געווען בײַ אונדז אין שטעטל אַ ייִד, וואָס מע פֿלעגט אים רופֿן זיסיע־קוקורוזע. און כאָטש די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין כרושטשאָווס צײַטן, ווען דאָס גאַנצע סאָוועטישע פֿאָלק האָט אויף לינקס און אויף רעכטס פֿאַרזייט קוקורוזע, האָט זײַן צונאָמען "קוקורוזע", קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו כרושטשאָווס עקאָנאָמישער פּאָליטיק. זיסיע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך, אין וועלכן ס’האָבן געאַרבעט נאָר פֿרויען. איז כּדי צו מאַכן אויף די שנײַדערקעס אַן אײַנדרוק, פֿלעגט ער טראָגן אין אַ הויזן־קעשענע אַ קוקורוזע־קאַטשן, אַז די נייטאָרינס זאָלן מיינען, אַז ער האָט אין די הויזן אַ "גרויסע ווערט". ווען ס’פֿלעג שוין אָבער קומען צום ווײַזן וואָס ער קען מיט זײַן אייגענער "קוקורוזע" האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ מאַמעליגע.
די אָנפֿירער פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, די קאַנדידאַטן און דעפּוטאַטן, דערמאָנען מיר איצטער דעם דאָזיקן זיסיע־קוקורוזע. זיי האָבן אַרײַנגעלייגט אין זייערע וואַל־קעשענעס ריזיקע פּראָגראַמען, מע זאָל מיינען, אַז זיי פֿאַרמאָגן גאָר ווערטלעכע זאַכן. און מע פֿאָכעט איינער פֿאַרן אַנדערן מיט די פּראָגראַמען־"קוקורוזעס", מע גייט איבער פֿון איין פּאַרטיי אין אַ צווייטער, מע פֿאַראייניקט זיך, מע צעטיילט זיך — ס’טוט זיך חושך. אַ טייל צענטריסטן גייט איבער אין לינקן לאַגער, אַן אַנדער טייל — אין רעכטן; אָבער ניט דערפֿאַר, וואָס די אידעאָלאָגיע, צי די פּראָגראַם פֿון דער, אָדער יענער, פּאַרטיי איז זיי נענטער צום האַרצן, נאָר מע זוכט אַ פּלאַץ אין די פּאַרטיי־רשימות, וואָס זאָל זײַן נענטער צום אָנהייב פֿון דער רשימה, און קאָן גאַראַנטירן צו ווערן אַ חבֿר־הכּנסת. דאָס איז דער עיקר! געוועזענע דעפּוטאַטן בײַטן זייערע אידעאָלאָגיעס ווי דער ישׂראלדיקער וועטער בײַט זיך אום ווינטער. אָבער ווען מע קומט שוין אין כּנסת און מע דאַרף דאָרט עפּעס טאָן מיט די פּראָגראַמען פֿון די קעשענעס, לאָזט זיך אויס — אַ מאַמעליגע.
ניט לאַנג צוריק בין איך געווען אויף אַ חתונה בײַ מײַנע באַקאַנטע אין תּל־אָבֿיבֿ. די חתן־כּלה האָבן ביידע אָפּגעדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, פֿאַרענדיקט דאָס לערנען אין אוניווערסיטעט, נאָר כּדי צו רעגיסטרירן זייער הייראַט, האָבן זיי געדאַרפֿט פֿאָרן קיין ציפּערן, ווײַל דער כּלהס מאַמע איז ניט קיין ייִדישקע. די נסיעה האָט זיי אָפּגעקאָסט אַ פּאָר טויזנט דאָלאַר. וועט איר זאָגן — אידיאָטיזם! איר זענט גערעכט — אַוודאי אידיאָטיזם! נתן שטשעראַנסקי האָט נאָך בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט צוגעזאָגט צו לייזן די פּראָבלעם. שפּעטער האָבן אַנדערע פּאַרטייען צוגעזאָגט, אַז אָט־אָט־אָ וועט די כּנסת באַשטימען...
גאָרניט — אַ מאַמעליגע! אין דער ישׂראלדיקער געזעצגעבונג זענען ביז הײַנט נאָך פֿאַראַן געזעצן פֿון די צײַטן, ווען פּאַלעסטינע איז געווען אונטערן ענגלישן מאַנדאַט. און די קאַנדידאַטן און דעפּוטאַטן זאָגן צו, אַז... איר ווייסט דאָך: צוזאָגן קאָסט ניט קיין געלט. הייסט עס, אַז פֿאַר די וואָס זאָגן צו, קאָסט עס טאַקע ניט קיין געלט, אָבער פֿאַר די וועמען מע זאָגט צו — דעם פֿאָלק אונדזערן, קאָסטן די צוזאָגענישן פֿון די פּאַרטייען אָפּ אַ גוטע מטבע.
אַ שנײַדער אין אונדזער שטעטל מיטן נאָמען איציק־מער האָט אַ מאָל געפֿרעגט בײַ זײַנע גוטע פֿרײַנד: "חבֿרה, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן מיר, דעם שנײַדער איציק־מערן, און זיי?" מיטן "זיי" האָט ער געמיינט די סאָוועטישע מאַכט, די קאָמוניסטישע פּאַרטיי. "נו, וואָס? — פֿרעגט מען אים." — "איך, — זאָגט דער שנײַדער, — טרען די בגדים פֿון מענטשן און זיי — פֿאַרקערט!"
ווײַזט אויס, די דאָזיקע ספּעציפֿישע "סעקסועלע" באַציִונגען צווישן די פּאַרטייען און דעם פֿאָלק, וועגן וועלכע ס’האָט געטענהט אונדזער שנײַדער איציק־מער, זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַלע דעמאָקראַטישע און מער־ווייניק דעמאָקראַטישע לענדער אין אַלע צײַטן. און דאָס פֿאָלק, פֿילט ניט צו די דעפּוטאַטן קיין גרויסע ליבע. איך ברענג ווײַטער אַ סטראָפֿע פֿון אַ פֿאָלקסליד, וואָס מע האָט געזונגען נאָך אין 19טן יאָרהונדערט אינעם צאַרישן רוסלאַנד:
זײַט זשע ניט געזונט, מײַנע דעפּוטאַטן,
איך גיי זיך שוין אַוועק!
גאָט זאָל אײַך געבן קרענק צום לעבן,
און מיר אַ גליקלעכן וועג!...
כ’וויל האָפֿן, אַז אין דעם דאָזיקן ליד מיינט מען ניט די ייִדישע דעפּוטאַטן. די בדחנים האָבן אויך באַרירט די דאָזיקע טעמע. צום בײַשפּיל, סאָניע זאַדרונסקי, דער בדחן פֿון ביאַליסטאָק, האָט געזונגען אויף חתונות נאָך סוף 19טן יאָרהונדערט זײַן ליד "דער פּאָליטיק", מער פֿון הונדערט שורות:
ווי געפֿעלט אײַך הײַנטיקע וועלט,
די פֿרײַנדשאַפֿט, די גוטעס דער טרײַער בליק.
נאָר אַלעס מיטן מויל און די האַרץ מיט פֿאַלשקייט פֿאַרשטעלט
און יעדערער שפּילט הײַנט נאָר מיט פּאָליטיק...
שוין אין 20סטן יאָרהונדערט, האָט אליעזר שטיינבאַרג אָנגעשריבן אַ ריי משלים, אין וועלכע ער לאַכט אויס די פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. אין דעם משל "זשאַבעס" קומט פֿאָר אַן אַסיפֿה פֿון זשאַבעס. די זשאַבעס טענהן: ס’איז בײַ אונדז דאָך בלאָטע בלויז/ זאָל מיר אויך אַמאָל שוין זען אַ רויז/. וואָס זשע דאַרף מען טאָן? /מע דאַרף אַ נעם טון זיך געטרײַ/און די בלאָטע איבערבלאָטן אויפֿסנײַ.../. און די זשאַבעס רעדן, רוישן, קוואַקען... און די בלאָטע? "...דאָס בלאָטע־לעבן אויף אַ האָר ניט בעסער!"
אין דעם משל "פֿליגן" קומט אויך פֿאָר אַן אַסיפֿה פֿון פֿליגן. וואָסי? וואָס זשומען זיי? וואָס איז די סיבה? די פֿליגן באַשטימען צו מאַכן האָניק! אָבער פֿון וואָס, פֿון וואָס פֿאַר אַ שטאָף? אָט וועגן דעם פֿירן די פֿליגן זייער דיסקוסיע, אַ זשומען־דיסקוסיע, וועלכע האָט ניט קיין סוף. וואָס זשע איז דער נימשל?
פֿליגן זשומען, פֿליגן רעשן,
און מע האַלט זיך מיט די הינטערפֿיסלעך אין איין וואַשן —
שטורעמס אין די פֿלאַשן —
מע אַסיפֿהט און מע פֿליט אַהער, אַהין, —
נו, און האָניק? גייט, זײַט מוחל, צו דער בין!
וואָס פֿאַראַ סאָרט מענטשן שטרעבן צו ווערן אַ דעפּוטאַט פֿון אַ כּנסת, צי אַ פּאַרלאַמענט, צי אַ קאָנגרעס, צי אַ דומע? פֿאַרשטייט זיך, אַז צווישן זיי זענען דאָ אויך ערנסטע פּאַרשוינען: די, וועלכע ווילן באמת עפּעס בײַטן צום בעסערן אונדזער לעבן, טון עפּעס גוטס פֿאַר די מענטשן, פֿאַרן פֿאָלק. דאָך, גייען אייניקע אין כּנסת צוליב קאַריערע, אַנדערע זוכן כּבֿוד, די דריטע ווילן באַקומען גרויסע געלטער און זיך דערצו ניט איבעראַרבעטן... נאָר מערסטנס, מיין איך, זענען יעניקע, וואָס קאָנען ניט מאַכן קיין "האָניק", האָבן ניט קיין פֿעיִקייטן, קיין טאַלאַנט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט קאָנקרעטער, נוצלעכער טעטיקייט — "זשומענדיקע פֿליגן". פֿליגן וועלכע נעמען אָן געזעצן פֿאַר די בינען, וואָס מאַכן האָניק! אַך, ווען מע קאָן, ווי עס שרײַבט אליעזר שטיינבאַרג, אויסאַרבעטן האָניק "פֿון זייערע זיסע ווערטער".
נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז אין רוסלאַנד געווען פּאָפּולער די פֿראַזע: "אַפֿילו אַ קעכין קאָן אָנפֿירן מיטן לאַנד". בײַ אונדז אין ישׂראל קאָן מען זאָגן אַנדערש: "אַפֿילו אַ ישיבֿה־בחור, אַ זשורנאַליסט(קע) קאָן אָנפֿירן מיטן לאַנד". אַריה דרעי, האָט זיך געלערנט אין אַ ירושלימער ישיבֿה און דאָס באַקומענע דאָרטן וויסן איז געווען גענוג אויף צו ווערן שפּעטער מיניסטער פֿון די אינערלעכע ענינים. אין ישיבֿה האָט ער געלערנט די תּורה און אין דער תּורה איז דאָך אַלץ דאָ. ווײַזט אויס, אַז די עבֿירה ווי אַזוי מע דאַרף אָנפֿירן מיט אַ מיניסטעריום, איז דאָרט אויך אָנגעשריבן: "לא תיגנבֿ", גנבֿה ניט. איצטער, שוין נאָכן אָפּזיצן זײַן טערמין פֿאַר גנבֿה, איז ער געוואָרן איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער פּאַרטיי ש״ס. אויב אַזוי קאָן ער, הייסט עס, ווערן פּרעמיער־מיניסטער און אָנפֿירן מיט אונדזער לאַנד...
דער פֿאָרזיצער פֿון דער ישׂראלדיקער פּאַרטיי, "עבֿודה", איז ניט לאַנג צוריק געוואָרן די געוועזענע זשורנאַליסטקע שלי יחימובֿיץ, וואָס דערווײַזט אונדז, אַז נאָר זי קאָן פֿאַרנעמען בנימין נתניהוס אָרט און פֿירן ישׂראל צו נײַע דערפֿאָלגן און זיגן. מילא.
מיט אַ נײַער פּאַרטיי "יש עתּיד", פֿירט אָן אַ געוועזענער טעלעוויזיע־זשורנאַליסט יאיר לפּיד. אין דער פֿאָריקער כּנסת זענען געווען ניט ווייניק זשורנאַליסטן; צווישן זיי, אויך רוסיש־רעדנדיקע. אַ געוועזענער טעלעוויזיע־זשורנאַליסט פֿונעם רוסישן טעלעוויזיע־קאַנאַל יוסף שאַגאַל איז הײַנט דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין ווײַסרוסלאַנד. די געוועזענע ראַדיאָ־זשורנאַליסטקע פֿון אַ רוסישער טראַנסמיסיע דורית האָלענדער־דרוקער איז איצט דער אַנבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין רוסלאַנד... זעט איר דאָך, אַז די בעסטע מעלה פֿאַר אַ פּאָליטיקער איז צו קאָנען רעדן, שאַפֿן פֿײַערווערקן פֿון ווערטער און מיט זיי, מיט די ווערטער, פֿאַרנעפּלען די געהירן פֿון זײַנע וויילער...
כ’האָב נאָר וואָס געהערט אויף דעם ישׂראל־ראַדיאָ אַן אויפֿטרעטונג פֿון אַ פֿאָרשטייער פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַנס פּאַרטיי. ער האָט צוגעזאָגט, אַז "ישׂראל־ביתנו" וועט זיך אומבאַדינגט דערשלאָגן, אַז די נײַע כּנסת וועט אָננעמען אַ געזעץ, וואָס וועט דערלויבן צו רעגעסטרירן געמישטע חתונות אין ישׂראל... נו, נו...
וואַלן, רבותי! אין ישׂראל האָט זיך אָנגעהויבן די וואַל־קאַמפּאַניע...