פּערזענלעכקײטן
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף בראָדסקי, ניו־יאָרק 1987
יוסף בראָדסקי, ניו־יאָרק 1987
Credit: Getty Images
די ייִדן זאָגן אַז איך בין אַ קריסט, די קריסטן זאָגן — אַ ייִד, די דײַטשן — אַ רוס, די רוסן — אַ דײַטש.

אַנטאָן רובינשטיין

"איך זאָג אײַך ווי אַ פּראַוואָסלאַוונער צו אַ פּראַוואָסלאַוונעם: פֿאַרשעמט ניט די ייִדישע נאַציע!"

יולי גוסמאַן
צו וולאַדימיר זשירינאָווסקי

אין דער רוסישער "דומע"


יוסף בראָדסקי אין זײַנע פֿאַרשיידענע אינטערוויוען האָט ניט איין מאָל אונטערגעשטראָכן: "איך בין אַ ייִד. אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד. מע קאָן ניט זײַן מערער אַ ייִד, ווי איך בין. דער טאַטע, די מאַמע — אָן שום ספֿק. אָן אַ צומיש. נאָר איך מיין, אַז ניט נאָר דערפֿאַר בין איך אַ ייִד..." צי נאָך: "...איך מיין, אַז איך בין אין אַ גרעסערער מאָס אַ ייִד, ווי יענע ייִדן, וואָס האַלטן זיך בײַ אַלע מינהגים..." צי: "מיט דער צײַט פֿיל איך זיך אַ סך אַ גרעסערער ייִד, ווי יענע, וועלכע זענען עולה געווען קיין ישׂראל צי גייען אין סינאַגאָגעס..."
וואָס זשע האָט געהייסן פֿאַרן רוסישן פּאָעט, דעם נאָבעל־געווינער, וועמען מע האָט געבראַכט צו קבֿורה לויט די קריסטלעכע מינהגים, צו זײַן אַ ייִד, חוץ, פֿאַרשטייט זיך, דעם אַנטראָפּאָלאָגישן קאָמפּאָנענט?
יעדער ייִד — אַ שרײַבער, אַן אַקטיאָר, אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ קינסטלער אין אַנדערע קולטורן בכלל און אין דער רוסישער בפֿרט — געפֿינט פֿאַר זיך אַ פּאַסיקע פֿאָרמול, צו פֿאַראייניקן זײַן נאַציאָנאַליטעט מיטן גײַסטיקן לעבן און מיטן גײַסט פֿון אַן אַנדער פֿאָלק. אי ער וויל בלײַבן אַ ייִד פֿאַר זײַן פֿאָלק, אי ער, דער שאַפֿער, וויל ניט זײַן אַ פֿרעמדער פֿאַר דעם פֿאָלק, פֿאַר וועלכן ער שאַפֿט און גיט אָפּ זײַן טאַלאַנט. ווען כ’האָב זיך געלערנט אין מאָסקווע בין איך געווען אויף אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿונעם באַקאַנטן רוסישן אַקטיאָר, אַ ייִד לויטן אָפּשטאַם, קאָנסטאַנטין רײַקין. צווישן אַנדערן, האָט ער געזאָגט: "איך בין אַ מענטש פֿון דער רוסישער קולטור און דאָסטאָיעווסקי געפֿעלט מיר מער ווי שלום־עליכם". דער עולם אין זאַל האָט זייער וואַרעם אַפּלאָדירט. מילא. אַז מיר געפֿעלט באַלזאַק מער, ווי דאָסטאָיעווסקי, בין איך דען אַ מענטש פֿון דער פֿראַנצויזישער קולטור? אַ סך ייִדן צווישן די קולטור־טוער אין רוסלאַנד, שטרײַכן אונטער: "איך בין אַ מענטש פֿון דער רוסישער קולטור", צי: "איך געהער צו דער רוסישער קולטור". נאָר די רוסישע קולטור, די אמתע רוסישע קולטור, ווי אויך די רוסישע שפּראַך זײַנען דאָך דורכגעדרונגען מיטן פּראַוואָסלאַוונעם גלויבן, מיט פּראַוואָסלאַוויע. סוף־כּל־סוף, איז קאָנסטאַנטין רײַקין זיך געשמד און טאַקע געוואָרן אַ פּראַוואָסלאַוונער...
די פֿאָלקס־אַרטיסטקע פֿון רוסלאַנד און גרוזיע, די זינגערין טאַמאַראַ גווערדציטעלי, וואָס האָט אַ ייִדישע מאַמע, האָט אַזאַ פֿאָרמול: "איך בין אַ מענטש פֿון דער וועלט". בכלל, ייִדן — רוסישע אַקטיאָרן, זינגערס — איז אַ באַזונדערע טעמע. ישׂראל איז געוואָרן פֿאַר זיי אַ וויכטיק קאָנצערט־פּלאַץ, וווּ מע קאָן און וווּ מע פֿאַרדינט ניט קיין קליינע געלטער; פֿאַרגעסן זיי ניט אין זייערע ייִדישע וואָרצלען. דאָ אין ישׂראל, זאָגן זיי, אַז זיי זענען ייִדן. עס זאָגן עס אַפֿילו די, וואָס נאָר זייער באָבעס באָבע איז געווען אַ ייִדישע. אָבער מע דאַרפֿן דאָך מאַכן געלט אויך אין רוסלאַנד! דאָרטן פֿאַרשווײַגן זיי זייער ייִחוס. און ס’זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס אין רוסלאַנד טראָגן זיי אויפֿן האַלדז אַ צלם, געוויינטלעך, אַ גרעסערן, ווי עס טראָגן די ניט־ייִדישע אַקטיאָרן; אָבער ווען זיי קומען אויף גאַסטראָלן קיין ישׂראל, בײַטן זיי שוין דעם צלם אויף אַ מגן־דוד. איך האָב אַ סימן: וואָס גרעסער איז דער צלם אויפֿן האַלדז בײַ אַ זינגער אין רוסלאַנד, אַלץ גרעסער איז מײַן מאָטיוואַציע, אַז ער איז בפֿירוש אַ ייִד!
אין 2006 האָט דער באַרימטער פֿידלער וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו באַקומען פֿון "אונעסקאָ" (UNESCO) דעם טיטל: "דער אַרטיסט פֿון דער וועלט". דאָס מיינט, אַז די נאַציאָנאַליטעט איז שוין ניט אַזוי וויכטיק, אַז דער אַרטיסט און אויך זײַן טאַלאַנט געהערן דער גאַנצער וועלט. שיין! כ’מיין אָבער, אַז פֿאַר די אַנטיסעמיטן זײַנען די אַלע טיטלען — "מענטש פֿון דער וועלט", "אַרטיסט פֿון דער וועלט" אַ פּוסטער קלאַנג.
איצט וויל איך זיך אומקערן צום אָנהייב, צו יוסף בראָדסקי. וואָס האָט פֿאַר אים געהייסן צו זײַן אַ ייִד? ער האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו: "...מיר דאַכט, אַז מײַן אַרבעט, אויב שוין רעדן ערנסט, איז אַן אַרבעט אויף צו לויבן גאָט... נאָך מערער, די נאַטור פֿון דער דאָזיקער באַשעפֿטיקונג, אין אַ געוויסן זין, מאַכט דיך פֿאַר אַ ייִדן, דאָס ייִדישקייט ווערט אַ פּועל־יוצא..." יוסף בראָדסקי איז געבליבן אַ ייִד, ווײַל ער האָט פֿאַרמאָגט דעם ספּעציפֿישן טאַלאַנט — צו זײַן אַ פּאָעט!
איך בין מסכּים מיט אים אויף הונדערט פּראָצענט: אַ טאַלאַנט האָט אַ ספּעציפֿישקייט, וואָס איז פֿאַרבינדן מיט דער נאַציאָנאַליטעט, מיטן אייגענעם פֿאָלק, מיט דער געשיכטע פֿונעם פֿאָלק.
מאַרק שאַגאַל האָט געשריבן: "ווען איך וואָלט ניט געווען קיין ייִד (אין דעם זין, וואָס איך לייג אַרײַן אין דעם וואָרט) וואָלט איך קיין מאָל ניט געוואָרן קיין קינסטלער, צי איך וואָלט גאָר געווען אַן אַנדערער קינסטלער".
דערפֿאַר ווען מע זאָגט וועגן עמעצן: "זײַן טאַלאַנט איז פֿון גאָט" — איז מיר ניט קלאָר, וועגן וואָס עס רעד זיך און וואָס מיינט מען מיט דער דאָזיקער אַבסטראַקטער פֿראַזע.
דער גרויסער אַקטיאָר אַרקאַדי רײַקין, דער פֿאָטער פֿון קאָנסטאַנטין רײַקין, האָט אַ מאָל דערציילט: "בײַ מיר אין רעפּערטואַר איז דאָ אַ פּאַנטאָמימע וועגן אַ פֿישער. ווען דער טאַטע, וואָס האָט געאַרבעט אינעם ריגער פּאָרט, האָט געזען מײַן אויפֿטריט, האָט ער געזאָגט, אַז ניט אַזוי דאַרף מען שפּילן דעם פֿישער; און ער האָט געוויזן ווי ער וואָלט עס געטאָן. דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, פֿון וואַנען עס שטאַמט מײַן טאַלאַנט".
דער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקסאַנדר זשורבין, האָט דערציילט: "ווען ניט לאַנג צוריק האָט די משפּחה געפֿײַערט אין ישׂראל מײַן מאַמעס 85סטן יוביליי, האָט די מאַמע צו אונדזער פֿאַרוווּנדערונג, אויסגעזינגען עטלעכע לידער מיט זייער אַ ריינעם, שיינעם קול. מײַנע פֿעיִקייטן זײַנען ווײַזט אויס פֿון איר".
ניט פֿון גאָט קומט צום מענטש טאַלאַנט; כ’מיין, אַז דער געלערנטער, דער קינסטלער ירשענט אים דורך זײַנע עלטערן, דורך די באָבע־זיידעס, פֿון זײַן פֿאָלק. דאָס פֿאַלק אַרבעט אויס ערגעץ אין די טיפֿקייטן פֿון דער געשיכטע און לייגט אַרײַן אין זײַנע זין און טעכטער דאָס בעסטע וואָס עס פֿאַרמאָגט — דעם טאַלאַנט, כּדי זיי, די געבענטשטע, זאָלן באַרימט מאַכן זייער פֿאָלק. אין אַ געוויסער מאָס קאָן מען זאָגן, אַז טאַלאַנטן געהערן דעם פֿאָלק.
אַנומלט האָט דער אַנסאַמבל "סאָליסטי מאָסקווי" (סאָליסטן פֿון מאָסקווע) און זייער אָנפֿירער, דער וועלט־באַרימטער אַלטיסט יורי באַשמעט באַקומען די מוזיקאַלישע פּרעמיע פֿון דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון פֿאָנאָגראַפֿיע "גרעמי" (Grammy). דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד בערל לאַזאַר האָט באַגריסט יורי באַשמעט און אָנגעשריבן: "כ’בין זיכער, אַז די ייִדישע קהילה פֿון רוסלאַנד, דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק דאַרף שטאָלצירן מיט דעם, וואָס צווישן אונדזערע שטאַמברידער איז פֿאַראַן אַזאַ טאַלאַנט ווי איר..."
פּערל זײַנען די שאַפֿונגען פֿון ים און ניט פֿון אַ יוּוועליר!