ייִדיש־וועלט

אין די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אין וועלכע ס’איז מיר אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן, לייגן מיר פֿאָר אונדזערע קאָרעספּאָנדענטן צו דערמאָנען זיך אַמאָליקע ייִדישע לידער; און געבן צו: "חוץ טום־באַלאַלײַקע". דאָס דאָזיקע ליד איז געוואָרן פּאָפּולער, אַ דאַנק די בערי־שוועסטער. זיי האָבן געמאַכט פֿון דעם ליד אַ וועלט־שלאַגער. ווייניק ווער פֿון די וואָס זינגען ייִדישע לידער, האָבן נישט אײַנגעשלאָסן אין זייער רעפּערטואַר "טום־באַלאַלײַקע": אי עסטראַדע־, אי אָפּערע־זינגער. מע זינגט דאָס ליד אויף ענגליש, רוסיש, פּויליש... עס האָט זיך געדאַכט, אַז מע קאָן עס שוין נישט אויסזינגען אויף אַ נײַעם אופֿן. נאָר...
אין אינטערנעץ אויף You Tube געפֿינט מען "טום־באַלאַלײַקע" אין דער אויספֿירונג פֿון דרײַ חזנים אין דער אַמסטערדאַמער פּאָרטוגעזישער שיל — נפֿתּלי הערשטיק, אַלבערטאָ מיזרחי און בן־ציון מילער. זייער זינגען ווערט באַגלייט פֿון אַן אָרקעסטער און אַ וואָקאַלער גרופּע. דאָס זינגען זייערס מאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק. פֿאַר מיר איז אָבער וויכטיק געווען נאָך איין זאַך — די ערנסטע באַציִונג אי פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, אי פֿון די חזנים צו אַ ייִדיש ליד, צו אַ טעקסט אויף ייִדיש. כ’מיין נישט, אַז אַלע צושויער אין דער פֿולגעפּאַקטער אַמסטערדאַמער סינאַגאָגע, וואָס האָבן שטורמיש אַפּלאָדירט נאָך דער אַרויסטרעטונג, האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש. מע וואָלט געקענט, מסתּמא, איבערזעצן די ווערטער פֿון דעם ליד אויף האָלענדיש, אַז אַלע זאָלן עס פֿאַרשטיין, אָבער וואָס פֿאַר אַ טעם וואָלט עס געהאַט?...
וואָס פֿאַר אַ טעם האָבן, צום בײַשפּיל, די פֿאָרשטעלונגען אויף דער רוסישער שפּראַך פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער "שלום"? דער פֿאָלקס־אַרטיסט פֿון רוסלאַנד, אַלעקסאַנדער לעווענבוק, וואָס פֿירט אָן מיט דעם ייִדישן(?) טעאַטער האָט געגעבן אַן אינטערוויו, אויף רוסיש, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַן באַזוכן ישׂראל, וועלכן מע קאָן אויך געפֿונען אין אינטערנעץ. לייענענדיק דעם דאָזיקן אינטערוויו, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם ווערטל: אַ ייִד אַ חכם מאַכט זיך נישט תּמעוואַטע. נאַט אײַך איין בײַשפּיל פֿון דעם שמועסט:
קאָרעספּאָנדענט: צי קאָן מען זאָגן, אַז דער ייִדישער טעאַטער פֿון רוסלאַנד "שלום" איז דער יורש פֿון שלמה מיכאָעלסעס "גאָסעט", צי ס’איז אַ פּרינציפּיעל נײַער טעאַטער?
לעווענבוק: מיר וואָלטן געוואָלט זיך רעכענען פֿאַר די יורשים פֿונעם "גאָסעט"... וועגן דעם זאָלן מישפּטן די צושויער און די קריטיקער. דאָך, קאָנען מיר נישט זײַן אַזוינע ווי "גאָסעט"... אין צענטער פֿון מיכאָעלסעס פֿאָרשטעלונגען געפֿינט זיך דאָס ייִדישע שטעטל. הײַנט איז שוין קיין ייִדיש שטעטל ניטאָ. דער גרעסטער טייל ייִדן הײַנט האָט נישט נאָר ניט געזען, נאָר אַפֿילו נישט געלייענט וועגן שטעטל. דערפֿאַר איז דאָס שטעטל ניטאָ אין אונדזערע ספּעקטאָקלען. אַן אַנדער אונטערשייד פֿונעם מיכאָעלסעס טעאַטער — מיר שפּילן אויף רוסיש, און בײַ אים האָט מען געשפּילט אויף ייִדיש, און די הײַנטיקע ייִדן קענען די שפּראַך נישט. אַפֿילו די סאַמע באַוווּסטע ווערטער אויף ייִדיש ניצן מיר, זײַענדיק זייער פֿאָרזיכטיק; אויב אויף דער אַפֿישע איז אָנגעשריבן דאָס וואָרט "שלימזל", פֿרעגט יעדער צווייטער: "וואָס מיינט עס?"
הייסט עס, לויט לעווענבוקס מיינונג, איז אונדזער שלום־עליכם שוין אַן אַלטמאָדישער שרײַבער, ווײַל ער האָט געשריבן וועגן ייִדישן שטעטל, וואָס איז שוין ניטאָ. שטעלט זיך די פֿראַגע: און די הײַנטיקע רוסן האָבן געזען דאָס אַמאָליקע רוסישע דאָרף מיט די פּריצים, און די שטעט — מיט די אַדללײַט? פֿון דעסטוועגן, אינעם הײַנטיקן רעפּערטואַר פֿונעם מאָסקווער "מאַלי טעאַטער" — "קליינער טעאַטער", זײַנען דאָ זיבן פּיעסעס פֿון אַלעקסאַנדער אָסטראָווסקי (1823—1886), ניקאָלײַ גאָגלס (1809—1852), "רעוויזאָר", אַלעקסאַנדר גריבאָיעדאָווס (1795—1829) "צרות פֿון האָבן שׂכל"? פֿאַר וואָס זשע שלום־עליכמס (1859—1916) ווערק און פּיעסעס זענען אַלטמאָדיש?
קאָרעספּאָנדענט: ס’איז פֿאַר אײַך ניט טרויעריק, וואָס ייִדיש גייט אַוועק פֿון די ייִדישע טעאַטערס?
לעווענבוק: ווען כ’האָב געפֿרעגט בײַ פֿעליקס קאַנדעל מיט 20 יאָר צוריק, צי מע מעג אַרײַנשטעלן אין די ספּעקטאַקלען רעפּליקעס אויף ייִדיש, האָט ער מיר געזאָגט: "איר זענט אַראָפּ פֿון זינען! אין דעם מאָמענט וועט דער צושויער זיצן און טראַכטן, אַז ער איז אַ פֿולער אידיאָט? ווײַל ער פֿאַרשטייט גאָרניט!" און ער איז געווען גערעכט. אין דעם טעאַטער "שלום" האָט מען פֿאַר אונדז געשפּילט די ספּעקטאַקלען אויף ייִדיש. דער רעקאָרד פֿון באַזוכן די פֿאָרשטעלונגען איז געווען — זיבן מענטשן, וועלכע האָבן די גאַנצע צײַט זיך איבערגעשושקעט. לאָזט זיך אויס, אַז צווישן זיי האָט נאָר איינער געקענט ייִדיש, האָט ער זיי איבערגעזעצט... אַ ייִדישער טעאַטער, וואָס שפּילט אויף רוסיש, איז ניט שלעכט, ווײַל ער ברענגט פֿאַרגעניגן פֿאַר אַלע, און נישט נאָר פֿאַר עטלעכע ייִדן, וואָס קענען ייִדיש...
פֿעליקס קאַנדעל, וועמען עס ציטירט לעווענבוק, איז אַ ייִד, אַ שרײַבער, וואָס שרײַבט אויף רוסיש און וווינט אין ישׂראל. ווײַזט אויס, אַז דער דאָזיקער רוסישער שרײַבער, איז אויך אַ גרויסער "ספּעציאַליסט" פֿון ייִדיש און פֿונעם ייִדישן לעבן. ניין, טײַערער אַלעקסאַנדר לעווענבוק, נישט שלום־עליכם איז אַן אַלטמאָדישער שרײַבער, נאָר אײַער באַציִונג צו ייִדיש, צו ייִדישער ליטעראַטור איז אַן אַלטמאָדישע! ווען אין אײַער טעאַטער וואָלט געשפּילט אַ "מיכאָעלס", וואָלט דער זאַל געווען פֿול מיט מענטשן! דער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער "שלום" ווייסט מסתּמא נישט, אַז אינטעליגענטע רוסן, פֿלעגן אויך באַזוכן די פֿאָרשטעלונגען, אין וועלכע ס’האָט געשפּילט שלמה מיכאָעלס, כאָטש ייִדיש האָבן זיי נישט געקענט. און ווען דער מאָסקווער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון "לענין־קאָמסאָמאָל" וואָלט געשפּילט זײַן באַרימטן ספּעקטאַקל "פּאָמינאַלנאַיאַ מאָליטוואַ" (יזכּור), לויט שלום־עליכמס "טבֿיה דער מילכיקער" אויף ייִדיש, וואָלט דען דער טעאַטער נישט געווען איבערגעפֿולט? נישט די צושויער, וואָס זענען נישט געגאַנגען אויף אײַערע כּלומרשט "ייִדישע פֿאָרשטעלונגען", זענען שולדיק, נאָר אײַער טעאַטער! און אפֿשר דעם טעאַטער "שלום" פֿעלן טאַלאַנטפֿולע ייִדישע אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, דראַמאַטורגן?
חשובֿער פֿאָלקס־אַרטיסט אַ. לעווענבוק, איך בין דווקא פֿון די מענטשן, וואָס ווייסן דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט שלימזל. אין שײַכות מיט אײַער טעאַטער, קאָן מען עס פֿאַרטײַטשן אַזוי: "שלימזל" — איז אַ ייִדישער טעאַטער, וואָס שפּילט אויף רוסיש!
אַן אַנדער מאָסקווער שעפֿערישער קאָלעקטיוו, איז דער פּאָפּולערער הײַנט: "ייִדישער קאַמער־כאָר", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון מיכאַיִל טורעצקי, אויך אַ פֿאָלקס־אַרטיסט פֿון רוסלאַנד. דער כאָר האָט אַ מאָל אָנגעהויבן זינגען בײַ דער מאָסקווער סינאַגאָגע. געזונגען לידער אויף ייִדיש און עבֿרית. איצט זענען זיי אַ באַרימטער קאָלעקטיוו און אויב זיי זינגען שוין יאָ אַ ייִדיש ליד, איז גלײַך ווי זיי טוען אַ טובֿה. דאַכט זיך מיר, אַז דאָס איינציקע "ייִדישע" ליד אין זייער רעפּערטואַר איז געבליבן דאָס ליד "קופּיטיע בובליטשקי". ווײַזט אויס, אויך זיי מיינען, אַז די ייִדישע לידער זענען אַלטמאָדיש. פֿאַרשטייט זיך, מע קאָן נישט האָבן צו זיי קיין טענות; זיי דאַרפֿן פֿאַרדינען געלט, אויסהאַלטן משפּחות. נאָר צו וואָס דאַרף מען זיך רופֿן "ייִדישער קאַמער־כאָר"? און כאָטש מע שרײַבט אומעטום, אַז די אַלע סאָליסטן פֿונעם כאָר האָבן פֿאַרענדיקט קאָנסערוואַטאָריעס, געלערנט זיך אויסגעצייכנט, האָבן זיי קיין ייִדישע וועלט־שלאַגערס נישט געשאַפֿן! זעט אויס, אַז צוליב דעם דאַרף מען האָבן נישט סתּם טאַלאַנט, נאָר אַ נאַציאָנאַלן אייגנאַרטיקן טאַלאַנט! די בערי־שוועסטער האָבן זיך נישט געלערנט אין קיין קאָנסערוואַטאָריע. דאָך, אַ דאַנק זייער אייגנאַרטיקן טאַלאַנט, זייער אינדיווידואַליטעט, האָבן זיי אויפֿגעהויבן דאָס ייִדישע ליד צו אַ וועלט־ניוואָ!
כ’מיין, אַז אַ גרויסער אַרטיסט איז דער, וואָס באַציט זיך צום ליד וואָס ער זינגט, ווי צו אַ גרויס ווערק! נישט דער, וואָס טוט אונדז טובֿות, זינגענדיק אַ ייִדישע ליד, כּדי צו דערווײַזן, אַז ער גופֿא איז אַ גרויסער זינגער!
ס’ווילט זיך מיר בײַ דער געלעגנהייט אויך דערמאָנען די פֿריצײַטיק געשטאָרבענע קעשענעווער קאָמפּאָזיטאָרין זלאַטאַ טקאַטש, וועלכע האָט אָנגעשריבן נישט ווייניק לידער, סימפֿאָנישע פּאָעמעס, ראָמאַנסן אויף טעקסטן פֿון ייִדישע פּאָעטן. דאָס איז אמתע, ערנסטע מוזיק; ערנסטע מוזיקאַלישע ווערק, וועלכע וואַרטן נאָך אויף זייערע נאַציאָנאַלע אייגנאַרטיקע אויספֿירערס.
מע דאַרף אויך דערמאָנען דעם געטרײַעם דינער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד, דעם פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק, אונדזער פֿרײַנד, וועמענס 75סטן יוביליי מיר האָבן נישט לאַנג אָפּגעמערקט — סערגאָ בענגעלסדאָרף. ער ציט צו טאַלאַנטירטע אָפּערע־זינגער ייִדן און נישט ייִדן, צו זינגען ייִדישע פֿאָלקסלידער. און כאָטש נישט תּמיד איז אַן אָפּערע־זינגער אַ גאַראַנטיע פֿון אַ הויכער קינסטלערישער אויספֿירונג, דאַרפֿן מיר באַגריסן און בענטשן סערגאָ בענגעלסדאָרפֿס פֿיל־יאָריקע טעטיקייט אין געביט פֿון דער מוזיקאַלישער ייִדישער קולטור.
איך בין זיכער, אַז נישט נאָר "טום־באַלאַלײַקע", נאָר נאָך אַ סך ייִדישע לידער וועלן געפֿינען זייערע זינגער מיט אַ נאַציאָנאַלן אייגנאַרטיקן טאַלאַנט, וואָס וועלן זיי זינגען מיט אַ ייִדיש האַרץ, כּדי צו דערווײַזן די רײַכקייט פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר, די גרויסע פּשטות פֿון אונדזער ייִדישן פֿאָלק!