ניט לאַנג צוריק האָב איך געקלונגען אויפֿן טעלעפֿאָן צו מײַנעם אַ פֿרײַנד, וואָס וווינט אין ירושלים, אָבער דער טעלעפֿאָן איז געווען פֿאַרנומען. געקלונגען שפּעטער מיט פֿינף מינוט, מיט צען, מיט אַ האַלבער שעה — מע רעדט! ערשט אין אַן אָנדערטהאַלבע שעה אַרום האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט אים. וואָס איז?
— כ׳האָב גערעדט מיט דער מאַמען...
בין איך אים אי מוחל, אי מקנא געווען, ווײַל ווי עס זינגט זיך אין אונדזער באַרימט ליד: "...גליקלעך און רײַך איז דער מענטש וואָס האָט אַזאַ שיינע מתּנה... אַן אַלטיטשקע ייִדישע מאַמע..." דער אויסדרוק "ייִדישע מאַמע" איז אַרײַן אויך אין אַנדערע שפּראַכן און איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער באַגריף. דאָס ליד גופֿא, איז אַ וועלט־שלאַגער און ווי עס דאַכט זיך מיר, פּאָפּולערער פֿון דעם איטאַליענישן ליד "מאַמאַ", וואָס איז באַקאַנט אין ראָבערטינאָ לאָרעטיס אויספֿירונג.
"ייִדישע מאַמע" האָבן געזונגען אויף ענגליש: פּאָל ראָבסאָן, דין ריד, טאָם דזשאָנס; אויף אונגעריש יאַנאָש קאָאָש און אויף פֿראַנצויזיש שאַרל אַזנאַוווּר; אויף שפּאַניש נינאָ בראַוואָ און אויף רוסיש און ייִדיש יוסף קאַבזאָן, טאַמאַראַ גווערדציטעלי און אַפֿילו אויף אַראַביש — דער אַלזשירער זינגער סאַלים כאַלאַלי. דאָס ליד האָט מען אויך געקאָנט הערן אויף דײַטש, פּויליש, טשעכיש, פֿיניש... אייניקע זינגער זינגען עס מיט נײַע ווערטער, פּשוט וועגן אַ מאַמע, אָן אַ נאַציאָנאַליטעט. פֿאַר וואָס זשע איז דער אויסדרוק "ייִדישע מאַמע" געוואָרן אַזוי ברייט פֿאַרשפּרייט? וואָס האָבן מיר אין זינען ווען מע זאָגט "ייִדישע מאַמע"?
אין אַ טאָג אין איינער פֿון די ישׂראלדיקע רוסישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען האָט מען איבערגעגעבן דאָס ליד "ייִדישע מאַמע", נאָך דעם האָט אַ צוהערער אָנגעקלונגען מיט טענות: "איך האַלט, אַז בײַ אַלע פֿעלקער האָבן די מאַמעס ליב זייערע קינדער ניט ווייניקער ווי די ייִדישע מאַמע".
ניט לאַנג צוריק האָט דער באַוווּסטער רוסישער אַקטיאָר, גענאַדי כאַזאַנאָוו, אײַנגעשלאָסן אין זײַן רעפּערטואַר אַ מאָנאָלאָג, וואָס הייסט "אַ ייִדישע מאַמע". ער דערציילט וועגן אַ ייִדישער פֿרוי רובינשטיין, וואָס האָט אַדאָפּטירט פֿאַר אַ זון אַן אוקראַיִניש בחורל טאַראַס און אַ גרוזיניש מיידעלע. אין אַ צײַט אַרום האָט טאַראַס רובינשטיין, וואָס האָט געהאַט זייער אַ שיינע שטימע, געדאַרפֿט אויפֿטרעטן אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל. ער האָט צוגעגרייט פֿאַר זײַן אויפֿטריט דאָס ליד "ייִדישע מאַמע". פֿאַרשטייט זיך, אַז די זשורי אין רוסלאַנד, האָט אים מיט דעם ייִדישן ליד ניט דערלאָזט צום פֿעסטיוואַל. דער פֿאָרזיצער פֿונעם זשורי האָט געזאָגט דער פֿרוי רובינשטיין: "ווען ער זינגט כאָטשבע וועגן אַן אוקראַיִנישער מאַמע...". זעט איר דאָך, אַז ס׳איז יאָ דאָ אַן אונטערשייד צווישן אַן אוקראַיִנישער און אַ ייִדישער מאַמע.
די טעג האָב איך געלייענט אַן אַרטיקל אונטערן טיטל: "אַן אמתע ייִדישע מאַמע". די רייד גייט וועגן בעלאַ דיזשור, אַ קינדער־דיכטערין, די מאַמע פֿונעם באַוווּסטן סקולפּטאָר ערנעסט נעיִזוועסטני, וואָס וווינט אין אַמעריקע. ווען מע האָט דעם סקולפּטאָר אַרויסגעטריבן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען זײַן מאַמען ניט געגעבן קיין דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף־כּל־סוף, אַ דאַנק אַ בריוו צום פֿאָרזיצער פֿון דער "קאַגעבע" וועלכן ס׳האָט אָנגעשריבן דער באַוווּסטער רוסישער פּאָעט יעווגעני יעווטושענקאָ, האָט מען זי אַרויסגעלאָזט צום זון. ביז אירע לעצטע יאָרן האָט זי געשריבן לידער (זי איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק, אין 2006, אין דער עלטער פֿון 103 יאָר) פֿאַר איינע פֿון די ביכער האָט זי באַקומען אַ פּרעסטיזשפֿולע אַמעריקאַנישע פּרעמיע. אין דער צײַט פֿון דער מלחמה האָט בעלאַ דיזשור באַקומען צוויי "פּאָכאָראָנקעס" — טרויער־צעטלעך, אויף איר זון ערנעסט, וועלכער איז אין דער עלטער פֿון 17 יאָר אַוועק פֿרײַוויליק אויפֿן פֿראָנט און געווען "נאָכן טויט" באַלוינט מיט אַן אָרדען און אַ מעדאַל. דאָך, איז ער געבליבן לעבן. שפּעטער האָט יעווגעני יעווטושענקאָ אָנגעשריבן אַ ליד, וווּ ס׳זײַנען דאָ אַזוינע סטראָפֿעס:
...די פֿרוי די גרויסע,
הונדערט־יאָריק זײַנען די האָר אירע גרויע,
האָט אין ניו־יאָרק מיר אַ שעפּטשע געטאָן: "זשעניעטשקע,
ווייסט, דו ביסט מיר ווי אַ זון, ניט ווייניקער".
מיר זײַנען אין איינעם אינערגעץ ניט באַרעמלט,
נאָר עריק און זי — פֿאַר מיר די טײַערסטע סאַמע,
אַ דאַנק אײַך, בעלאַ אַבראַמאָוונע,
אַ דאַנק אײַך, מײַן ייִדישע מאַמע.
בײַ יעדן פֿאָלק און מסתּמא אין אַלע שפּראַכן זײַנען פֿאַראַן לידער וועגן מאַמעס. אַ רוסישער פּאָעט שרײַבט וועגן זײַן רוסישער מאַמען, אַן אוקראַיִנישער — וועגן זײַן אוקראַיִנישער מאַמען. דער מאָלדאַווישער פּאָעט גריגאָרי וויערו האָט ניט ווייניק האַרציקע, לירישע לידער געווידמעט זײַן מאָלדאַווישער מאַמען: " ...כ׳וועל אָנקלײַבן אויף אַ שטערן־שטעגל פֿאַר מײַן מאַמען אַ קוישעלע שטערן..." געוויינטלעך, שרײַבן לידער וועגן זייערע מאַמעס פּאָעטן, הייסט עס — די זין פֿון די מאַמעס. ווײַל אָפֿט מאָל, זוכנדיק זייער מזל, זייער אייגענעם וועג אין לעבן, לאָזן זיי איבער די מאַמעס און דערנאָך פֿילן זיי אַ שולד, שרײַבן זיי לידער, מאָלן בילדער, געבן אַרויס ביכער, וואָס זענען געווידמעט דער מאַמען. אין אַ באַוווּסטן אוקראַיִנישן ליד שענקט די מאַמע דעם זון, וואָס לאָזט זיך אין וועג אַרײַן, אַן אויסגענייטן האַנטעך, ער זאָל קוקנדיק אויף דער מאַמעס אַרבעט דערמאָנען זיך אין די קינדער־יאָרן, און אין דער מאַמעס ליבע צו אים.
ס׳איז געוואָרן אַ ראָמאַנס דאָס באַרימטע ליד "אַ בריוו צו דער מאַמען", פֿון דעם גרויסן רוסישן פּאָעט סערגיי יעסענין, וווּ ס׳זענען דאָ אַזוינע שורות וועגן זײַן מאַמען, וועלכע וואַרט אויף אים אויף אַ דאָרפֿישן וועג: "/דו ביסט מײַן הילף און מײַן טרייסט/ דו שײַנסט ווי קיינער פֿאַר מיר/.
מײַנער אַ בן־עיר, איצט אַ באַוווּסטער קינסטלער, וועלכער וווינט אין נתּניה, האָט אין די יונגע יאָרן פֿאַרלאָזט אונדזער שטעטל און געזוכט זײַן מזל אין די סיבירער שטעט. אַ פּאָר מאָל איז ער געקומען זען די מאַמען, דערנאָך אויף איר לוויה. ער איז אַ מאָדערניסטישער קינסטלער, מאָלט אַבסטראַקטע בילדער, פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס פֿון פֿאַרבן, אָן שום מענטשן אויף זיי. אין אַ שמועס מיט מיר האָט ער געזאָגט, אַז דאָס גאַנצע לעבן זײַנס מאָלט ער בלויז זײַן מאַמען...
פֿון דעסטוועגן מיין איך, אַז ס׳איז דאָ אַן אונטערשייד צווישן אַ ייִדישער מאַמען, וועגן וועלכער ס׳זינגט זיך אין דעם ייִדישן ליד, און ניט קיין ייִדישער מאַמען. דאָס ליד "אַ ייִדישע מאַמע" איז געווען אָנגעשריבן אין די 1920ער יאָרן (קאָמפּאָזיטאָרן: ל. פּאָלאָק, ד. יעלין, ווערטער אַ. ראַטנער). און עס זינגט זיך אין אים וועגן דער ייִדישער מאַמען, וועלכע ציט אויף איר קינד אין גלות! אַ רוסישע מאַמע, אַן אוקראַיִנישע, אַ מאָלדאַווישע כאָווען אויס די קינדער אויף זייער אייגענער ערד. כ׳מיין, אַז אַ רוסישער פּאָעט, וואָלט ניט אָנגעשריבן אַזאַ ליד ווי איציק מאַנגערס "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים", כאָטש די ווינטערס און פֿרעסט אין רוסלאַנד וואָלטן געקאָנט אַרויפֿפֿירן אויפֿן געדאַנק אויך אַ רוסישן פּאָעט — מאַנגערס סוזשעט. ערשטנס, איז דער קאַלטער ווינטער אַ נאַטירלעכער טייל פֿון רוסלאַנד, פֿון דעם פּאָעטס היימלאַנד. צווייטנס, אין דער מאַמעס רייד פֿון איציק מאַנגערס ליד פֿילט מען די מורא ניט נאָר פֿאַרן ווינטער, נאָר פֿאַר דער גלות־קעלט בכלל.
די וואָס וווינען אויף זייער אייגענער ערד, האָבן אי אַ מאַמע, אי אַ מאַמע־היימלאַנד. די ייִדישע מאַמע איז פֿאַר אירע קינדער געווען גלײַכצײַטיק אי אַ מאַמע, אי מיט איר ליבע געוואָלט פֿאַרבײַטן דאָס היימלאַנד וואָס זיי האָבן ניט געהאַט. זי, מיט איר ליבע, האָט געוואָלט קאָמפּענסירן די אָפּוועזנהייט פֿון אַן אייגן לאַנד. זי, מיט איר ליבע, האָט געוואָלט קאָמפּענסירן די שׂינאה פֿון דער אַרומיקער וועלט, דעם אַנטיסעמיטיזם, די מעגלעכע פּאָגראָמען.
בײַ אונדז אין שטעטל פֿלעג איך הערן: "מאַמע זאָגט מען מיט ביידע ליפּן". צי: "ס׳איז נישטאָ קיין אַלטע מאַמע און ס׳איז נישטאָ קיין אַלט גאָלד". "דאָס האַרץ אויף שטיקלעך — אַבי די קינדער גליקלעך!..." — לויט דעם כּלל האָבן דאָרט געוווינט אונדזערע ייִדישע מאַמעס. כ׳געדענק, ווי אַ פּראָסטע ייִדענע האָט אַ מאָל געזאָגט: "אוי, ווי ביטער ס׳ווערט אין מויל, ווען מ׳הערט אויף צו נעמען אויף דער צונג דאָס וואָרט מאַמע."
ייִדישע מאַמע... מע האָט זי באַזינגען אין אַ שיין ייִדיש ליד. נאָר כ׳מיין, אַז מע דאַרף איר שטעלן אַ גראַניט־דענקמאָל. דער דענקמאָל זאָל שטיין הונדערטער און הונדערטער יאָרן און אויסהאַלטן אַלע שמײַסנדיקע ווינטן, שיסנדיקע געוויטערס און מעכטיקע שטורעמס. פּונקט אַזוי, ווי זי איז געשטאַנען, — זי, די ייִדישע מאַמע, — קעגן בייזע גלות־ווינטן, קעגן מחנות פּאָגראָמשטשיקעס, קעגן פֿאַשיסטישע מערדער, קעגן שׂונאי־ישׂראל. געשטאַנען און אויסגעשטאַנען; געשטאַנען, פֿאַרשטעלנדיק מיט זיך איר קינד...
אַ דאַנק איר געטרײַער, הייסער מוטער־ליבע זײַנען דאָרט, אויף אַ פֿרעמדער ערד, צווישן פֿרעמדע פֿעלקער, אויסגעוואַקסן און צעבליט זיך פֿיל שיינע, העלע, פֿילקאָלירטע בלומען — אירע זין און טעכטער.
געבענטשט זאָל זי זײַן, די ייִדישע מאַמע!