געזעלשאַפֿט

...און דײַן פֿעטער, ער זיצט אין די אָסטראָגן
אוי, און דײַן מומע איז אַ טרײַ־לאַ־לאַ...

די גרעסטע צאָל ביר־באַרן אין תּל־אָבֿיבֿ זײַנען אויף די גאַסן אַלענבי און בן־יהודה. דערפֿאַר רוף איך זיי — די באַר־גאַסן. כ׳זיץ אין איינעם פֿון די באַרן בײַ אַ קופֿל ביר, כ׳טראַכט אַרום אַ נײַע ליד מײַנע, צי אַ דערציילונג, צי אַן אַרטיקל. כ׳זיץ און טשעפּע קיינעם ניט. איז ניין, מוז צוקומען עפּעס אַ מאַן צו מיר, זיך אָנבייגן צו מײַן אויער און שטיל פֿרעגן: "איפו יש פּה בית־זונות?" — ווי איז דאָ דאָ אַ הײַזל, וווּ מע קאָן קריגן אַ זונה? פֿאַר וואָס פֿרעגן זיי דווקא מיך, ווייס איך ניט. און אויב איך ווייס יאָ, וועל איך דען זאָגן, אַז אויף דער גאַס אַלענבי נומ׳ ..., צי אויף בן־יהודה נומ׳...
אין יאָר 2004, בלויז אין דער תּל־אָבֿיבֿער געגנט אין פֿאַרשיידענע מאַסאַזש־קאַבינעטן, ווי עס הייסן דאָ די דאָזיקע בית־זונות, האָבן געהאַנדלט מיט זייער ליבע מער ווי 4 טויזנט פֿרויען, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזעלכע "מאַסאַזש־קאַבינעטן" האָבן עקזיסטירט אין אַלע גרויסע ישׂראלדיקע שטעט. נאַט אײַך אַ בילדל פֿון יענער צײַט: צוויי געזונטע שומרים, באַגלייטן 5 מיידלעך צו אַ קאָנצערט. וואָסי? די באָלעבאַטים פֿונעם "קאַבינעט" האָבן אָרגאַניזירט פֿאַר זייערע מיטאַרבעטערינס אַ קולטור־פּראַגראַם. פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך די קולטור־פּראָגראַמען גייט אָן די אַרבעט אויף אַ גאָר אַנדערן קולטורעלן ניוואָ! נאָכן יאָר 2004, אַ דאַנק דעם נײַעם געזעץ פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, די אַלפֿאָנסן האָבן געקאָנט באַקומען פֿאַר זייער אַרבעט 20 און מער יאָר אָסטראָג (פֿאַר 2004 — ביז 3 יאָר), איז דאָס דאָזיקע געשעפֿט אַ ביסל געפֿאַלן. איצט דינגען 3—5 מיידלעך אַ דירה, צי אַ ווילע, ווי אויך אַ שומר און הייבן אָן זייער אַרבעט.
מײַנער אַ באַקאַנטער האָט געמאַכט אַ רעמאָנט אין אַזאַ דירה־הײַזל. דער בעל־הבית פֿון דער דירה, כּדי ניט צו באַצאָלן אים געלט פֿאַרן קאַלעכן, האָט געבעטן, אַז איינע פֿון די קוואַרטיראַנטקעס זאָל זיך צעצאָלן מיט מײַן באַקאַנטן.
יאָ. זיץ איך ווײַטער אויף דער באַר־גאַס אין אַ באַר און טשעפּע קיינעם ניט מיט מײַנע סעקסועלע חלומות וואָס זשע זע איך?
ערגעץ פֿון דער גאַס אַרלאָזאָראָוו אין דער ריכטונג פֿון אַלענבי־גאַס פֿאָרט אַ בחורל אויף אַ וועלאָסיפּעד און לעבן אַלע באַרן און רעסטאָראַנען צעוואַרפֿט ער פֿון אַ טאָרבעלע וויזיט־קאַרטלעך אויף וועלכע מע קאָן זען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון כּמעט נאַקעטע נקבֿות און זייערע טעלעפֿאָן־נומער. צי פּשוט אַ פֿילקאָלירט קאַרטל, אַ נומער פֿון אַ טעלעפֿאָן און אַן אונטערשריפֿט: "להגשים חלום" — מיר פֿאַרווירקלעכן אַ חלום. ווען דאָס בחורל דערגרייכט אַלענבי־גאַס און איז שוין אין דער ריכטונג צו אַרלאָזאָראָוו־גאַס באַווײַזט זיך אַן ערלעכער ייִד, מיט באָרד און פּאות און נעמט די אַלע קאַרטלעך צונויף שוין אין זײַנס אַ זעקל — ער טוט אַ מיצווה, היט אויס פֿון אַ זינד אַ שוואַכע נשמה.
אין אונדזערע הייליקע ספֿרים ווערט די דאָזיקע טעמע אויך באַרירט. אין דער תּורה, צום בײַשפּיל, אין ויקרא: "און די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כּהן, אַז זי וועט זיך פֿאַרשוועכן מזנה צו זײַן, פֿאַרשוועכט זי איר פֿאָטער: אין פֿײַער זאָל זי פֿאַרברענט ווערן". וועגן די זונות, ניט קיין טעכטער פֿון כּהנים, שטייט בפֿירוש גאָר ניט געשריבן... נו, און אויב אין דעם דאָזיקן ערלעכן ייִדן, וואָס נעמט צונויף די וויזיט־קאַרטלעך אויף דער גאַסן, וועט זיך אַרײַנכאַפּן דער יצר־הרע און אים אַליין וועט זיך פֿאַרגלוסטן צו באַזוכן אַזאַ דירה? דעם ענטפֿער געפֿינען מיר אין תּלמוד: דער ייִד דאַרף אַוועקגיין אין אַ פּלאַץ, וווּ קיינער קען אים ניט, זיך אָנטאָן אין שוואַרצן, זיך אײַנהילן אין שוואַרצן און גיין און טאָן וואָס זײַן האַרץ באַגערט. נאָך דעם מעג ער זיך צוריקקערן און ווײַטער צונויפֿזאַמלען קאַרטלעך...
כּדי די זונות, וואָס לייענען די ייִדישע צײַטונגען, זאָלן מיך ניט באַשולדיקן אין זונה־פֿאָביע, וויל איך זאָגן, אַז מיר די ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער, האָבן זיי אין אונדזערע ווערק תּמיד פֿאַרטיידיקט: "די קרבנות פֿונעם פֿינצטערן קאַפּיטאַליזם, וועלכע ווערן אויסגעניצט פֿון אַלע זײַטן!", ווי עס האָט געשריבן דער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש אין זײַן דערציילונג: "דער שטרײַק פֿון ווילנער גאַסן־מיידלעך". נאָך צוויי בײַשפּילן. דער פּאָעט מאָריס ווינטשעווסקי שרײַבט אין זײַן ליד "דרײַ שוועסטער":
...די קלענסטע פֿאַרקויפֿט דאָרטן בלומען,
די מיטלסטע — בענדלעך פֿון שיך,
און שפּעט אין דער נאַכט זעט מען קומען
די עלטסטע, וואָס האַנדלט... מיט זיך...

און אַ אויסצוג פֿון ליד "שוועסטער זונה": פֿונעם פּאָעט יאָסל לערנער:
...שוועסטער זונה,
קום, איך וועל דײַן קאָפּ באַקרוינען
מיט דער קרוין, פֿון די געפֿאַלענע נבֿיאים:
קום, מיר וועלן אַלע דרײַ צוזאַמען רוען
און פֿאַרשנײַדן אונדזער דרײַאייניקדיקן בונד —
פֿון זונה, דיכטער און פֿון ברודער הונט...

אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, וועלכן כ׳האָב ציטירט העכער, האָט באַזונגען די ווילנער זונות, און די הויפּט־העלדין, לייקע די שוואַרצע: "לייקע די שוואַרצע האָט געהאַט אַ גוף... מיר, די בכורים פֿון דער געגנט פֿלעגן זיך אונטערהאַלטן מיט איר. זי האָט דאָך אונדז פֿאַר מענער געמאַכט..." איך וויל זיך אויך באַרימען, אַז כ׳האָב אָנגעשריבן עטלעכע שורות וועגן די דאָזיקע "ווײַסע שקלאַפֿן":
אַ מאַן באַמאַנט זײַן ווײַב,
אַ ייִד — אַ שיקסעלע באַייִדט
און איך, משה, באַמשה הײַנט
אַ זונה מיט מײַן ליד.

איך האָב איר שטיל דערקלערט:
— מײַן פֿאַך איז מאַמע־לשון
זי האָט געלאָזט אַ טרער,
און האָט מיך גוט באַגראָשנט...

זונות און ייִדיש? מײַנער אַ פֿרײַנד, אַ ייִדישיסט, האָט זיך איין מאָל אַרײַנגעכאַפּט אין אַ הײַזל. זיצן אַנטקעגן אים אַ 3—4 מיידלעך, מיט אַ זייער רייצנדיקער עראָטישער סחורה. פֿרעגט ער בײַ זיי: "ווער פֿון אײַך קען ייִדיש?" ענטפֿערט איינע אַוודאי, אויף רוסיש: "איך האָב ניט ליב ייִדיש!" צעהיצט זיך מײַן ייִדישיסט און זאָגט איר, ווי ער וואָלט געשטאַנען אויף אַ טריבונע: "אויב דו האָסט ניט ליב ייִדיש, דאַרפֿסטו אַרבעטן אין ‘סוכנות’, און ניט דאָ!"...
איך מיין, אַז אַ ייִדישיסט, דער וואָס פֿאַרנעמט זיך פּראָפֿעסיאָנעל מיט ייִדיש, דאַרף אומבאַדינג פֿאַרמאָגן דעם געפֿיל פֿון הומאָר. אָן דעם דאָזיקן געפֿיל איז ער ניט קיין אמתער ייִדישיסט, אַפֿילו, אַז ער האָט זיך געלערנט אין אָקספֿאָרד, סאַרבאָן וכדומה.
פֿאַר איינעם אַזאַ ייִדישסט אָן אַ הומאָר־געפֿיל האָב איך ציטירט דאָס ווערטל: "די מוטער איז אַ צדיקת און די טאָכטער איז אויך אַ זונה" (ווערטערשפּיל: אַזוינע). זאָגט מיר דער ייִדישיסט: איך וועל דאָס ווערטל דערציילן שענער. שפּעטער האָב איך געהערט ווי ער דערציילט עס: "די מוטער איז אַ צדיקת און די טאָכטער איז די זעלבע יענטע"...
זיץ איך מיר ווײַטער אויף דער באַר־גאַס אין אַ באַר, טשעפּע קיינעם ניט מיט מײַנע סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס און טראַכט: ביז אויף די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן וועט איין ייִד צעוואַרפֿן וויזיט־קאַרטלעך מיט די אַדרעסן פֿון "מאַסאַזש־קאַבינעטן", און אַ צווייטער ייִד וועט אַזוינע זינד־קאַרטלעך צונויפֿזאַמלען.