יום־כּיפּור, אין טאָג ווען ייִדן פֿאַסטן, גיי איך אין אַן אַשכּנזישער שיל, וואָס איז ניט ווײַט פֿון מײַן וווינונג. בלעטערנדיק אַ מחזור, וואַרט איך, ווען מע וועט אָנהויבן זאָגן יזכּור. דאָס מחזורל איז מיט אַן איבערזעצונג אויף ייִדיש, לייען איך די פֿאַרשיידענע תּפֿילות. וואָס בעטן מיר בײַ גאָט? — ער זאָל אונדז פֿאַרשרײַבן אין אַ גאַנצער צאָל הימלביכער. טראַכט איך: צי נעמט טאַקע דער אייבערשטער אַ פּען אין דער האַנט אויף צו פֿאַרשרײַבן אונדז? ווער הײַנט צו טאָג אויף דער ערד, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט בוכהאַלטעריע באַניצט זיך מיט אַ פּען? — בלויז מיט אַ קאָמפּיוטער! און גאָט? מיר בעטן דאָך: פֿאַרשרײַב אונדז אין ספֿר־החיים, אין ספֿר פֿון רחמים, אין ספֿר פֿון די צדיקים, אין ספֿר פֿון פּרנסה און מזונות, אין ספֿר פֿון גאולה און ישועה, אין ספֿר פֿון זכיות, אין ספֿר פֿון סליחה און מחילה... אַגבֿ, איך האָב אויך אויסגעטראַכט פֿאַר זיך אַ ספֿר:
דעם ערשטן טאָג, גלײַך נאָך יום־כּיפּור,
ווען נשמות זענען ציכטיק, ריין
האָסטו געזאָגט מיר: מײַן געליבטער,
געשטראַלט האָט דײַן פּנים מיט חן.
איצט נאָכן פֿאַסטן וויסן וויל איך
אין אַ וועלכן בוך בין איך פֿאַרשריבן?
אין בוך פֿון לעבן — זאָגט די תּפֿילה,
דאָס לעבן זאָגט: אין בוך פֿון ליבע!
גאָט פֿאַרמאָגט הענט אויף צו נעמען אין זיי אַ פּען, וועגן דעם געפֿינען מיר אין מחזור אויסדרוקן: "מיט ביידע הענט", "אין דער רעכטער האַנט", "אין שאָטן פֿון דײַן האַנט" און אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור: "באַווײַז דײַן כּוח, מאַך פֿרײַ דײַן שטאַרקע האַנט", "...גאָט פֿון דײַנע הענט אַליין טו אונדז שפּײַזן..." צי בײַ יצחק באַשעוויסן אין "דער קנעכט": גאָט איז אונדזער פֿאָטער, מיר זײַנען זײַנע קינדער, ער האָט אונדז ליב, ער בענטשט אונדז מיט זײַן גענאָד... זײַן אויג וואַכט איבער אונדז און ווען מיר זײַנען אין געפֿאַר אַרײַנצופֿאַלן אין אַ גרוב... הייבט ער אונדז אויף אין זײַנע הייליקע אָרעמס..."
אין פֿאָלקלאָר: "גוטס און האָב איז אין גאָטס האַנט", "גאָט איז אַ פֿאָטער: מיט איין האַנט שטראָפֿט ער, מיט דער אַנדערער היילט ער", אין אַ פֿאָלקסליד: "... פֿון דײַנע כּשרע מילדע הענט"...
איך מיין, אַז אין די הימלען איז ניט פֿאַראַן קיין טעכנישער פּראָגרעס. גאָט האָט זיכער פֿון סאַמע אָנהייב אָן באַשאַפֿן די פּראָגרעסיווסטע טעכנאָלאָגיעס, אַפּאַראַטן, מאַטעריאַלן. ווער פֿאַרשרײַבט הײַנט אינפֿאָרמאַציע אין אַ בוך? — מע פֿאַרשרײַבט אויף פֿאַרשיידענע דיסקן, "פֿלעשקעס" אאַ״וו. נאָר דאָס איז הײַנט, וואָס וועט זײַן שפּעטער מיט הונדערט יאָר, מיט פֿינף הונדערט יאָר, מיט טויזנט יאָר? ווער קאָן זיך עס איצטער פֿאָרשטעלן? ניין, זאָג איך זיך, זיצנדיק אין שיל, ניט אין ביכער פֿאַרשרײַבט אונדז גאָט און ניט מיט אַ פּען... חוץ אַ פּען און ספֿרים, דאַרף ער דאָך האָבן אַ וואָג, און פֿאַרשיידענע מעסט־מכשירים. מיר לייענען אין ש. אַנ־סקיס דערציילונג "אויף דער וואַך": "אין די הייליקע און פֿאָרכטיקע עשׂרת־ימי־תּשובֿה ווערט פֿאַר גאָט ברוך־הוא געעפֿנט דאָס גרויסע בוך פֿון אַלע מעשׂים פֿון דער וועלט, און מע לייענט וועגן אַלץ וואָס מענטשן און פֿעלקער האָבן געטאָן. אַלץ ווערט געווויגן און געמאָסטן"... מיט וואָס פֿאַר אַ וואָג באַניצט זיך גאָט? מיט וואָס מעסט ער אונדזערע זינד? צי ס׳זײַנען פֿאַראַן אין די הימלען אַזוינע באַגריפֿן, ווי אָפּוועגן, מעסטן?
נאָר ניט בלויז הענט פֿאַרמאָגט דער פֿאָטער אין הימל. אויך אויגן; עטלעכע אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור: "האָב שוין רחמנות, עפֿן דײַנע אויגן..." (משה־לייב ליליענבוים), בײַ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענען: / דו גרויסער וועכטער דאָרט אין הימל!/ דײַן טרײַ אויג איז דאָך שטענדיק וואַך.../. בײַ יעקבֿ פֿרידמאַן: / איך האָב שוין אַמאָל געזען גאָט, ער האָט געהאַט גרויסע, בלאָע אויגן,/ ווי דאָס גוטע פֿעטערל יומא.../ אויב דער באַשעפֿער האָט אויגן קאָן ער דאָך וויינען: / אַלע הימלען פֿול מיט רחמימדיקן האַרץ,/ נאָר קיינער הערט ניט ווי כּבֿיכול וויינט...
ער האָט אויך פֿיס: / אָט האָסטו, גאָט מײַן נשמה/ איך לייג זי דיר צו די פֿיס.../ (משה האַשקעס). אויערן: " פֿון דײַן מויל אין גאָטס אויערן". און אַפֿילו אַ באָרד: "ער מיינט ער האָט אָנגעכאַפּט גאָט פֿאַר דער באָרד". גאָט קאָן זיך פֿרייען, ווי אַ מענטש: "ווען פֿרייט זיך גאָט? — ווען איין בעטלער קראַצט דעם צווייטן". און אַ ביסל אַ סוחר: "גאָט באַצאָלט מיט פּראָצענט"... און נאָך, אויב דער אייבערשטער האָט הענט, פֿיס און אויגן צי האָט ער אַ מאָגן, אַ לעבער?...
אַרײַנטראַכטנדיק זיך און אײַנקוקנדיק זיך אין דעם אַלעמען, אין די אַלע בײַשפּילן קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז גאָט איז ענלעך אויף אַ שטעטלדיקן ייִד, אפֿשר אויף אַן אַפּטייקער. ער וועגט אָפּ, מעסט, פֿאַרשרײַבט עפּעס אין אַ ספֿר און נאָך אַ מאָל צו זײַנע מכשירים...
נאָר לאָמיר גייען ווײַטער.
די ישׂראלדיקע ווירקלעכקייט דערגאַנצט די געשטאַלט פֿון גאָט גאָר פֿון אַן אַנדער זײַט.
ניט לאַנג האָט גאַנץ ישׂראל גערעדט און ס׳האָבן געשריבן די צײַטונגען, וועגן אַ בחור, אַ חרד פֿון שטאָט בית־שמש, וועלכער האָט אַ שפּײַ געטאָן אויף אַ מיידעלע, אַ שילערין, וועלכע לויט דעם חרדס מיינונג, האָט געטראָגן אַ צו קורץ קליידל. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ פֿאַסאָן ווענדן אָפּ אַ חרד פֿון די געדאַנקען וועגן גאָט, תּורה, תּפֿילה; פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס בחורל איז געווען זיכער, אַז ער טוט אַ גאָטזאַך, אַז גאָט האַלט מיט אים, אַז גאָט אַליין וואָלט געטאָן דאָס זעלבע, ווײַל אַ חרד וועט דען טאָן עפּעס אַזוינס, מיט וואָס דער אייבערשטער איז ניט מסכּים?
אינעם ערשטן טאָג סוכּות האָבן עטלעכע חרדים אין ירושלים געוואָרפֿן שטיינער אין די אַמבולאַנסן, וועלכע האָבן זיך אין דעם טאָג געאײַלט אַרויסצוהעלפֿן קראַנקע מענטשן. אין אַ שבת, האָב איך געוואַרט אויף מײַנעם אַ פֿרײַנד, וואָס האָט געדאַרפֿט מיך נעמען אין זײַן אויטאָ, צו פֿאָרן אויף אַ מסיבה. דערזען מיך אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס, האָט ער מיט אַ מאָל אָפּגעשטעלט זײַן אויטאָ. דער שאָפֿער וואָס איז געפֿאָרן נאָך אים האָט ניט באַוויזן צו דער צײַט צו רעאַגירן און זײַן אויטאָ האָט זיך אַרײַנגעהאַקט אין מײַן פֿרײַנדס אויטאָ. עטלעכע יונגע בחורים, אין יאַרמלקעס, זײַנען געגאַנגען פֿונעם דאַווענען. איינער פֿון זיי איז צוגעקומען צו אונדז און געזאָגט: "גאָט האָט אײַך געשטראָפֿט, דערפֿאַר, וואָס איר פֿאָרט שבת..."
אָט אַזוי זעט אויס גאָט אין די מיינונגען פֿון אייניקע גלייביקע מענטשן — אַ בייזער, אַ נקמה־דורשטיקער, אַ פֿאַרביסענער קליינשטעטלדיקער ייִד.
אַגבֿ וועגן שבת. איך קאָן ניט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי דער וואָס לעבט אייביק איז נאָך זעקס טעג אַרבעט געוואָרן מיד. איך קאָן זיך ניט פֿאָרשטעלן אַ מידן גאָט. אויב ער רוט זיך אָפּ איז דאָך צוליב אומצוקערן די פֿאַרלוירענע כּוחות! ווי אַזוי טוט דאָס דער אַלמעכטיקער? ער טרינקט עפּעס, ער עסט עפּעס?
דער רבֿ אין שיל, האָט פֿאַרענדיקט צו לייענען די תּורה. ער הייסט, אַז די דאַוונער, וואָס האָבן לעבעדיקע עלטערן, זאָלן פֿאַרלאָזן די שיל. מע נעמט זיך זאָגן יזכּור: "דו זאָלסט געדענקען, גאָט, די נשמה פֿון מײַן מוטער אָסנה בת־משה... איך בין מנדר צדקה פֿאַר אירעט וועגן און פֿאַר דעם שׂכר זאָל איר נשמה רוען אין גן־עדן... אָמן!" איך טראַכט: אויב מײַן מאַמעס נשמה איז שוין לאַנג אין גן־עדן, צי דאַרף איך זאָגן יזכּור און געבן צדקה? און אויב איך וועל ניט זאָגן יזכּור, ניט געבן צדקה וועט גאָט זי אַרויסטרײַבן פֿונעם גן־עדן? שאלות! איך האָב זיך אַזוי פֿאָרגעשטעלט דער מאַמעס אָרט אויף יענער וועלט:
זי האָט אין לעבן ניט ווייניק געבידעוועט
איצט אין די הימלען גרינג איז איר פֿלי —
פֿון אַ קליין שטעטל אַ פּשוטע ייִדענע,
אַ פּשוטער שטערן צווישן שטערן ווי זי...
בײַ ייִדן זענען ניט פֿאַראַן קיין איקאָנעס מיט גאָטס צורה, ווי בײַ די קריסטן. צי איז דען ניט די געשטאַלט פֿון גאָט, וועלכן מיר שטעלן זיך פֿאָר קיין געדאַכטע איקאָנע? מיר מאָלן פֿאַר זיך גאָט, שאַפֿן אים "אין אונדזער געשטאַלט, לויט אונדזער גלײַכעניש". ניין, גאָט איז ניט אַ קליינשטעטלדיקער ייִד! אונדזער מענטשלעכער מוח האָט ניט קיין פֿעיִקייטן, קיין שעפֿערישע כּוחות, קיין פֿאַנטאַזיע־קראַפֿט אויף צו פֿאָרשטעלן זיך דעם באַשעפֿער פֿון דער וועלט! דאַרף מען עס ניט טאָן! זאָל דער באַשעפֿער בלײַבן פֿאַר אונדז אַ וווּנדערלעכער, סודותפֿולער חלום, אַן אומענדלעכער, שיינער סוד, וואָס מע וועט אים קיין מאָל ניט אַנטפּלעקן.