — רעד.) זענען געווען נאָר דרײַ אַזעלכע שטעט: מאָסקווע, פּעטערבורג און אָדעס — וועגן פּעטערבורג — איז נאָך אַ פֿראַגע... אָבער וועגן מאָסקווע און אָדעס איז קיין פֿראַגע ניט: צוויי בולטע, ווי פֿון מאַרמאָר אויסגעהאַקטע טיפּן..." ווײַטער שילדערט זשאַבאָטינסקי אַ טיפּישן אָדעסער: "...אַ געניטער, אַ געריבענער, אַ שייגעץ, אַ פֿײַערדיקער יונגאַטש; אַ דרייער, אַ פֿאַרדרייער, אַ מענטש מיט פֿאַנטאַזיע, אַ לעבעדיקער, אַ שרײַער, אַן איבערטרײַבער, אַ שפּעקולאַנט..." פֿאַרשטייט איר דאָך, חשובֿע לייענער, אַז אַ מענטש מיט אַזוי פֿיל מעלות איז אַוודאי און אַוודאי, געווען אַ פֿריילעכער אָפּטימיסט. נאָך איין ציטאַט פֿון די "זכרונות...": "געלעבט האָט זיך גרינג און לוסטיק. די שטאָט האָט געהאַט איין תּורה־שבעל־פּה: כּל־זמן דו האָסט אויף וועטשערע, מעגסטו פֿײַפֿן אויף אַלע אַנדערע דאגות..." יענטל, דו האָסט אַ נשמה פֿון אַ מאַנצביל.
אַ פּאַראַדאָקס! ווען בית די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס בעטן מיר, אַז די ייִדן, בײַ וועלכע מיר נעמען אינטערוויוען, זאָלן דערציילן וועגן זייער לעבן נאָך דער מלחמה (עס גייט די רייד וועגן אַ צײַטאָפּשניט פֿון מער ווי זעכציק יאָר), האָבן זיי נישט וואָס צו דערציילן! אָנהייבן וועל איך אַזוי, ווי שלום־עליכם הייבט אָן זײַן "מאָטל פּייסי דעם חזנס": אין אינטערנעץ אויף You Tube געפֿינט מען "טום־באַלאַלײַקע" אין דער אויספֿירונג פֿון דרײַ חזנים אין דער אַמסטערדאַמער פּאָרטוגעזישער שיל — נפֿתּלי הערשטיק, אַלבערטאָ מיזרחי און בן־ציון מילער. זייער זינגען ווערט באַגלייט פֿון אַן אָרקעסטער און אַ וואָקאַלער גרופּע. דאָס זינגען זייערס מאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק. פֿאַר מיר איז אָבער וויכטיק געווען נאָך איין זאַך — די ערנסטע באַציִונג אי פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, אי פֿון די חזנים צו אַ ייִדיש ליד, צו אַ טעקסט אויף ייִדיש. כ’מיין נישט, אַז אַלע צושויער אין דער פֿולגעפּאַקטער אַמסטערדאַמער סינאַגאָגע, וואָס האָבן שטורמיש אַפּלאָדירט נאָך דער אַרויסטרעטונג, האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש. מע וואָלט געקענט, מסתּמא, איבערזעצן די ווערטער פֿון דעם ליד אויף האָלענדיש, אַז אַלע זאָלן עס פֿאַרשטיין, אָבער וואָס פֿאַר אַ טעם וואָלט עס געהאַט?... וואָס פֿאַר אַ טעם האָבן, צום בײַשפּיל, די פֿאָרשטעלונגען אויף דער רוסישער שפּראַך פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער "שלום"? דער פֿאָלקס־אַרטיסט פֿון רוסלאַנד, אַלעקסאַנדער לעווענבוק, וואָס פֿירט אָן מיט דעם ייִדישן(?) טעאַטער האָט געגעבן אַן אינטערוויו, אויף רוסיש, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַן באַזוכן ישׂראל, וועלכן מע קאָן אויך געפֿונען אין אינטערנעץ. לייענענדיק דעם דאָזיקן אינטערוויו, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם ווערטל: אַ ייִד אַ חכם מאַכט זיך נישט תּמעוואַטע. נאַט אײַך איין בײַשפּיל פֿון דעם שמועסט: לענגויס אַ דאָרפֿישן טראָטואַר גייט אַ היגער לערער מיט זײַן זעקס־יעריק טעכטערל. אין מיטן וועג פֿאָרט דורך אַ נײַער אויטאָ. דער שאָפֿער פֿונעם אויטאָ גיט אַ סיגנאַל. דאָס טעכטערל פֿרעגט: — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? — דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער! זיי גייען ווײַטער. נאָך איין אויטאָ פֿאָרט דורך און גיט אַ סיגנאַל. — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? — דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער! די דריטע מאַשין גיט דעם לערער אַ סיגנאַל. — טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער? פֿרויען זײַנען אין פֿאַרשיידענע צײַטן געווען אַ קוואַל פֿון שאַפֿערישער באַגײַסטערונג, אָדער ווי מע רופֿט עס אויף דער פּאָעטישער שפּראַך — מוזעס. הײַנט, אין די ערשטע וועסנע־טעג, וואָלט איך געוואָלט דערמאָנען דווקא די ייִדישע פֿרויען, וועלכע זענען געווען מוזעס פֿאַר די ניט־ייִדישע שאַפֿערס, אָפֿט מאָל, קריסטן לויטן גלויבן. וואָס האָט אַזוי צוגעצויגן די ניט־ייִדישע טאַלאַנטן צו די ייִדישע טעכטער? זייער שיינקייט? — פֿאַרשטייט זיך! אָבער וואָס פֿאַר אַ שיינקייט? — כ׳האָב גערעדט מיט דער מאַמען... בין איך אים אי מוחל, אי מקנא געווען, ווײַל ווי עס זינגט זיך אין אונדזער באַרימט ליד: "...גליקלעך און רײַך איז דער מענטש וואָס האָט אַזאַ שיינע מתּנה... אַן אַלטיטשקע ייִדישע מאַמע..." דער אויסדרוק "ייִדישע מאַמע" איז אַרײַן אויך אין אַנדערע שפּראַכן און איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער באַגריף. דאָס ליד גופֿא, איז אַ וועלט־שלאַגער און ווי עס דאַכט זיך מיר, פּאָפּולערער פֿון דעם איטאַליענישן ליד "מאַמאַ", וואָס איז באַקאַנט אין ראָבערטינאָ לאָרעטיס אויספֿירונג. "ייִדישע מאַמע" האָבן געזונגען אויף ענגליש: פּאָל ראָבסאָן, דין ריד, טאָם דזשאָנס; אויף אונגעריש יאַנאָש קאָאָש און אויף פֿראַנצויזיש שאַרל אַזנאַוווּר; אויף שפּאַניש נינאָ בראַוואָ און אויף רוסיש און ייִדיש יוסף קאַבזאָן, טאַמאַראַ גווערדציטעלי און אַפֿילו אויף אַראַביש — דער אַלזשירער זינגער סאַלים כאַלאַלי. דאָס ליד האָט מען אויך געקאָנט הערן אויף דײַטש, פּויליש, טשעכיש, פֿיניש... אייניקע זינגער זינגען עס מיט נײַע ווערטער, פּשוט וועגן אַ מאַמע, אָן אַ נאַציאָנאַליטעט. פֿאַר וואָס זשע איז דער אויסדרוק "ייִדישע מאַמע" געוואָרן אַזוי ברייט פֿאַרשפּרייט? וואָס האָבן מיר אין זינען ווען מע זאָגט "ייִדישע מאַמע"? אין אַ טאָג אין איינער פֿון די ישׂראלדיקע רוסישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען האָט מען איבערגעגעבן דאָס ליד "ייִדישע מאַמע", נאָך דעם האָט אַ צוהערער אָנגעקלונגען מיט טענות: "איך האַלט, אַז בײַ אַלע פֿעלקער האָבן די מאַמעס ליב זייערע קינדער ניט ווייניקער ווי די ייִדישע מאַמע". אַנטאָן רובינשטיין "איך זאָג אײַך ווי אַ פּראַוואָסלאַוונער צו אַ פּראַוואָסלאַוונעם: פֿאַרשעמט ניט די ייִדישע נאַציע!" יולי גוסמאַן
פֿון ערגעץ איז אין יאָר 1994 געקומען קיין קעשענעוו אַ "קאַראַוואַן", אַ צענדליק וואַגאָנטשיקלעך פֿון פּילגרימען. דער אָנפֿירער, אַ נאָרוועגער, פֿון די עולי־רגל, אַממערסטן עוואַנגעליסטן, איז געקומען אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, און געבעטן בײַ אונדז מאַטעריאַלן וועגן יוסף ראַבינאָוויטשן. ביז דעמאָלט האָב איך דעם נאָמען נישט געהערט. נעם איך זיך לייענען און בלעטערן די קירכלעכע פּרעסע פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט. יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש (1837—1899) איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבישן שטעטל רעזינע. זײַן זיידע און טאַטע זײַנען געווען רבנים און ער אַליין האָט באַקומען אי אַ רעליגיעזע, אי אַ וועלטלעכע בילדונג. אין 1882, נאָך די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין רוסלאַנד, האָט ער באַזוכט פּאַלעסטינע. אין ירושלים, ווען ער איז געשטאַנען אויפֿן הר־הזיתים, האָט זיך אים געעפֿנט דער סוד פֿון יעזוסעס ווערטער אין דער עוואַנגעליע, וועלכע ער האָט גוט געקענט: "אָן מיר קאָנט איר גאָר ניט טאָן". ראַבינאָוויטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין אַלע צרות פֿון די ייִדן זענען שולדיק די ייִדן אַליין, ווײַל זיי האָבן ניט אָנערקענט יעזוסן פֿאַר אַ משיח. און יוסף ראַבינאָוויטש האָט אָנגעהויבן גלייבן אין יעזוסן. צבֿי צעלמאַן, האָט פֿון קליינערהייט אָן ליב באַקומען די ציגײַנער. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע, האָבן די ציגײַנערישע טאַבאָרן נאָך געפֿירט אַ וואַנדער־לעבן. דער יונגער צבֿי פֿלעגט אויסבעטן בײַ דער מאַמען אַלטע, צעריסענע בגדים, אָנטאָן זיי און לויפֿן זיך שפּילן מיט די ציגײַנערלעך. שפּעטער, ווען ער איז אויסגעוואַקסן און אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער, האָט צבֿי פֿאַרהיט די ליבע צו דעם דאָזיקן וואַנדערנדיקן פֿאָלק. אין 1940 האָט ער אין בוקאַרעשט אַרויסגעגעבן אַ ביכל אונטערן טיטל: "ציגײַנער־מאָטיוון". (ליד און סאָנעט). דאָס זײַנען ניט לידער וועגן ציגײַנער, ווי לאָמיר זאָגן, בײַ איציק מאַנגערן אין זײַן "ציגײַנער־באַלאַדע": איין מאָל אין אַ פּורים — אויף יום־כּיפּור, גיי איך אין שיל אַרײַן. ניט אויף דער נאַכט, צו כּל־נדרי, נאָר אין דער פֿרי, ווען מע זאָגט יזכּור. אויך אין דעם טאָג פֿאַסט איך. די עטלעכע שעה, וועלכע כ׳פֿאַרברענג צווישן די דאַוונענדיקע ייִדן, מיינען אַוודאי נישט, אַז כ׳שלאָג זיך על־חטא פֿאַר מײַנע באַגאַנגענע זינד. כ׳בין נישט קיין גרויסער פֿרומאַק און ניט קיין קליינער אַפּיקורס. וואָס זשע דען? — דאָס זאָגן יזכּור נאָך די עלטערן און קרובֿים און דאָס פֿאַסטן איז פֿאַר מיר שוין געוואָרן אַ טראַדיציע. אַ סך ישׂראלים שטעלן ניט פֿלייש און מילכיקס אויף איין טיש, עסן ניט קיין חזיר, רירן זיך ניט צום ברויט אום פּסח; ניט דערפֿאַר וואָס זיי זענען גלויביקע מענטשן — ס׳איז שוין אַזאַ טראַדיציע! ניט ווייניק פֿון די רעליגיעזע מינהגים זײַנען געוואָרן וועלטלעכע טראַדיציעס. אַ נײַע טראַדיציע האָבן אײַנגעפֿירט די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — זיי יום־טובֿן ראָש־השנה כּמעט אַזוי, ווי מע האָט אַ מאָל, באַגעגנט דעם נײַיאָר, — דעם "נאָווי גאָד", לויטן גריגאָריאַן־קאַלענדאַר. די גאַנצע משפּחה נעמט זיך צענויף בײַ אַ יום־טובֿדיקן טיש, מען עסט און מע טרינקט, מע ווינטשט זיך אַ גליקלעכן נײַעם יאָר, עס פֿעלט נאָר שאַמפּאַניער. ס׳טרעפֿט זיך, אַז אויפֿן ראָש־השנהדיקן טיש שטייט אויך אַ טעלערל מיט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך חזיר־וווּרשט... |