ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש
יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש
"שלום־עליכם ייִדן... גרויס איז אונדזער ישו־הנוצרי..." — אַזוי, צי כּמעט אַזוי, און אומבאַדינגט אויף ייִדיש, פֿלעגט זיך אין 1884 אָנהייבן די גאָטעסדינסט אין ייִדיש־קריסטלעכן געבעטהויז "בית־לחם" אין קעשענעוו. די קהילה האָט געהייסן "בני־ישׂראל/בני־ברית חדשה" (די קינדער ישׂראל/קינדער פֿונעם נײַעם טעסטאַמענט).
פֿון ערגעץ איז אין יאָר 1994 געקומען קיין קעשענעוו אַ "קאַראַוואַן", אַ צענדליק וואַגאָנטשיקלעך פֿון פּילגרימען. דער אָנפֿירער, אַ נאָרוועגער, פֿון די עולי־רגל, אַממערסטן עוואַנגעליסטן, איז געקומען אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, און געבעטן בײַ אונדז מאַטעריאַלן וועגן יוסף ראַבינאָוויטשן. ביז דעמאָלט האָב איך דעם נאָמען נישט געהערט. נעם איך זיך לייענען און בלעטערן די קירכלעכע פּרעסע פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט.
יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש (1837—1899) איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבישן שטעטל רעזינע. זײַן זיידע און טאַטע זײַנען געווען רבנים און ער אַליין האָט באַקומען אי אַ רעליגיעזע, אי אַ וועלטלעכע בילדונג. אין 1882, נאָך די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין רוסלאַנד, האָט ער באַזוכט פּאַלעסטינע. אין ירושלים, ווען ער איז געשטאַנען אויפֿן הר־הזיתים, האָט זיך אים געעפֿנט דער סוד פֿון יעזוסעס ווערטער אין דער עוואַנגעליע, וועלכע ער האָט גוט געקענט: "אָן מיר קאָנט איר גאָר ניט טאָן". ראַבינאָוויטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין אַלע צרות פֿון די ייִדן זענען שולדיק די ייִדן אַליין, ווײַל זיי האָבן ניט אָנערקענט יעזוסן פֿאַר אַ משיח. און יוסף ראַבינאָוויטש האָט אָנגעהויבן גלייבן אין יעזוסן.
נאָכן אומקערן זיך קיין קעשענעוו האָט ער דאָ אָרגאַניזירט און רעגיסטרירט די ערשטע אינעם צאַרישן רוסלאַנד משיחישע (מיסיאָנערישע) קהילה, געעפֿנט אַ ייִדיש־קריסטלעכן געבעטהויז. פֿאַרשטייט זיך, אַז סײַ די ייִדישע באַפֿעלקערונג, סײַ די ייִדישע פּרעסע, ווי אויך די פּראַוואָסלאַוונע גלחים האָבן פֿײַנטלעך אויפֿגענומען די דאָזיקע אידעע, און אין גיכן האָט מען דעם געבעטהויז פֿאַרמאַכט און די גרופּע פֿון אַרום 200 ייִדן האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן.
ראַבינאָוויטשעס ביאָגראַפֿיע קאָן מען געפֿינען אין אינטערנעץ. נאָר מע האָט דאָרט פֿאַרגעסן אָנצושרײַבן, אַז פֿאַר זײַן קומען קיין פּאַלעסטינע האָט ער געוואָלט ווערן דער הויפּט־רבֿ פֿון דער קעשענעווער ייִדישער קהילה, אָבער ער האָט פֿאַרשפּילט די וואַלן. פֿרעגט זיך אַ קשיא: ווען ער באַקומט דעם פּאָסטן פֿון הויפּט־רבֿ אין דער קעשענעווער קהילה, וואָלט ער אויך אָנגעהויבן גלייבן אין יעזוסן? און אפֿשר מיט זײַן "זעונג" אין פּאַלעסטינע און מיטן משיחישן געבעטהויז האָט ער געוואָלט נעמען אַ נקמה פֿאַר דעם, וואָס מע האָט אים ניט אויסגעוויילט פֿאַרן הויפּט־רבֿ?...
וועגן דעם פֿאַקט פֿון י. ראַבינאָוויטשעס לעבן, דערמאָנט אויך נישט אין זײַן אַרבעט ווי דער פֿירער פֿון דער הײַנטיקער מיסיאָנערן־באַוועגונג קיריל סווידערסקי. איצט זײַנען אין ישׂראל פֿאַראַן ייִדישע קריסטלעכע געבעטהײַזער, וווּ די ייִדן (משיחים) טוען אָן אַ טלית און תּפֿילין בײַם דאַוונען, טראָגן אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ, מלען זייערע ייִנגעלעך, אָבער זייערע תּפֿילות ווענדן זיי צו יעזוסן. זיי ווילן פֿאַראייניקן דעם צלם אויפֿן האַלדז מיטן גמלעטן אבֿר אין די הויזן. מע שרײַבט, אַז אין ישׂראל פּרוּוון דאָס צו רעאַליזירן אַרום 15 טויזנט ייִדן...
כ׳וויל דאָ דערמאָנען נאָך איין ייִדן משה (מאַרטין) ראָזען, וועלכער האָט אין יאָר 1973 אין סאַן־פֿראַנציסקאָ געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר יעזוסן".
משה (מאַרטין) ראָזען
משה (מאַרטין) ראָזען

זייער דעוויז איז: "מיר עקזיסטירן, כּדי דער משיחיזם פֿון יעזוסן זאָל ווערן אַן אומפֿאַרמײַדלעכער באַגריף פֿאַר אונדזער ייִדישן פֿאָלק פֿון דער גאַנצער וועלט". נישט מער און נישט ווייניקער! דער דעוויז דערמאָנט מיר דעם לאָזונג פֿון כרושטשאָווס צײַטן: "די קאָמוניסטישע פּאַרטיי שווערט זיך, אַז דער הײַנטיקער דור פֿון סאָוועטישע מענטשן וועט לעבן בײַם קאָמוניזם!..."
געווען בײַ אונדז אין קעשענעוו אַ ייִד מיט אַ זעלטענער פֿאַמיליע — קאַץ, אַ דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע. ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געקראַכט, איז ער אַרויס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און געוואָרן דער אָנפֿירער פֿון אַן עוואַנגעליסטישער סעקטע. מיר האָט ער געזאָגט: "איך דין יעזוסן!". די סעקטע האָט געהאַט אַ ביוראָ, און ס׳האָט זיי פֿינאַנציעל געשטיצט דײַטשלאַנד. די סעקטע האָט צוגעצויגן גלויביקע דורך געבן זיי פּעקלעך. פֿאַרשטייט זיך, אַז עטלעכע ייִדן זײַנען אויך געווען צווישן די דאָזיקע עוואַנגעליסטן. וואָס זשע פֿלעגן טאָן די דאָזיקע ייִדן? צוערשט, פֿלעגן זיי גיין אין "דזשאָינט" און דאָרט באַקומען אַ פּעקל; דערנאָך, אין מיטן וועג, באַקומען אַ פּעקל פֿון דער אָרטיקער שיל, און צום סוף — אַ פּעקל פֿון די עוואַנגעליסטן.
שטעלט זיך פֿאָר, אַז ניט לאַנג צוריק זע איך דעם דאָזיקן דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע — וועלכער איז שוין פֿון קאַץ געוואָרן כּץ — אַרויסטרעטן אויף דעם 9טן רוסישן טעלעוויזיע־קאַנאַל אין ישׂראל. ער איז געזעסן אין אַ יאַרמלקע און געלערנט די צושויער, ווי מע דאַרף בויען אַ סוכּה...
דער רוסישער פּאָעט און דראַמאַטורג יעווגעני אַגראָנאָוויטש האָט אין 1962 אָנגעשריבן אַ ליד; זײַנען דאָרט דאָ אַזעלכע ווערטער: "אַ ייִד — אַ גײַסטלעכער": / אַ ייִד־אַ גײַסטלעכער — צי האָט איר געזען אַזוינס? / ניין, נישט קיין רבֿ, אַ גלח פּראַוואָסלאַוונער.../
יאָ, אַ באַזונדערע טעמע: ייִדן־גלחים. אַלעקסאַנדר מען, דער פּראַוואָסלאַוונער גלח. אונטער זײַן השפּעה האָבן זיך נישט ווייניק ייִדן, בפֿרט פֿון דער מאָסקווער אינטעליגענץ, געשמדט. צווישן זיי, דער פּאָעט אַלעקסאַנדר גאַליטש, די הײַנטיקע באַוווּסטע רוסישע שרײַבערין ליודמילאַ אוליצקאַיאַ און אַנדערע. גאַליטש באַשרײַבט זײַן טרעפֿונג מיט אַלעקסאַנדר מען אַזוי: "אין אַ שיינעם טאָג האָב איך באַשטימט פּשוט צוצופֿאָרן און אַ קוק טאָן אויף אים... איך בין אָפּגעשטאַנען די גאַנצע גאָטעסדינסט, אויסגעהערט די פּריידיק־רעדע, און דערנאָך, אין איינעם מיט אַנדערע, געגאַנגען קושן דעם צלם... דער פֿאָטער אַלעקסאַנדר האָט געלייגט זײַן האַנט אויף מײַן פּלייצע און געזאָגט: ‘לעבן זאָלט איר אַלעקסאַנדר אַרקאַדיעוויטש. איך וואַרט דאָך שוין פֿון לאַנג אויף אײַך. זייער גוט וואָס איר זענט געקומען’".
אַלעקסאַנדר מען
אַלעקסאַנדר מען

אָבער אייניקע פֿון די פּראַוואָסלאַוונע קרײַזן האָבן זייער נעגאַטיוו זיך באַצויגן צו מענס טעטיקייט. ביז הײַנט האָט מען נישט געפֿונען דעם מערדער, וואָס האָט אים דערהרגעט. נאָר אינטערעסאַנט איז נאָך איין פֿאַקט. אַן אַנדער גלח, אויך אַ ייִד — געאָרגי עדעלשטיין, וועלכער איז געווען אַלעקסאַנדר מענס פֿרײַנד אין משך פֿון 30 יאָר, שרײַבט: "מיר האָבן קיין מאָל נישט אויפֿגענומען איינער דעם אַנדערן ערנסט..." — וואָס זשע זאָל מען שוין זאָגן וועגן די רוסישע גלחים? אַגבֿ, געאָרגי עדעלשטיינס זון, יולי, אַ גלויביקער ייִד, איז הײַנט דער מיניסטער פֿון פּראָפּאַגאַנדע אין נתניהוס רעגירונג. ווען מע פֿרעגט יוליִען, צי סע שטערט אים נישט, אַז זײַן טאַטע איז אַ גלח אין רוסלאַנד, זאָגט ער: "אַוודאי, נישט! פֿאַר מיר שטימען בעת די וואַלן מער ווי הונדערט טויזנט ישׂראלדיקע קריסטן..."
בעסער פֿון אַלעמען באַווײַזט אונדז די אמתע באַציִונגען פֿון רוסישע קריסטן צו די געטובֿלטע ייִדן דאָס רוסישע שפּריכווערטל, וואָס איך האָב עס אין ייִדיש פֿאַרטײַטשט אַזוי: "אַ געהיילט פֿערד זאָלט איר נישט קויפֿן, אַ גנבֿ זאָלט איר נישט מוחל זײַן, און אַ געטובֿלטן ייִד — גלייבט נישט!" אַ וווּדערלעכע געשיכטע וועגן טויפֿן דערציילט אָסיפּ דימאָוו אין זײַן ביכל "וואָס איך געדענק".
...געלעבט האָט אין מאָסקווע אַ רײַכער ייִד, אַ שנײַדער, מעדוועצקי. ער האָט געאַרבעט אין אַ צעך, און דערפֿאַר געהאַט רעכט צו וווינען אין מאָסקווע. פֿון וואַנען זשע איז זײַן רײַכשאַפֿט? ער האָט פֿון שמדן געמאַכט אַ ביזנעס. ווען, לאָמיר זאָגן, הער ראַבינאָוויטש פֿון מינסק וויל זיך באַזעצן אין מאָסקווע, שטעלט ער זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מעדוועצקי: פּאַנע מעדוועצקי, איך וויל ווערן אַ קריסט; עס הייסט, איך מוז ווערן, כּדי צו וווינען אין מאָסקווע. האָט אים דער שנײַדער געשריבן און געפֿרעגט, וואָס פֿאַר אַ קריסט ווילט איר ווערן, הער ראַבינאָוויטש? אַ פּראַוואָסלאַוונער — וועט אײַך קאָסטן זעקס הונדערט קערבלעך; אַ קאַטוילישער — פֿיר הונדערט, און אַ לוטעראַנישער — צוויי פֿופֿציקערס. דערנאָך האָט ראַבינאָוויטש צוגעשיקט זײַנע דאָקומענטן און געלט צו מעדוועצקי קיין מאָסקווע. פֿון דעם מאָמענט ווערט מעדוועצקי — ראַבינאָוויטש. ער גייט דורך די נייטיקע פּראָצעדור, שמדט זיך און שיקט צו ראַבינאָוויטשן קיין מינסק די דאָקומענטן, וווּ ס׳איז שוין צוגעגעבן, אַז ער, ראַבינאָוויטש, איז אַ קריסט... מע דערציילט, אַז מעדוועצקי האָט צוויי און פֿערציק מאָל אָנגענומען דעם קריסטלעכן גלויבן און דאָך געבליבן אַ ייִד.
דערנאָך האָט די מאַכט באַשטימט צו פֿאַרמאַכן די צעכן און אַרויסשיקן די ייִדן בעל־מלאָכות פֿון מאָסקווע. דער פּריסטאַוו זאָגט מעדוועצקין, אַז אויב ער וויל בלײַבן זאָל ער זיך טובֿלען און ווערן אַ קריסט. און וויפֿל דער פּריסטאַוו האָט ניט געטענהט מיט אים, האָט מעדוועצקי זיך געהאַלטן בײַ זײַנס: ער איז אַ ייִד און וועט בלײַבן אַ ייִד, און עס איז ניטאָ אַזאַ קראַפֿט אין דער וועלט, וואָס קען אים איבעררעדן. דער סוף איז געווען, אַז מעדוועצקי מיט זײַן משפּחה האָט טאַקע געמוזט פֿאַרלאָזן מאָסקווע...
נו טײַערע, רבותי, איצט זאָגט מיר, צי וואָלט געקענט אַ קריסט זיך ייִדישן? ס׳הייסט, זיך מלען זײַן צוויי־און־פֿערציק מאָל און דאָך פֿאַרבלײַבן אַ קריסט? און וואָס פֿאַר אַ ווערט האָט דאָס טובֿלען זײַן זיך בכלל? פֿאַרענדיקן וויל איך דעם אַרטיקל מיט מײַן ליד, וואָס איז פּונקט אויף דער טעמע:

די נשמה טובֿלט זיך נישט
מע קאָן טובֿלען בלויז דאָס לײַב,
סע טובֿלט זיך נישט די נשמה,
זי אַ ייִדישע, אַ ייִדישע בלײַבט,
ווי זי איז באַשאַפֿן — אויף תּמיד.

פֿון הייליקן וואַסער די טראָפּנס
גיבן זי נאָר אַ באַריר,
ווערט פֿון די טראָפּעלעך אָקרעפּ
מיט אַ געשריי זיי דאַמפֿן פֿון איר.

זי וואָלט אַ תּפֿילה געטאָן אין דער נאַכט...
נאָר די נשמה ווייטיקט און שווײַגט —
זי קאָן ניט פֿאַרשטיין די שפּראַך
פֿונעם געטובֿלטן לײַב...