דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

די איצטיקע טעמע אונדזערע איז דער פֿעפֿער. נאָר פֿעפֿער צו פֿעפֿער איז נישט גלײַך. פֿאַראַן, קודם־כּל, דער שוואַרצער פֿעפֿער און זײַנע קרובֿים, וואָס שטאַמען פֿון מיזרח־אַזיע ("וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט"); דאָס איז באַקאַנט אין אייראָפּע שוין טויזנטער יאָרן, בשעת דער זיסער און שאַרפֿער פֿעפֿער ("טשילי"), וואָס שטאַמען פֿון דרום־אַמעריקע, זענען זיך רעלאַטיוו שפּעט צעגאַנגען איבער דער וועלט. דער אַזיאַטישער פֿעפֿער הייסט אויף לאַטײַניש Piper, דער אַמעריקאַנער — Capsicum. די עטימאָלאָגיע פֿון די ווערטער? Piper מיינט דאָך "פֿעפֿער"; דאָס לאַטײַנישע וואָרט שטאַמט פֿונעם גריכישן peperi, וואָס דאָס קער זיך אָן מיטן סאַנסקריטישן pippali.
מע רעכנט, אַז אויך דאָס עבֿריתּישע "פּלפּל" (אַרויסגערעדט — "פּילפּעל") און דאָס אַראַבישע "פֿילפֿיל" נעמען זיך פֿונעם סאַנסקריטישן, דורך פּערסיש און אַראַמ(ע)יש. פֿאַר וואָס איז "פּלפּל", נישט "פפל"? ווײַל אין די־אָ לשונות איז אוממעגלעך אַ שורש וואָס הייבט זיך אָן מיט צוויי די זעלבע קאָנסאָנאַנטן, פֿאַרענטפֿערט מען דאָס דורך צוגעבן אַ פֿערטן קאָנסאָנאַנט וואָס איז גלײַך מיטן ערשטן. דערפֿון קומט אַרויס אַזאַ וואָרט ווי "פּילפּול" — וואָס נעמט זיך פֿון דעם שורש "פלל" (אָבער האָט נישט קיין שײַכות צו דעם וואָס ס’מיינט "פֿעפֿער").
Capsicum, ווידער, נעמט זיך פֿונעם לאַטײַנישן capsa "קעסטל", ווײַל אַ פֿעפֿערל איז אין תּוך אַרײַן אַ שויט וואָס האַלט אין זיך קערעלעך, אַזוי ווי אין אַ קעסטל.
פֿון גריכיש־לאַטײַנישע וואָרצלען נעמען זיך, דירעקט אָדער אומדירעקט, כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע טערמינען: פֿראַנצייזיש poivre (שוואַרצער פֿעפֿער) און poivron (זיסער), דײַטשיש Pfeffer, ייִדיש "פֿעפֿער", טשעכיש pepř (שוואַרצער) און paprika (זיסער, שאַרפֿער), פּויליש pieprz (שוואַרצער פֿעפֿער) און papryka (זיסער/שאַרפֿער פֿעפֿער), אונגעריש paprika (זיסער, שאַרפֿער; שוואַרצער פֿעפֿער הייסט אויף אונגעריש bors). פֿאַראַן נאָך ווערטער: דאָס פֿראַנצייזישע piment (שאַרפֿער פֿעפֿער), אַזוי ווי דאָס שפּאַנישע pimienta (שוואַרצער פֿעפֿער) און pimiento (זיסער/שאַרפֿער פֿעפֿער) נעמען זיך גאָר פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט פֿאַר "מאָלן, פֿאַרבן".
און דאָס רוסישע perets? דאָס נעמט זיך אויך פֿון לאַטײַניש. והא־ראַיה: דאָס עלטערע וואָרט אויף רוסיש איז גאָר געווען peper, איז אַוועקגעפֿאַלן איין "פּ" און צוגעקומען אַ סופֿיקס "־עץ". אויפֿן אַמעריקאַנער פֿעפֿער קען מען זאָגן "טערקישער פֿעפֿער" — ס’איז אַוודאי אַרײַן צו די רוסן דורך טערקײַ — אָדער "סטרוטשקע־פֿעפֿער", ווײַל אַ סטרוטשקע איז אַ שויט (פֿ"גל ייִדיש "סטרוטשקעבאָב"), דער פּינקטלעכער עקוויוואַלענט פֿונעם לאַטײַנישן capsicum.
הײַנט, די ייִדישע פֿאַמיליע "פּרץ" — י.־ל. פּרץ א״אַ — האַלט דער שרײַבער פֿון די שורות, שטאַמט גאָר פֿון רוסיש, צי אוקראַיִניש. ווי אַזוי? פּונקט ווי בײַ ייִדן איז דאָ די פֿאַמיליע "פֿעפֿער", איז נישט קיין חידוש, אַז ס’זאָל זײַן אַ סלאַוויש־שטאַמיקער עקוויוואַלענט. די אָנגענומענע עטימאָלאָגיעס פֿון דעם נאָמען לייגן זיך נישט אויפֿן שׂכל: 1. דער תּנכישער פּרץ איז אַ נאָמען בײַ אַשכּנזישע ייִדן, אָבער בײַ אונדז טרעפֿט מען נישט קיין תּנכיש־שטאַמיקע פֿאַמיליעס (בײַ די ספֿרדישע און מיזרחדיקע ייִדן — דווקא יאָ); 2. דאָס שפּאַנישע Perez, ווידער, איז אויך נישט קיין מקור — פֿון וואַנען האָט זיך גענומען צו אַשכּנזים אַ שפּאַניש־שטאַמיקע פֿאַמיליע? און פֿאַר וואָס זאָל מען עס אַרויסרעדן /פּערעצ/ — דעם z רעדט מען גאָר אַרויס אויף שפּאַניש אָדער /s/ אָדער /θ/ (אַזוי ווי th אין ענגלישן thing). אײַ, י.־ל. פּרץ האָט זיך אַליין געהאַלטן פֿאַר אַן אָפּשטאַמיקן פֿון ספֿרדים? מי לנו גדול כּפּרץ, אָבער דאָ קען מען זיך אויף אים נישט פֿאַרלאָזן.
הײַנט, ווער איז שולדיק, וואָס צוויי פֿאַרשיידענע געוויקסן טראָגן אַזוי אָפֿט דעם זעלביקן נאָמען? קאָלומבוס! פּונקט ווי ער האָט געמיינט, אַז די אינדיאַנער זענען אינדיער, האָט ער, אָדער זײַנע נאָכגייער, געמיינט, אַז ער איז דערפֿאָרן קיין אינדיע און אַז דער נײַער פֿעפֿער קער זיך אָן מיטן אַלטן. און אַז מע האָט אין יענער צײַט גענומען אין מויל אַ שאַרפֿן פֿעפֿער האָט מען געקענט מיינען, אַז דאָס ברענען אויף דער צונג איז אַזוי ווי בײַם שוואַרצן פֿעפֿער...
וואָס נאָך דערקענט מען פֿון די ווערטער? מע דערקענט, למשל, אַז דאָס וואָרט paprika אויף טשעכיש מוז זײַן אימפּאָרטירט. ווי אַזוי? ווײַל אויף טשעכיש איז נישטאָ די קאָמבינאַציע -ri- אין קיין אַלט-געזעסענע ווערטער, נאָר בלויז -ři- אָדער -ry-. (דאָס — אפֿשר טרויעריק — באַרימטע טשעכישע -ř- קלינגט פֿיל-ווינציקער ווי /ר/ און /זש/ אַרויסגערעדט אין דער זעלבער צײַט, ווי אין, למשל, דעם נאָמען Dvořák.) דאָס איז אַן אײַזערנער כּלל אין דער טשעכישער היסטאָרישער לינגוויסטיק — וואָלט עס געווען אַן אַלט וואָרט, וואָלט עס געקלונגען נישט paprika, נאָר papřika. זעט איר, בײַ פּויליש איז שווערער צו דערקענען, וואָרן די קאָמבינאַציע -ry- עקסיסטירט יאָ, באַגלײַך מיט -rzy- (אַרויסגערעדט /זשי/). צום גליק, האָבן מיר פֿאַרלאָזלעכע עטימאָלאָגישע ווערטערביכער — טאַקע (נאָך) נישט פֿון ייִדיש, אָבער פֿון אַ היפּשער צאָל אַנדערע לשונות. דערוויסן מיר זיך, אַז קיין מיזרח-אייראָפּע איז דער אַמעריקאַנער פֿעפֿער אָנגעקומען פֿריִער קיין קראָאַטיע, דערנאָך אַריבער קיין אונגערן און פֿון דאָרטן — צו די סלאָוואַקן, טשעכן און פּאָליאַקן. פּונקט ווי מיר האָבן זיך געפֿרעגט ווי אַזוי ס׳האָט געקענט זײַן אַן איטאַליענישע קיך אָן פּאָמידאָרן, ווייסן מיר נישט, ווי אַזוי ס׳איז געווען אַן אונגערישע קיך אָן פּאַפּריקע — אין דער אמתן געטריקנטער, געמאָלענער זיסער אָדער שאַרפֿער פֿעפֿער. זעט איר דאָך, ס׳אַ פֿאַקט, אַז צו די אונגערן איז עס אָנגעקומען גאַנץ שפּעט, און פֿונדעסטוועגן, זענען זיי נישט אויסגעגאַנגען פֿון הונגער...
קענטיק, אָבער, אַז בײַ די אונגערן איז אַ סך לענגער באַקאַנט דער שוואַרצער פֿעפֿער — bors — וואָס איז צו זיי אָנגעקומען, ווי אַ סך ווערטער, פֿון פּערסיש דורך איינעם פֿון די טורקישע לשונות (די משפּחה וואָס נעמט אַרײַן טערקיש, אוזבעקיש, קאַזאַכיש, טורקמעניש אאַז״וו). בשעת די אונגערן זענען אַריבער קיין צענטראַל-אייראָפּע פֿון די אוראַל־בערג, וואָס מע פֿאַררעכנט זיי פֿאַר דער גרענעץ צווישן אייראָפּע און אַזיע, האָבן די אונגערן זיך אָנגעשטויסן אין די איראַנער און טערקן, מיט די קרובֿישע פֿעלקער. איז גאָר קיין חידוש נישט, וואָס דאָס הײַנטיקע אונגעריש האָט אַ גרויסן פּערסישן און טורקישן קאָמפּאָנענט. נאָר דאָס וואָלט אונדז צו ווײַט פֿאַרפֿירט.
כּדאַי צוצוגעבן, אַז אויף סערבאָקראָאַטיש איז דאָס וואָרט פֿאַר שוואַרצן פֿעפֿער papar — פֿון גריכיש. Paprika איז אַ דימינוטיוו. האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען די סערבן מיט די קראָאַטן, וואָס אין אַ סך לשונות זענען דאָ צוויי באַזונדערע ווערטער. און דער דימינוטיוו אויף ייִדיש? "פֿעפֿערל" קען זײַן טײַטש אָדער דאָס קליינע שוואַרצע קערעלע, וואָס מע עסט בדרך-כּלל געמאָלענערהייט, אָדער אַ גאַנצער זיסער צי שאַרפֿער טשילי.



תּיקון־טעות: אינעם ערשטן אַרטיקל, וועגן פּאָמידאָרן, האָב איך געשריבן, אַז אין חומש שטייט, אַז די מוטער חוה האָט געגעסן אַן עפּל (‘תפוח’). אין דער אמתן שטייט, אַז זי האָט געגעסן די פֿרוכט פֿונעם בוים (‘פרי העץ’). דאָס אויסטײַטשן, אַז ס’איז געווען אַן עפּל, איז אַן אייראָפּעיִשע טראַדיציע וואָס ייִדן האָבן אפֿשר גאָר איבערגענומען פֿון די קריסטן.