לענגויס אַ דאָרפֿישן טראָטואַר גייט אַ היגער לערער מיט זײַן זעקס־יעריק טעכטערל. אין מיטן וועג פֿאָרט דורך אַ נײַער אויטאָ. דער שאָפֿער פֿונעם אויטאָ גיט אַ סיגנאַל. דאָס טעכטערל פֿרעגט:
— טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער?
— דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער!
זיי גייען ווײַטער. נאָך איין אויטאָ פֿאָרט דורך און גיט אַ סיגנאַל.
— טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער?
— דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער!
די דריטע מאַשין גיט דעם לערער אַ סיגנאַל.
— טאַטע, וואָס סיגנאַליזירט ער?
דאָס איז דורכגעפֿאָרן מײַנער אַ שילער!.
פֿרעגט דאָס זעקס־יעריקע טעכטערל:
— טאַטע, פֿאַר וואָס זשע פֿאָרן דײַנע שילערס אין זייערע אויטאָס און מיר גייען צופֿוס?...
* * *
אַנומלט האָט אונדזער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, און אין אַ פּאָר טעג שפּעטער דער פּרעזידענט, שמעון פּערעס, זיך געטראָפֿן מיטן לאַורעאַט פֿון דעם נאָבעל־פּריז געווינער פֿאַר כעמיע פֿאַרן יאָר 2011, דעם פּראָפֿעסאָר פֿון חיפֿהער טעכניאָן, דניאל שעכטמאַן. בעת ביידע באַגעגענישן האָט דער געלערנטער גערעדט וועגן שול־בילדונג, וועגן די שול־לערער, וועגן דער דיסציפּלין אין די הײַנטיקע ישׂראלדיקע שולן. צווישן אַנדערן האָט ער געזאָגט: "קודם־כּל, מוז מען אויפֿהייבן די אויטאָריטעט און פּראָפֿעסיאָנעלן סטאַטוס פֿונעם לערער. אין סינגאַפּאָר בין איך געווען דערשטוינט פֿון די הויכע אַרבעטס־לוינען פֿון די לערער... דאָרטן אויף יעדער לערער־וואַקאַנסיע פּרעטענדירן נײַן קאַנדידאַטן..."
נישט לאַנג צוריק האָט בײַ אונדז אויסגעבראָכן אַ צײַטונג־סקאַנדאַל. וואָסי? אַ יונגער לערער האָט געוואַגט אָנצושרײַבן אויף זײַן וועבזײַט אַזוי: "ס'וויל זיך מיר אַרײַנגיין אין קלאַס און דערשיסן מײַנע תּלמידים פֿון אַ שמײַסער. און אפֿשר דעמאָלט וועט ווערן, סוף־כּל־סוף, שטיל... אַ חרפּה און אַ בושה איז צו די תּלמידים אין אונדזערע שולן..." דעם דאָזיקן לערער האָט מען תּיכּף באַפֿרײַט פֿון דער אַרבעט און פֿאַרבאָטן אים צו אַרבעטן ווי אַ לערער. און נאָך אַן אויסצוג פֿון דער ישׂראל־פּרעסע: "...די קינדער זײַנען צעלאָזט, רעדן גראָב, אָפֿטמאָל באַליידיקן זיי און אַפֿילו שלאָגן די לערער. די קינדער האַלטן זיך פֿאַר גלײַכע מיט די לערער..."
אַזאַ לאַגע איז נישט נאָר אין ישׂראל. נישט אומזיסט האָט דער אַמעריקאַנער היסטאָריקער פֿון קולטור און פּעדאַגאָג, זשאַק באַרווען געזאָגט: "די לערערשאַפֿט איז נישט קיין פֿאַרלוירענע קונסט, נאָר דער רעספּעקט צו דער לערערשאַפֿט איז אַ פֿאַרלוירענע טראַדיציע".
אין מאָלדאַוויע, פֿון וואַנען איך שטאַם, נאָך אין די 1950ער יאָרן, פֿלעגן די דאָרפֿסמענטשן און אויך די קינדער זייערע באַגריסן אַ לערער, אַראָפּנעמענדיק די היטלען פֿונעם קאָפּ. שפּעטער, ווען די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון די פּויערים איז געוואָרן אַ סך בעסער, און אָפֿט מאָל בעסער ווי בײַ די לערער, האָט מען אין דער דאָזיקער טראַדיציע פֿאַרגעסן. דאָך האָבן פֿיל דורות מענטשן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד געשעצט זייערע לערער. עד־היום באַקומען נאָך אייניקע פֿון זיי דאַנק־בריוו פֿון די אַמאָליקע תּלמידים. אויך קיין ישׂראל קומען אָן אַזוינע בריוו פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. בריוו שוין נישט פֿון קיין יונגע מענטשן, פֿון ייִדן און נישט ייִדן.
פֿאַר אַ יאָרן אין דער שטאָט נתּניה, אין אַ היגן רעסטאָראַן האָט מען דורכגעפֿירט אַ זעלטענע, אַ וווּנדערלעכע באַגעגעניש. די אַמאָליקע תּלמידים פֿון דער יעדינעצער רוסישער שול האָבן געמאַכט אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם 90־יאָריקן יוביליי פֿון זייער ליבן לערער, וואָס האָט געלערנט מיט זיי כעמיע — טאָדראַמאָוויטשן גריגאָרי פּאַוולאָוויטש. ס'האָבן אים באַגריסט געסט פֿון חיפֿה ביז באר־שבֿע. נישט ווייניק פֿון זיי זענען שוין אַליין געווען גרוי. צום יוביליי האָבן געשיקט זייערע ווידיאָ־באַגריסונגען זײַנע שילער, וועלכע וווינען אין אַמעריקע, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, מאָלדאָווע.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מײַנער אַ באַקאַנטער, דוד חכם, אַרויסגעגעבן אין ישׂראל אַ ביכל: "די טײַערע לערער מײַנע". דער אונטער־טיטל איז: "אַ וואָרט וועגן די לערער — ייִדן פֿונעם מאָלדאַווישן שטעטל סאָראָקע און סאָראָקער געגנט".
דער דאָקטאָר פֿון היסטאָריע, יורי רישקאָוואַן, וואָס וווינט אין קרית־חיים, האָט פּובליקירט אין אָקטאָבער, 2011, אין דער קעשענעווער צײַטונג "יעוורייסקאָיע מעסטעטשקאָ" (דאָס ייִדישע שטעטל), אַ גרויסן אַרטיקל אין וועלכן ער דערמאָנט האַרציק די לערער פֿונעם בעלצער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. דע גרעסטע צאָל פֿון זיי זענען געווען ייִדן.
מע זאָגט: ביז ס'לעבן אונדזערע עלטערן, זענען מיר נאָך קינדער. וואָלט איך צוגעגעבן: ביז ס'לעבן אונדזערע לערער זענען מיר נאָך אי קינדער, אי שילער. כ'בין נישט מקנא מײַנעם אַ באַקאַנטן, וואָס האָט זיך געקלאָגט פֿאַר מיר, אַז ער האָט כּלומרשט נישט געהאַט קיין גוטע לערער, וועלכע ס'וואָלט זיך אים הײַנט געוואָלט דערמאָנען מיט אַ גוט וואָרט. כ'מיין, אַז ווער ס'האָט נישט געהאַט אין זײַן לעבן קיין גוטע לערער, איז אויך אַ יתום!
אין דעם ליד "דערוועגט זיך נישט צו פֿאַרגעסן די לערער", שרײַבט דער הײַנטצײַטיקער פּאָפּולערער רוסישער פּאָעט אַנדריי דעמיענטיעוו:
...דאָס לעבן אַלץ גיכער גייט
מיר פֿאַרגעסן אַ באַגריסונג זיי צו שיקן
דאָס גליק פֿון די לערער באַשטייט
פֿון אונדזערע שילערישע זיגן...
דער לערער, מיט וועלכן כ'האָב אָנגעהויבן מײַן אַרטיקל, איז געווען אַ ייִד. אפֿשר דער לעצטער ייִד, וואָס האָט געאַרבעט אין אַ מאָלדאַוויש דאָרף. אין אַ סך שטעט און שטעטלעך פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען אַ גרויסער צאָל לערער געווען ייִדן; באַזונדערס, די פֿיזיקער און מאַטעמאַטיקער. געוויינטלעך, זענען דאָס געווען גוטע לערער, הויכע פּראָפֿעסיאָנאַלן, וועלכע מע האָט געשעצט. זיי האָבן געהאַט אויטאָריטעט אי בײַ די שילער, אי בײַ די עלטערן. אַדאַנק זיי, האָבן אַ סך פֿון די שטעטלדיקע קינדער — קינדער פֿון שנײַדער, שוסטער, בעל־מלאָכות — באַקומען הויכע בילדונג. געוואָרן לערער, אינזשענירן, דאָקטוירים, געלערנטע... אויך אין די פּעדאַגאָגישע אינסטיטוטן האָבן געאַרבעט, געפֿירט זייערע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען לערער — ייִדן. פֿאַר וואָס זשע זענען די לערער ייִדן געווען גוטע לערער?
כ'וויל דערמאָנען, אַז אין די פּרעסטיזשפֿולע הויכשולן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז געווען — נישט אָפֿיציעל, פֿאַרשטייט זיך — באַגרענעצט די די צאָל פֿון סטודענטן, ייִדן. אין אייניקע מאָסקווער אינסטיטוטן האָט מען בכלל קיין ייִדן ניט אַרײַנגענומען. אַ סך פֿון די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרענדיקט די מיטלשולן און געוואָלט באַקומען אַ הויכע בילדונג, האָבן געמוזט אָנקומען אין פּעדאַגאָגישע אינסטיטוטן און אין געציילטע אוניווערסיטעטן. די וואָס האָבן געהאַט פֿעיִקייטן און טאַלאַנט צו ווערן אינזשענירן, דאָקטוירים, געלערנטע, זענען געוואָרן לערער. ס'איז אויך געווען באַגרענעצט די צאָל לערער ייִדן אין די הויכשולן. האָבן די געלערנטע ייִדן געמוזט לערנען סטודענטן אין די פּעדאַגאָגישע אינסטיטוטן. מחמת די דאָזיקע באַגרענעצונגען, האָבן אין די שולן געלערנט מיט די שילער אויסגעצייכנטע פּעדאַגאָגן, וועלכע האָבן צוגעגרייט עטלעכע דורות גוט־געבילדעטע שילער. די לערער האָבן נישט נאָר געגעבן זייערע תּלמידים וויסן, נאָר אויך אײַנגעפֿלאַנצט אין זיי ליבע צו וויסנשאַפֿט, צו פֿאָרשונג, צו לערנען זיך. זיי האָבן געעפֿנט פֿאַר זייערע שילער די טירן פֿון די פּרעסטיזשפֿולע אוניווערסיטעטן, וועלכע זענען פֿאַר זיי אַליין געווען פֿאַרמאַכט. דאָך, זאָלט איר נישט מיינען, אַז מע האָט זיי באַלוינט מיט אָרדנס, צי מיט ערנטיטלען. דאָ זענען אויך געווען באַגרענעצונגען פֿאַר לערער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. נאָר דאָס איז שוין נישט געווען אַזוי וויכטיק, ווײַל זיי, האָבן באַקומען די ליבע און דאַנקבאַרקייט פֿון הונדערטער און הונדערטער תּלמידים.
איצט לערנען זיך אויף צו ווערן אַ לערער בדרך־כּלל די, וועמען ס'פֿעלט וויסן אַרײַנצוטרעטן אין מער קוואַליפֿיצירטע אוניווערסיטעטן. אין די שולן, אַרבעטן מערסטן ווי לערער די מענטשן, וואָס קאָנען נישט געפֿינען פֿאַר זיך קיין בעסערע אַרבעט, צום באַדויערן...
נאָך דעם וואָס דער לאַורעאַט פֿון דעם נאָבעל־פּריז, פּראָפֿעסאָר דניאל שעכטמאַן, האָט אין זײַנע טרעפֿונגען מיט בנימין נתניהו און שמעון פּערעס געזאָגט, אַז מע דאַרף אויפֿהייבן דעם פּראָפֿעסיאָנעלן סטאַטוס פֿון די ישׂראל־לערער, האָט די כּנסת דרינגענדיק באַשטימט צו העכערן די אַרבעטסלוין אויף צוויי טויזנט שקלים... איר זאָלט אָבער נישט מיינען, אַז זיי האָבן עס געטאָן פֿאַר די לערער. ניין — זיי האָבן עס געטאָן פֿאַר זיך אַליין!
ווײַזט אויס, אונדזערע כּנסת־דעפּוטאַטן האָבן נישט געהאַט קיין מזל צו האָבן גוטע לערער — יתומים, נעבעך...