ווען דער טויט זאָל זיך ניט קערן,
וווּ די זאַך זאָל ניט געשען.
כ׳הער די ליד, וואָס איך וויל הערן,
כ׳זע דאָס בילד, וואָס איך וויל זען...
דוד האָפֿשטיין
ניט לאַנג צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַ באַגריסונג פֿאַר נחמה ליפֿשיץ צו איר 85סטן יוביליי און געשיקט די באַגריסונג צו יצחק לודען, ער זאָל זי אָפּדרוקן אין זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן". אין דעם אַרטיקל זענען געווען אַזוינע פֿראַזעס: "איר זענט געווען... דאָס קלינגענדיקע גלעקעלע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסליד", "אײַער געטרײַשאַפֿט דער ייִדישער ליד..." אויפֿן צווייטן טאָג קלינגט מיר אָן מײַן פֿרײַנד י. לודען און זאָגט גאַנץ אָפֿן, מיט אַ בונדיסטישער פּרינציפּיעלקייט: "האָסט אָנגעשריבן אַ ניט־גראַמאָטנע באַגריסונג!" — וואָסי? — פֿרעג איך אים. "דו שרײַבסט אויפֿן אָרט פֿון: ‘דאָס ליד’ — ‘די ליד’". דערנאָך גיט ער צו: "בלויז אַבֿרהם סוצקעווער פֿלעגט זיך דערלויבן צו שרײַבן — ‘די ליד’, נאָר דאָס איז דאָך סוצקעווער!" זאָג איך אים: ערשטנס, זינט איך געדענק זיך, האָב איך געזאָגט און געשריבן נאָר — "די ליד". און פֿאַר מיר "דאָס ליד" קלינגט דאָס זעלבע ווי "דאָס בונדיסט".
צווייטנס, דעם אַרטיקל "די" צום סובסטאַנטיוו "ליד", האָבן נאָך געניצט: אָשר שוואַרצמאַן, דוד האָפֿשטיין, איציק פֿעפֿער, פּרץ מאַרקיש... אויך ניט קיין קליינע פּאָעטן. דריטנס, קוק אַרײַן אין דעם "רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך", אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע, 1984. "נו, — ענטפֿערט י. לודען, — ס׳איז שוין שפּעט צו פֿאַרריכטן, דער זשורנאַל איז אין דרוק..."
לאָמיר זיך טאַקע אַ ביסל אַרײַנטיפֿן אין דער געשיכטע פֿון די אַרטיקלען "דאָס" און "די" צום סובסטאַנטיוו — ליד. צו ערשט, אָנהייבן פֿון די ווערטערביכער. אויף אוריאל ווײַנרײַכס מאָדערנער ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך האָב איך קיין האָפֿענונג ניט געהאַט, דאָך אַרײַנגעקוקט. פֿאַרשטייט זיך — "דאָס ליד", ווי אָפּגעשניטן! טראַכט איך, מע דאַרף זען וואָס עס שרײַבט וועגן דעם מײַן פֿרײַנד יצחק ניבאָרסקי אין זײַן ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך. אַנטוישט זיך — "דאָס ליד", ווי אָפּגעהאַקט! טראַכט איך מיר, כּמעט אַלע סאָוועטישע שרײַבער און דיכטער, אָנהייבנדיק פֿון אָשר שוואַרצמאַן, האָבן געניצט דעם אַרטיקל "די" צום וואָרט "ליד"; ווער זשע האָט גענומען אויף זיך די דרייסטקייט, כ׳וויל ניט זאָגן די חוצפּה, אָפּצוּוואַרפֿן דעם דאָזיקן פֿאַקט? וואָס פֿאַר אַ פֿילאָלאָגן, שפּראַכפֿאָרשער, אויף וואָס פֿאַר אַ "געהיימער וועטשערע", האָבן באַשטימט, אַז דער אַרטיקל "די" פּאַסט ניט צום וואָרט — ליד? כ׳מיין, אַז די גראַמאַטיק דאַרף אויך זײַן דעמאָקראַטיש! וואָס זשע, די ייִדישע גראַמאַטיק פֿון די סאָוועטישע פֿילאָלאָגן איז טריף און פֿון די ייִדישע מערבֿ־פֿילאָלאָגן — כּשר? נאָר לאָמיר ברענגען אַ ביסל בײַשפּילן.
אַ ציטאַט פֿון אַ בריוו, אָנגעשריבן נאָך אין יאָר 1916, פֿאַר דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, פֿון אָשר שוואַרצמאַן צו דוד האָפֿשטיין: "איך האָב באַקומען דײַן בריוו מיט דער ליד. עפּעס קאָן איך וועגן איר גאָרנישט ניט זאָגן".
בײַ איציק פֿעפֿערן לייענען מיר: "ס׳איז דאָ אַ ליד, זי איז נאָך ניט געבאָרן" אאַז"וו. לאָמיר אַרײַנקוקן אין אַנדערע וועטערביכער. אין דעם שוין דערמאָנטן רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון מ. שאַפּיראָ, ע. ספּיוואַק און מ. שולמאַן שטייט בײַם סובסטאַנטיוו "ליד" — וו., דאָס מיינט ווײַבערישער מין. אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען געשריבן "די ליד". פֿאַרשטייט זיך, אויך אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". פֿון דעסט וועגן איז עס אַ פּאַראַדאָקס. לאָזט זיך אויס, אַז דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, דער קאָמוניסט, אַנטיציוניסט... אַהרן ווערגעליס, איז געווען מער דעמאָקראַטיש ווי מײַן פֿרײַנד דער סאָציאַליסט יצחק לודען.
אָט האָט איר אַ באַווײַז: אין 1965 גייט אַרויס אין מאָסקווע די זאַמלונג פֿון סאָוועטישער פּאָעזיע האָריזאָנטן. דער רעדאַקטאָר פֿון דער זאַמלונג איז אַ. ווערגעליס. דאָרטן געפֿינען מיר בײַ רחל בוימוואָל: "פֿאַרעקשנט איך קום צו מײַן ייִנגערער ליד./ /איך גלי זי אין האַרצן אַזוי ווי אַ שמיד". בײַ שיקע דריז: "דאָס ליד פֿון אַ שלײַפֿער". הייסט עס, אַז ווערגעליס האָט דערלאָזט צוויי מינים אַרטיקלען צו דעם וואָרט ליד — אי "די", אי "דאָס". דעמאָקראַטיש! נאָר ניט בלויז ער האָט עס געטאָן.
אין דער אַנטאָלאָגיע אַ שפּיגל אויף אַ שטיין (תּל־אָבֿיבֿ, 1964), אונטער דער רעדאַקציע פֿון חנא שמערוק, לייענען מיר בײַ דוד האָפֿשטיין: "די ליד פֿון מײַן גלײַכגילט" און בײַ משה קולבאַק: "ער וויינט. ער זינגט דאָס בידנע ליד פֿון גרוי און אָרעם".
יוסף קערלער און באָריס קאַרלאָוו האָבן אַרויסגעגעבן אין ירושלים אַן אַלגעמיינע זאַמלונג לידער: שפּיגל־כּתבֿ. לייענען מיר בײַ יוסף קערלער: "כ׳וויל גרייכן צו דער קורצער ליד,/וואָס וואַרפֿט נאָך זיך אַ לאַנגן שאָטן". בײַ ב. קאַרלאָוון: "דאָס קורצע ליד וואָס וואַרפֿט אַ לאַנגן שאָטן". קלאָר — דער פּאָעט י. קערלער זאָגט "די ליד". פֿרעגט זיך, בײַ וועמען האָט זיך מײַן פֿרײַנד ב. קאַרלאָוו אויסגעלערנט צו זאָגן "דאָס ליד"?
שמעון סאַנדלער האָט אין מאָסקווע, 1989, אַרויסגעגעבן זײַן "סאַמאָוטשיטעל" — ייִדיש לערנבוך פֿאַר אויסלערנען זיך ייִדיש זעלבסטשטענדיק, וווּ ער ברענגט אַ בײַשפּיל און שרײַבט "די ליד". שפּעטער, אין 2001, אין זײַן ייִדיש לערנבוך פֿאַר רוסיש־ריידנדיקע, אין דעם זעלבן פּאַראַגראַף לייענען מיר שוין — "דאָס ליד". די אויסגאַבע האָט פֿינאַנצירט דער ניו־יאָרקער ייִוואָ... וואָלט איך געזאָגט: "ווער עס באַצאָלט געלט, דער דעם אויסלייג באַשטעלט".
לאָמיר אַרײַנקוקן נאָך אין איין ווערטערבוך. ניט לאַנג איז אין מאָסקווע אַרויס דער "באָלשוי ייִדיש־רוסקי סלאָוואַר" (דער גרויסער ייִדיש־רוסישער ווערטערבוך). בײַם וואָרט "ליד" שטייט בפֿירוש — די/דאָס. בראַוואָ! מאָלאָדעץ איז דער מחבר אַ. סאָלדאַטאָוו! אַ בחור אַ געבוירענער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אין אַ לאַנד מיט אַ קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע און פֿון דעסט וועגן אַזוי דעמאָקראַטיש אין דער ייִדישער גראַמאַטיק!
מילא. מיר ווייסן, אַז די פֿילאָלאָגן, בײַ וועלכע אין יסוד פֿון זייער וויסן ליגט די דײַטשישע גראַמאַטיק, רעכענען אָפֿט מאָל, אַז זיי זענען גראַמאָטנער פֿון די שרײַבער און פּאָעטן. דאָס זעלבע קאָן מען זאָגן וועגן די רעדאַקטאָרן פֿון די ייִדישע אויסגאַבעס. לייענענדיק איצטער, צום בײַשפּיל, די אַמאָליקע ליטעראַרישע בלעטער קאָן מען דען זיך אָפּזוכן, ווי אַזוי ס׳האָט געשריבן דער צי יענער מחבר: "די ליד" צי "דאָס ליד", אַז די גראַמאָטנע רעדאַקטאָרן פֿון "ל. ב." האָבן געהאַלטן בלויז פֿון "דאָס ליד". וועט וועלן, צום בײַשפּיל, איינער אַ פֿאָרשער אין אַ הונדערט יאָר אַרום וויסן, ווי אַזוי האָט געזאָגט משה לעמסטער: "די ליד" צי "דאָס ליד". וועט ער נעמען מײַן פֿרײַנד לודענס זשורנאַל לעבנס־פֿראַגן און זאָגן, אַז "דאָס ליד"?
איך מיין, אַז אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ ייִדישער אויסגאַבע דאַרף צו ערשט שעצן דעם מחבר און ערשט דערנאָך — די גראַמאַטיק! פֿאַרשטייט זיך, אַז עס גייט די רייד וועגן פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער, און ניט אַנאַלפֿאַבעטן. אַגבֿ, אַזאַ רעדאַקטאָר, וואָס האָט געשעצט דעם מחברס שפּראַך, דעם מחברס לשון, אַפֿילו דעם מחברס דיאַלעקט, איז געווען ד"ר מרדכי שעכטער פֿון אויפֿן שוועל.
דאָך גייען מיר ווײַטער. ווי מיר ווייסן איז ייִדיש אַ פֿאָלקסשפּראַך, טאָ לאָמיר זיך ווענדן צום פֿאָלק.
צווישן די פֿאָלקסלידער, וואָס ס׳האָבן געזאַמלט און סיסטעמאַטיזירט ס. גינזבורג און פּ. מאַרעק אין אַ באַזונדער ביכל, אַרויסגעגעבן אין 1901, געפֿינען מיר אַזאַ ליד: "אַז דו וועסט הערן די ליד זינגען,/ וואָס פֿאַר אַ פּנים וועסטו האָבן בײַ דער וועלט". צי נאָך: "איך זיץ מיר אין שיף און זינג מיר אַ ליד,/ די ליד וואָס צו מיר פּאַסט". אין די סאָוועטישע אויסגאַבעס פֿון פֿאָלקלאָרלידער געפֿינען מיר:
אַ ליד, ליבע מענטשן, וועל איך אײַך זינגען,
אַ ליד פֿון פֿרײַטיק אַפֿדערנאַכט;
די ליד, מענטשן, מעגט איר מיך אויסהערן,
ווען גאָט האָט מיר צו מײַן זיס לעבן געבראַכט...
בײַ י. ל. כּהן אין שטודיעס וועגן ייִדישער פֿאָלקסשאַפֿונג:
ברידער שרעקט זיך ניט איבער,
דעם שטריק וואָס מען האָט פֿאַרוואָרפֿן אויף מיר,
נאָר אַן אָנדענקונג לאָז איך אײַך איבער,
אַז די ליד זאָלט איר זינגען נאָך מיר...
קלאָר: דאָס פֿאָלק, דער אַרבעטער־קלאַס האָט געניצט דעם אַרטיקל "די" צו דעם וואָרט "ליד". וואָלטן דאָך געדאַרפֿט די סאָציאַליסטן, די בונדיסטן, זיך אָנכאַפּן פֿאַרן "די" און טענהן, אַז מע דאַרף ניצן "די", ווײַל דער אַרבעטער־קלאַס... איז ניין, מײַן פֿרײַנד י. לודען האָט זיך אָנגעכאַפּט דווקא פֿאַרן "דאָס"!
מע דאַרף אַנערקענען, אַז די ליטוואַקעס האָבן דעם פּאַרעווע אַרטיקל "דאָס" אין גאַנצן ניט געניצט. אָט וואָס עס שרײַבט זיאַמע טעלעסין אין זײַן גרויסער ליד: "דער דריטער גראַמאַטישער מין":
...דו האָסט דאָרטן, זאָגסטו, געלערנט,
גראַמאַטיקע האָסטו געקנעלט.
פֿאַרוואָס זאָל מען אים ניט פֿאַרווערן,
דעם דאָזיקן "דאָס" אויף דער וועלט?...
...אַז כ׳בין אין דער ליטע געבאָרן,
כ׳פֿיל אַנדערש פֿון ווערטער דעם ווערט...
פֿאַרוואָס זאָלן זאָגן ניט טאָרן
דער ייִנגל, די מיידל, דער פֿערד?
אין בעסאַראַביע, וווּ דער "דאָס" איז געוואָרן "דוס", הייסט עס, "ווײַטער פֿון דײַטש", האָט מען זיך צום דריטן גראַמאַטישן מין באַצויגן מיט ביטול, מיט איראָניע. מע פֿלעגט בײַ אונדז זאָגן: "קריך מיר נישט אויפֿן בוידעם און ׳דאָס׳ מיר נישט אויף דעם לייטער"...
פֿילאָלאָגן זאָגן, אַז די ייִדן פֿון רוסלאַנד ניצן דעם "די" דערפֿאַר, ווײַל אין דער רוסישער שפּראַך איז דאָס וואָרט "פּעסניאַ" (ליד) פֿון אַ ווײַבלעכן מין. איך בין ניט זיכער אין דעם. ערשטנס, ס׳זײַנען דאָ אַ סך אַנדערע ווערטער, וואָס אין רוסיש זײַנען זיי דער ווײַבלעכער מין און אין ייִדיש — זאַכלעכער מין, למשל, "קניגאַ" (בוך). צווייטנס, די אומבאַוווּסטע פֿאַרפֿאַסער פֿון פֿאָלקסלידער האָבן געהאַט אַ פּאָעטישן געשמאַק און דערפֿאַר האָט די פֿאָלקס־נשמה אויפֿגענומען דעם אַרטיקל "די" צום סובסטאַנטיוו "ליד". דאָס פֿאָלק האָט אינטויִטיוו געפֿילט, פֿאַרשטאַנען, אַז פֿאַרן וואָרט "ליד", דעם זייער וויכטיקן אין דער ייִדישער שפּראַך, פּאַסט מער דער ווײַבלעכער מין! אַ ים ייִדישע טרערן האָט אַרײַנגענומען אין זיך אונדזער פֿאָלקסליד און זי האָט פֿאַרדינט דעם לעבעדיקן אַרטיקל "די" און דעם "דאָס", וואָס קלינגט ווי — שאָס...
אין יאָר 1913 איז אין ווילנע אַרויס דאָס יאָרבוך "דער פּנקס". אָט וואָס עס שרײַבט אין אַן אַרטיקל ב. באָראָכאָוו: "...פֿאַרדײַטשנדיק די שפּראַך, האָט דער משׂכּיל לחלוטין פֿאַרדאָרבן אויך די ייִדישע גראַמאַטיק: ער האָט... אַרײַנגעפֿירט דעם מיטלערן מין פֿון די הויפּטווערטער, וואָס די ייִדישע שפּראַך האָט כּמעט ניט געהאַט (בפֿרט די ליטווישע)..." און נאָך: "אַזוי האָט, למשל, די הײַנטיקע ייִדישע גראַמאַטיק גרויסע צרות... מיט דעם מיטלערן מין..."
וואָס זשע האָבן מיר הײַנט? ווערטערביכער, וווּ ס׳איז אָנגעוויזן, אַז "ליד" איז אַ זאַכלעכער מין; אין אַנדערע, פֿאַרקערט — אַ ווײַבלעכער מין, און אין דריטן — אי ווײַבלעכער, אי זאַכלעכער מין. וואָס זשע זאָל נעבעך טאָן דער סטודענט, די תּלמידים וואָס לערנען זיך ייִדיש? כ׳מיין, אַז יעדערער פֿון זיי דאַרף דאָס אַליין באַשטימען פֿאַר זיך, לויט זײַן געפֿיל, לויט זײַן געשמאַק, גוסט, אַזוי, ווי ס׳זאָגט אים אונטער די נשמה און ניט די גראַמאַטיק. איך וויל פֿאָרלייגן דרײַ רייען ענלעכע ווערטער און באַגריפֿן — אפֿשר וועט עס העלפֿן צו מאַכן אַ ריכטיקן אויסוואַל:
די פּאָעמע, די באַלאַדע, די עלעגיע, די פֿאַבל, די מוזע, די ליריק..., דאָס ליד
דער דיכטער — די דיכטונג; דער פּאָעט — די פּאָעזיע; דער לידלער — דאָס ליד
די ליבע־ליד / דאָס ליבע־ליד; די פֿאָלקסליד / דאָס פֿאָלקסליד.
פֿאַר מיר פּערזענלעך איז געווען גרינגער צו מאַכן דעם אויסוואַל, ווײַל דעם אַרטיקל "די" צום וואָרט "ליד" האָב איך אײַנגעזאָפּט מיט דער מאַמעס מילך. כאָטש, אויב זאָגן דעם אמת, כ׳געדענק שוין ניט פּינקטלעך פֿון וואָס פֿאַר אַ בריסט אירער — צי פֿון דער לינקער, צי פֿון דער רעכטער?...