פּובליציסטיק
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ פּאַראַדאָקס! ווען בית די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס בעטן מיר, אַז די ייִדן, בײַ וועלכע מיר נעמען אינטערוויוען, זאָלן דערציילן וועגן זייער לעבן נאָך דער מלחמה (עס גייט די רייד וועגן אַ צײַטאָפּשניט פֿון מער ווי זעכציק יאָר), האָבן זיי נישט וואָס צו דערציילן!
אַ ייִדענע פֿון אוקראַיִנישן שטעטל טולטשין, וואָס איז אַלט אַרום 86 יאָר, האָט אונדז צוויי שעה, און ניט דאָס ערשטע מאָל, דערציילט וועגן די יאָרן אין געטאָ פֿון טראַנסניסטריע. מיר פֿרעגן זי:
— אין געטאָ זענט איר געווען דרײַ יאָר, אָבער ס’איז שוין אַדורך 65 יאָר נאָך דער מלחמה. וואָס קאָנט איר דערציילן וועגן דעם שפּעטערדיקן לעבן, וואָס איר געדענקט?
— כ’האָב געאַרבעט ביז איך בין אַרויס אויף פּענסיע... — איז געווען איר ענטפֿער.
אַ פֿרוי פֿון מאָלדאַווישן שטעטל סאָראָקע האָט אונדז געזאָגט:
— אין טראַנסניסטריע בין איך געווען פֿיר יאָר אַלט, נאָר מיר דאַכט זיך, אַז איך געדענק יעדן טאָג פֿון די דרײַ ביטערע געטאָ־יאָרן...
און זי האָט טאַקע אַ סך דערציילט. און צום סוף, גיט זי צו:
— כ’וועל אײַך זאָגן דעם אמת, כ’האָב גאָר ניט געמיינט, אַז איך געדענק אַזויפֿיל.
— און וואָס קאָנט איר דערציילן וועגן אײַער ווײַטערדיקן לעבן, נאָך טראַנסניסטריע?
— געלעבט... געאַרבעט... וואָס קאָן איך אײַך נאָך זאָגן?...
מיר דאַכט זיך, אַז ווען ס’וואָלט געווען אַ ייִד, וואָס איז אַלט אַ צוויי טויזנט יאָר, הייסט עס, אַ לעבן אַ לאַנגס ווי דער גלות, און מע פֿרעגט בײַ אים, וואָס געדענקט איר פֿון די דורכגעלעבטע 2000 יאָר, וואָלט ער געענטפֿערט: "געטאָ, אינקוויזיציע, פּאָגראָמען, לאַגערן..."
— נו, און חוץ דעם?
— געלעבט... געאַרבעט... איך ווייס וואָס נאָך...
אין חודש מײַ, מערקט מען אָפּ שוין דעם 67סטן יאָרטאָג זינט מע האָט באַזיגט נאַצי־דײַטשלאַנד. אָבער נאָך עד־היום אין די שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן, אוקראַיִנע, מאָלדאָווע שטעלט מען דענקמאָלן, געדענק־צייכנס אויף די פּלעצער, וווּ מע האָט מאַסנווײַז פֿאַרניכטעט די ייִדן. ס’איז טאַקע זייער אַ וויכטיקע אַרבעט! ווען מע וואָלט געקאָנט אַ קוק טאָן פֿון אויבן, פֿון די הימל־הייכן אויף די גלות־לענדער, זוכנדיק סימנים פֿונעם ייִדישן לעבן, וואָלט מען זיי דערקענט נאָר פֿון די בית־עולמס און דענקמאָלן אויף די ערטער, וווּ מע האָט געהרגעט ייִדן בעת די פּאָגראָמען און מלחמות...
און אויב שוין רעדן וועגן דענקמאָלן און וועגן די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע, וואָלט איך געשטעלט אַ באַזונדערן דענקמאָל דעם ייִד, וואָס נישט קוקנדיק אויף די שווערסטע באַדינגונגען אין געטאָ, איז ער געבליבן לעבן! דעם ייִד, וואָס אַ דאַנק זײַנע פֿעיִקייטן, זײַן ענערגיע, זײַן אָפּטימיזם, האָט ער געפֿינען אין זיך מוט און כּוח אויסגעריסן צו ווערן אויף אַרבעט — אין פֿעלד, גערטנער בײַ די קריסטן פֿון די אַרומיקע דערפֿער, זיך בייגן פֿאַר זיי און פֿאַרריכטן זייערע קליידער, שוכוואַרג, היטלען... — אַבי צו געפֿינען אַ ביסן פֿאַר זײַנע קינדער און דער משפּחה. וועגן דעם איז זייער ווייניק אָנגעשריבן.
מער ווי צוואַנציק יאָר זײַנען אָפּגעלעגן אינעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" עטלעכע העפֿטלעך אָנגעשריבענע מיט דער האַנט זכרונות פֿון אַ בעסאַראַבער ייִד, אַ פּשוטער שנײַדער משה גערשפֿעלד, וועגן זײַן לעבן אין דער געטאָ. ערשט אין 1991 יאָר, אַ דאַנק דעם רעדאַקטאָר מויני שולמאַן, האָט מען זיי אָפּגעדרוקט אין דרײַ נומערן פֿונעם זשורנאַל. דער מחבר שרײַבט: "די בעסאַראַבישע ייִדן האָט מען ניט געברענט אין די קרעמאַטאָריעס... מיר זײַנען געווען פֿאַרמישפּט אויסצושטאַרבן אויף די וועגן, אין די געטאָס... וויפֿל הונגער, קעלט שרעק האָבן מיר אויסגעליטן, וויפֿל מאָל געזען דעם טויט פֿאַר די אויגן... נאָר איך בין געבליבן לעבן..."
אָט דעם פּשוטן שנײַדער, וואָס איז געבליבן לעבן, וואָס האָט זיך גענומען פֿאַר פֿאַרשיידענע אַרבעטן, נישט גערוט נישט בײַ טאָג און נישט בײַ נאַכט, אַבי צו פֿאַרדינען אַ שטיקל ברויט, אַ צוויי־דרײַ קאַרטאָפליעס פֿאַר דער משפּחה, וואָלט איך געשטעלט אַ דענקמאָל. אים און אויך דעם אוקראַיִנישן פּויער, וואָס האָט אים געגעבן דאָס שטיקל ברויט, די פּאָר קאַרטאָפֿליעס...
נישט לאַנג צוריק, שוין אין דער טיפֿער עלטער, איז משה גערשפֿעלד געשטאָרבן אין אַ געגנט פֿון היפֿה, אַרומגערינגלט מיט קינדער, אייניקלעך, אוראייניקלעך... צום באַדוירן, אין אַ בוכפֿאָרעם זענען זײַנע זכרונות נישט אַרויס, נישט איבערגעזעצט געוואָרן אויף אַנדערע שפּראַכן. אַ שאָד.
אַ באַקאַנטער האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: דו פֿאַרנעמסט זיך מיט ייִדיש? דאָס איז דאָך די שפּראַך פֿונעם גלות, וווּ מע האָט דערנידעריקט, פֿײַנט געהאַט און געהרגעט ייִדן!
אָבער, רבותי, אויך אין די גלות־לענדער איז געווען אַ לעבן, און דווקא אַ פֿילפֿאַרביק ייִדיש לעבן! מע האָט געפֿירט ליבעס, חתונה געהאַט, געהאַט קינדער, אַ סך פֿון די קינדער האָבן זיך געלערנט אין די אוניווערסיטעטן, געוואָרן געלערנטע, שרײַבער; צווישן זיי זענען געווען גלענצנדיקע פּערזענלעכקייטן! די ייִדן האָבן פֿאַרהיט ייִדישקייט, געבויט שילן און שולן, געפּראַוועט בער־מיצוות, געשטעלט חופּות… ס’איז געווען אַ לעבן אי פֿאַר די פּאָגראָמען, אי נאָך זיי. ס’איז געווען אַ לעבן פֿאַר דער מלחמה און נאָך דעם חורבן. וועגן דעם קאָן מען לייענען אין פֿאַרשיידענע יזכּור־ביכער, אין די זכרונות און אין די ביכער פֿון פּראָזע און פּאָעזיע בײַ די ייִדישע שרײַבער.
דער פּאָעט דוד סעלצער אין זײַן ביכל: "בילדער און געשטאַלטן פֿון סאָראָקע" שרײַבט וועגן זײַן בעסאַראַבישן שטעטל אַזוי: "איך געדענק נאָך יעדער גאַס, געסל און ליקל, יעדער פּלויט וווּ איך בין אַריבערגעשפּרונגען, יעדער הויף וווּ איך האָב זיך געשפּילט און יעדער הויז וווּ איך האָב אָנגעשלאָגן אין אַ טיר און אָפֿט דאָרט פֿאַרזוכט פֿון זייער ברויט און געטרונקען פֿון זייער וואַסער. איך זע יענע בילדער, יענע היימישע און ליבע געשטאַלטן — ייִדן און קריסטן... זאָלן אָט די בילדער און געשטאַלטן בלײַבן ווי לעבעדיקע מאָנומענטן פֿאַר אַ לעבן וואָס וועט בלײַבן כּל־זמן ייִדישע דיכטער וועלן נאָך קענען דערציילן, באַזינגען די נעכטיקע שקיעה, כּדי צו באַשײַנען דעם מאָרגנדיקן קאַיאָר."
אַן אַנדער בעסאַראַבער פּאָעט, אפֿשר דער בולטסטער צווישן די בעסאַראַבער דיכטער, אפֿרים אויערבאַך, שרײַבט אין זײַן ליד "אַ טרונק וואַסער":

נאָך איצט שפּיר איך דעם טעם פֿון פֿרישן וואַסער אויף דער צונג,
די קילקייט פֿונעם עפּלבוים, איך הער דעם שאָרך פֿון טריט,
די האַנט זע איך, וואָס ווי אַ בוים האָט זי מיט האָר געבליט, —
אַ מענטש האָט מיר, דעם דאָרשטיקן, דערלאַנגט אַ טרונק...


ס’איז שטיל אַרום. ס’איז שטיל בײַ דיר אונטערן דאַך.
אַ דאַנק דיר פֿאַרן טרונק, — זאָג איך דעם מאָלדאָוואַן.
ער שטעלט צוריק אַוועק די קאַלטע, פֿײַכטע קאַן
און זאָגט מיט וואַרעם קול: דער סטעפּ איז תּמיד וואַך.

דער שרײַבער יאַנקל יאַקיר אין זײַן ליד, "ס’איז אַ פֿראָסט אַ מחיה" (1934), באַזינגט עס אַזוי:

...ס’איז אַ פֿראָסט, ס’איז אַ מחיה
ס’איז אַ ווינט און אַ זאַוויי
ס’קושט אַ בחור הייס אַ מיידל
ס’צעגייט זיך אַזש דער שניי.


מע קאָן נאָך ברענגען ניט ווייניק אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וועגן דעם אַמאָליקן לעבן אין גלות־בעסאַראַביע, וווּ עס ווערן נישט דערמאָנט ניט קיין פּאָגראָמען, ניט קיין מלחמה, און ניט קיין אַנטיסעמיטיזם, נאָר בלויז דאָס פּשוטע טאָג־טעגלעכע לעבן: מענטשלעכע געפֿילן, ליידן און פֿריידן, פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן ייִדן און ניט־ייִדן. אָבער דאָס אַלץ געפֿינט מען בלויז אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס איז אַליין אַן אוצר, געשאַפֿן אין גלות.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען אין מאָלדאַווישן שטעטל וואַד־ראַשקאָוו, וווּ ס’איז געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, געשטעלט אין זײַן אָנדענק אַ דענקמאָל. כ’מיין, אַז ס’איז אויך אַ דענקמאָל פֿאַר די ייִדן, וועלכע האָבן אַ מאָל געוווינט אין דעם שטעטל; אַ מאָנומענט לזכּרון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. מע האָט אויפֿגעטאָן זייער אַ וויכטיקע זאַך.
כ’האָף, אַז אַ מאָל וועט מען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע — אומעטום, וווּ עס האָבן געלעבט ייִדן, שטעלן דענקמאָלן אַ ייִד — סתּם אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס איז אין די גלות־לענדער געווען אַ גוטער דאָקטער, אַ גוטער לערער, אַ בריהשער שנײַדער, שוסטער, קירזשנער... דעם ייִד, וואָס איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿאַר די ניט־ייִדן און האָט מיט זײַן חכמה, מיט זײַן הומאָר געמאַכט דאָס לעבן אַ ביסעלע שענער, אַ ביסעלע פֿריילעכער און אים צוגעגעבן, וואָלט איך געזאָגט, אַ געטלעכן טעם...
דעם 5טן מײַ, 2012, האָבן זיך אין פּאַרק פֿון דער שטאָט זכרון־יעקבֿ צונויפֿגעזאַמלט אויף זייער יערלעכער באַגעגעניש די יעדינעצער — מײַנע בני־עיר. אַ באַקאַנטער האָט מיך געבעטן צו רעדן מיט זײַן מאַמען, אַ פֿרוי, וואָס איז שוין אַלט אַ 85 יאָר. ווען זי האָט מיך דערזען, האָט זי מיר געזאָגט:
— משה, ביז איך געדענק נאָך, וויל איך דיר דערציילן זייער אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע וועגן מײַן מאַן. אין דער צײַט פֿון דער מלחמה...