פּובליציסטיק
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿרויען זײַנען אין פֿאַרשיידענע צײַטן געווען אַ קוואַל פֿון שאַפֿערישער באַגײַסטערונג, אָדער ווי מע רופֿט עס אויף דער פּאָעטישער שפּראַך — מוזעס. הײַנט, אין די ערשטע וועסנע־טעג, וואָלט איך געוואָלט דערמאָנען דווקא די ייִדישע פֿרויען, וועלכע זענען געווען מוזעס פֿאַר די ניט־ייִדישע שאַפֿערס, אָפֿט מאָל, קריסטן לויטן גלויבן. וואָס האָט אַזוי צוגעצויגן די ניט־ייִדישע טאַלאַנטן צו די ייִדישע טעכטער? זייער שיינקייט? — פֿאַרשטייט זיך! אָבער וואָס פֿאַר אַ שיינקייט?
דער רוסישער שרײַבער אַלעקסאַנדער קופּרין אין זײַן באַוווּסטער דערציילונג "זשידאָווקאַ" מאָלט אַ ייִדישע פֿרוי: "אָט שטייט די פֿרוי, אויף איר פּנים שפּיגלט זיך אָפּ אַ געטלעכע שיינקייט, וואָס רופֿט אַרויס אַ הייליקע אַנטציקונג. וויפֿל יאָרטויזנטער האָט געדאַרפֿט איר פֿאָלק מיט קיינעם זיך ניט צונויפֿמישן, כּדי צו פֿאַרהיטן די וווּנדערלעכע ביבלישע סימנים... קוקנדיק אויף איר, גלייבסטו, פֿילסט און גלײַך ווי דו זעסט, ווי דאָס דאָזיקע פֿאָלק גייט דורך זײַן אומגלייבלעכע גענעאָלאָגיע, צו משה רבינו, הייבט זיך אויף צו אַבֿרהמען און העכער, נאָך העכער — גלײַך צו דעם גרויסן, שרעקלעכן, נקמה־דאָרשטיקן ביבלישן גאָט... זי איז אַ לעבעדיק רעטעניש, אפֿשר די סאַמע אומפֿאַרשטענדלעכע און די סאַמע גרעסטע אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט".
אַן אַנדער רוסישער שרײַבער איוואַן טורגעניעוו אין דער דערציילונג "זשיד" שרײַבט: "...איך האָב דערזען אַ בלאַס פּנים פֿון אַ יונגער זשידאָווקע. איר שיינקייט האָט מיך איבערגערעשט. איך בין געשטאַנען פֿאַר איר און געקוקט שווײַגנדיק אויף איר. זי האָט ניט אויפֿגעהויבן די אויגן..."
זייער וואַרעם האָבן באַשריבן די ייִדישע פֿרוי די גרויסע רוסישע פּאָעטן מיכאַיִל לערמאָנטאָוו און אַלעקסאַנדער פּושקין. "די אויגן שטראַלן ווי דימענטן/און די באַקן זענען צאַרטע ווי פּוך", האָט געשריבן דער זעכצן־יאָריקער לערמאָנטאָוו. וועגן זײַן באַציִונג צו אַ ייִדישקע דערציילט אַ. פּושקין:

...מיט דיר איך קוש זיך, מלאך מײַנער,
נאָר צו משהס גלויבן מאָרגן
פֿאַר דײַן קוש אָן שום קיין זאָרגן
בין איך גרייט, ייִדישקע, צו קומען...

אָבער ניט בלויז די רוסישע שרײַבער זענען געווען אַנטציקט פֿון זייער שיינקייט. פֿראַנסואַ שאַטאָבריאַן, דער פֿראַנצייזישער שרײַבער, פּאָליטישער טוער און עקשנותדיקער דורכפֿירער פֿון דעם קריסטלעכן גלויבן, האָט געפּרוּווט צו דערקלערן זײַנע אײַנדרוקן פֿון אַ שיינער ייִדישער פֿרוי מיט אַזאַ אַנטיסעמיטישן אַרגומענט: "כ’האָב פֿײַנט די ייִדן דערפֿאַר, וואָס זיי האָבן געקרייצט יעזוסן און פֿאַרגעטערט די ייִדישקעס, וואָס האָבן אים באַוויינט".
דער גרויסער געטע, דער מחבר פֿון "פֿאַוסט", האָט ניט געפֿילט קיין גרויסע ליבע צו די ייִדן, נאָר ער האָט זיך באַצויגן צו זיי טאָלעראַנט. פֿאַר וואָס? אין משך פֿון זײַן לעבן האָט ער געהאַט דרײַ אינטימע חבֿרטעס, ייִדישע פֿרויען: רחל לעווין, בעטינע פֿאָן ברענטאַנאָ און איינע פֿון די ביידע (צי ביידע) טעכטער פֿונעם באַנקיר מייער.
דזשאָרדזש בײַראָן האָט אָנגעשריבן זײַן באַוווּסטן ציקל "ייִדישע מעלאָדיעס". דער ציקל הייבט זיך אָן פֿון דעם ליד "בת־ישׂראל": "זי גייט פֿול מיט שיינקייט/די צניעותדיקע חנעוודיקייט שײַנט".
און כאָטש אַלעקסאַנדער קופּרין שרײַבט אין דער דערמאָנטער דערציילונג, אַז די ייִדישע פֿרוי "היט אָפּ דעם גײַסט און דעם טיפּ פֿון דער ראַסע", זײַנען ניט ווייניק ייִדישקעס געווען אי מוזעס פֿאַר ניט־ייִדישע שעפֿער, אי אָפֿט מאָל זייערע ווײַבער, די מאַמעס פֿון זייערע קינדער.
דער גלענצנדיקער רוסישער שרײַבער וולאַדימיר נאַבאָקאָוו האָט געהאַט צוויי ראָמאַנסן מיט ייִדישקעס. די דריטע, וועראַ סלאָנים, איז געוואָרן זײַן פֿרוי. ער האָט זי פֿאַרגעטערט און ליב געהאַט ביז צום סוף פֿון זײַן לעבן.
דער איצט פֿאַרגעסענער רוסיש־סאָוועטישער פּאָעט, סטעפּאַן שטשיפּאַטשיאָוו, האָט געשריבן וועגן זײַן געליבטער:

דײַנע אויגן כ’וועל מסתּמא ניט פֿאַרגעסן,
בײַ ייִדישקעס, געזאָגט האָט מען מיר,
בלויז אין ווײַטע עבֿר־צײַטן, אפֿשר,
פֿלעגן גרוי זײַן די אויגן ווי בײַ דיר.
ס’קאָנען ניט טרערן פֿאַרנעפּלען זייער ריינקייט,
דאָס פּנים איז ליכטיק און שטראַלנדיק ווײַס —
כ’וואָלט אויף דײַן ביבלישער, זעלטענער שיינקייט
געקוקט און געקוקט שעהענווײַז...

די באַרימטע ווערטער פֿונעם רוסישן פּאָעט אַלעקסיי סורקאָוו פֿון דעם ליד, "זעמליאַנקע", (ערדשטיבל), וואָס האָט געקלונגען אויף אַלע פֿראָנטן, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

...גאָר ווײַט ביסטו איצטער פֿון מיר
צווישן אונדז ליגן שנייען און אײַז
ניט גרינג איז דערגרייכן צו דיר
און דער טויט איז דאָ ערגעץ ניט ווײַט...

די האַרציקע שורות האָט ער אָנגעשריבן פֿאַר זײַן ווײַב סאָפֿיע קרעווס. דער גרויסער רוסישער נאַציאָנאַלער פּאָעט סערגיי יעסענין האָט געהאַט עטלעכע ראָמאַנסן מיט ייִדישע פֿרויען. איינע פֿון זיי, נאַדיאַ וואָלפּין, איז געוואָרן זײַן ווײַב. זייער זון איז שפּעטער געוואָרן אַ דיסידענט און, באַקומענדיק אַן ישׂראלדיקע וויזע, אַרויסגעפֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער אַנדערער גרויסער רוסישער פּאָעט וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי איז דאָס גאַנצע לעבן זײַנס געווען אומזיניק פֿאַרליבט אין ליליע בריק, געווידמעט איר פּאָעמעס, לידער און אפֿשר אויך דאָס לעבן. מאַיאַקאָווסקי האָט צו איר געשריבן: "איך האָב דיך ליב, האָב דיך ליב, ניט קוקנדיק אויף גאָר ניט... כ’האָב דיך ליב און וועל דיך ליב האָבן, צי דו וועסט זײַן גראָב צו מיר צי ליבלעך, צי זײַן מײַנע, צי ניט מײַנע. אַלץ איינס האָב איך דיך ליב. אָמן!"
בײַ דעם פֿאָרזיצער פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין אין די סטאַלין־צײַטן, אַלעקסאַנדער פֿאַדעיעוון, איז איינע פֿון זײַנע ווײַבער געווען די סאָוועטישע דיכטערין מאַרגאַריטאַ אַליגער, וואָס האָט געהאַט פֿון אים אַ טאָכטער. דער גרויסער קאָמפּאָזיטאָר און דער אָנפֿירער פֿונעם סאָוועטישן קאָמפּאָזיטאָרן־פֿאַראיין, טיכאָן כרעניקאָוו, האָט מער ווי זעכציק יאָר אָפּגעלעבט צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי קלאַראַ אַרנאָלדאָוונאַ. אין די שוואַרצע סטאַלין־צײַטן האָט ער געראַטעוועט און פֿאַרטיידיקט ניט ווייניק ייִדן פֿון די סטאַלין־מערדער...
ס’וויל זיך דערמאָנען נאָך דרײַ נעמען — דרײַ קלאַסיקער פֿון דער מאָלדאַווישער ליטעראַטור: די פּאָעטן יעמיליאַן בוקאָוו, אַנדריי לופּאַן און דער פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג יאָן דרוצע — זייערע ווײַבער זענען געווען ייִדישקעס. יאָן דרוצע האָט חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿונעם ייִדישן דיכטער שמואל ראָסין, וועלכער איז אומגעקומען אויפֿן פֿראָנט. איר נאָמען קלינגט אויף מאָלדאַוויש — ערע. די מאָלדאַווישע שרײַבער האָבן זיך געחכמעט, אַז יאָן דרוצע איז פֿאַר אונדזער ערע ניט געווען באַוווּסט... די טעכטער זייערע וווינען הײַנט אין ישׂראל.
מע וואָלט געקאָנט די דאָזיקע רשימה פֿון ייִדישע פֿרויען, וועלכע זענען געווען מוזעס פֿאַר ניט־ייִדישע שעפֿער פֿאָרזעצן. די צאָל איז גרויס. דאָך מיין איך, איז קלאָר, אַז די שיינקייט פֿון די דאָזיקע פֿרויען איז פֿאַרבונדן מיט די ביבלישע צײַטן; אין זייערע אויגן האָט זיך אָפּגעשפּיגלט די פֿאַרגאַנגענהייט, וועלכע די קריסטן האָבן פֿאַרבינדן מיט זייער גלויבן, מיט יעזוסעס צײַטן. זיי, די ייִדישקעס, זענען געווען פֿאַר זיי אַ רעטעניש, סודות־פֿול. אָבער חוץ דעם אויסערלעכן קאָמפּאָנענט האָבן זיי פֿאַרמאָגט אויך אַן אינערלעכן אָפּשײַן פֿון זייער שיינקייט — די גײַסטיקע רײַכקייט. כּמעט אַלע זענען זיי געווען דיכטערינס, קינסטלערינס, איבערזעצערינס, מוזיקאַנטן, שאַצערינס און מבֿינטעס פֿון דער רוסישער, אייראָפּעיִשער און אַלוועלטלעכער קולטור און ליטעראַטור.
סערגיי יעסענין האָט געזאָגט, אַז נאַדיע וואָלפּין האָט אים ליב געהאַט מער פֿון אַנדערע זײַנע ווײַבער. וועגן דעם האָבן געזאָגט און געשריבן אַ סך ניט־ייִדישע שאַפֿער, וואָס האָבן געהאַט ייִדישע פֿרויען. פֿאַר וואָס? ווײַל אַ ליבע — אַן עמתע, טיפֿע ליבע — איז תּמיד פֿאַרבונדן מיט טאַלאַנט! זיי, די ייִדישע מוזעס, האָבן פֿאַרמאָגט טאַלאַנט; אַ טאַלאַנט, וועלכער ציט זיך דורך דורות צו שׂרהן, לאהן, רחלען; אויב ניט נאָך העכער.