ייִדיש־וועלט

די ייִדיש־טערקישע משפּחה אַזשי אין איזמיר (פֿון רעכטס): אַ חבֿרטע עזגי קײַעריסי, שבתי, אַבֿרהם, מישעל, עלסאַ באַרמײַמאָן־אַזשי, דער מחבר פֿון אַרטיקל, זײַן טאָכטער אסתּר
די ייִדיש־טערקישע משפּחה אַזשי אין איזמיר (פֿון רעכטס): אַ חבֿרטע עזגי קײַעריסי, שבתי, אַבֿרהם, מישעל, עלסאַ באַרמײַמאָן־אַזשי, דער מחבר פֿון אַרטיקל, זײַן טאָכטער אסתּר
געוואָלט האָבן מיר פּלאַנירן צו פֿאָרן קיין פּאַריז... האָבן מיר — מײַן פֿרוי נחמה און טאָכטער אסתּרל — אָנגעקוקט די פּרײַזן אַהין צו פֿליִען און באַמערקט, אַז ביליקער וואָלט געווען צו פֿאָרן קיין סטאַמבול! אונדזערע פֿרײַנד אין דער קלעזמער־וועלט, וועלכע זענען אויסגעפֿאָרן אַ וועלט, האָבן אונדז שוין עטלעכע מאָל דערציילט וועגן די וווּנדערן פֿון דער שטאָט; האָבן מיר געטראַכט — פֿאַר וואָס נישט; פּאַריז קען אויף אונדז וואַרטן... בקיצור, איצט קען איך איבערגעבן די ייִדישע מאָמענטן פֿון אונדזער 10־טאָגיקער רײַזע.

מיר זוכן וועלוול זבאַרזשערס קבֿר

דער איינציקער ייִדישער פּונקט אויף מײַן סדר־היום, אָדער בעסער וואָלט איך געזאָגט, דאָס איינציקע שליחות, וואָס איך האָב געוואָלט אויספֿירן אין אונדזער וויזיט קיין טערקײַ, איז געווען צו געפֿינען די מצבֿה פֿונעם פֿאָלקס־פּאָעט וועלוול זבאַרזשער. געבוירן בנימין־וואָלף עהרענקראַנץ אינעם גאַליציאַנער שטעטל זבאַרזש, אַן ערך אין 1826 (אין "לעקסיקאָן" שטייען פֿיר מעגלעכע געבוירן־דאַטעס), האָט וועלוול זבאַרזשער געשריבן, ווי באַקאַנט, אַזוינע פּאָפּולערע לידער ווי "קום אַהער, דו פֿילאָסאָף" און אַנדערע וואָס מע הערט שוין נישט הײַנט. מיט צען יאָר צוריק אין ישׂראל האָב איך פֿאַרשריבן, ווי עס זינגט דער זינגער און אַקטיאָר אַריה לייש זבאַרזשערס ליד "די נאַכטיגאַל", וואָס מיר דאַכט, איז קיין מאָל נישט רעקאָרדירט געוואָרן.
זבאַרזשער האָט געוואַנדערט און געזונגען אין ווײַנקעלערס מיט אַזאַ חוצפּהדיקן אַפּיקורסות, אַז ס‘איז נישט קיין חידוש, וואָס ער איז געוואָרן אַן אינספּיראַציע פֿאַר איציק מאַנגערן, 50 יאָר נאָך זבאַרזשערס טויט. נאָך דעם ווי ער האָט געלעבט אין יאַס און ווין, האָט זבאַרזשער זיך פֿאַרליבט אין דער "שיינער מלכּה", און חתונה געהאַט מיט איר; זיך באַזעצט אין קאָנסטאַנטינאָפּל (סטאַמבול) אין 1880, וווּ זי האָט דאָרטן אָנגעפֿירט מיט אַ קאַוועהויז (קרעטשמע?). די ליבע צווישן זיי ביידן איז געוואָרן אַ לעגענדאַרע אין די ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן, אַפֿילו פֿאַר דעם, ווי איציק מאַנגער האָט אָנגעשריבן נישט איין ליד אויף דער דאָזיקער טעמע (הערט זיך צו צו הערץ גראָסבאַרדס רעציטאַציעס פֿון די לידער אויף פּלאַטעס!). אַגבֿ, אין אַ. ליטווינס אַרטיקל אין "די צוקונפֿט" פֿון 1915, זעט מען, אַז מאַנגער האָט נישט אויסגעטראַכט דעם צונאָמען "מלכּהלע די שיינע" פֿאַר זבאַרזשערס ווײַב. ווען זבאַרזשער איז געשטאָרבן אין 1883, האָט זי אויפֿגעשטעלט אַ גרויסע מצבֿה אויף זײַן קבֿר, און אַ בילד פֿון דער מצבֿה האָט מען אָפּגעדרוקט.
האָב איך באַשלאָסן צו געפֿינען זײַן קבֿר און גיין אויף קבֿר־אָבֿות צו איינעם פֿון די "אָבֿות" פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ליטעראַטור. איך האָב מיט חדשים פֿריִער געשריבן צו דער ייִדישער קהילה פֿון סטאַמבול מיט דער געהעריקער אינפֿאָרמאַציע און באַקומען אַ תּשובֿה, אַז וועגן זײַן קבֿר שטייט טאַקע אינעם פּנקס פֿון דער קהילה, אָבער זיי קענען נישט פֿאַרזיכערן, אַז מע וועט אים געפֿינען, ווײַל די קבֿרים זענען דאָרטן צעשטערט געוואָרן. אַוודאי, האָב איך זיך זייער געפֿרייט — עס שטייט פֿאַרשריבן! אפֿשר קען מען די מצבֿה פֿאָרט געפֿינען.
איך האָב אָפּגערעדט מיט דער קהילה, אַז מע זאָל אונדז צושטעלן אַ מענטש, וועלכער זאָל קענען העלפֿן. אָבער ווען מיר זענען אַהין אָנגעקומען, איז בלויז געווען דער וועכטער, אַ בולוואַן, וואָס האָט נאָר געקענט אויסדריקן, אַז מע טאָר נישט נעמען קיין פֿאָטאָגראַפֿיעס. ווען מיר האָבן אָנגעקוקט דאָס פֿעלד, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס מע דערלאָזט נישט צו פֿאָטאָגראַפֿירן. הונדערטער מצבֿות זענען געלעגן צעבראָכן איינע אויף דער אַנדערער. וווּ מען איז געטראָטן איז געווען אַ לאָך, און אַמאָל האָט מען געזען ביינער! וויי, וויי...

מע דאַוונט מינחה אין דער "אַשכּנזישער" שיל
מע דאַוונט מינחה אין דער "אַשכּנזישער" שיל

איך האָב געהאַט געלייענט, אַז מע האָט געבויט אַ שאָסיי אין מיטן פֿונעם בית־עולם, אָבער ערשט איצט האָב איך באַנומען וואָס דאָס באַטײַט. איך האָב סוף־כּל־סוף געפֿונען עטלעכע אַשכּנזישע מצבֿות פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, אָבער פּונקט בײַ דעם אָרט האָט זיך געפֿונען דער צוים פֿונעם בית־עולם. בעת־מעשׂה, האָט דער וועכטער געזען ווי אסתּרל פֿאָטאָגראַפֿירט, און ער האָט אונדז אַלע גיך אַרויסגעטריבן אָן אַ זײַ־געזונט. אפֿשר געפֿינט זיך וועלוול זבאַרזשערס קבֿר דאָרטן, אָבער אַן אַנדערער וועט אים דאַרפֿן אָפּזוכן.
אינעם זעלבן טאָג האָבן מיר זיך באַגעגנט מיט אַ טערקישער פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿאָלקלאָר, וועלכע האָט אונדז דערציילט, ווי זי האָט זיך געטראָפֿן מיט דער ייִדישער קהילה באַלד נאָך דעם, ווי מע האָט געבויט דעם שאָסיי; די סטאַמבולער ייִדן האָבן בילדעריש באַשריבן, ווי זיי האָבן געדאַרפֿט אַרײַנוואַרפֿן די ביינער פֿון זייערע משפּחות און קרובֿים אין זעק און זיי אַריבערטראָגן אין דער געראַטעוועטער העלפֿט פֿונעם הייליקן אָרט. די רעזולטאַטן פֿון דעם שרעקלעכן קאָשמאַר זעט מען נאָך הײַנט.

איזמיר, די געבוירן־שטאָט פֿון שבתי צבֿי

צו דער שטאָט איזמיר האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאָרן צוליב איר וויכטיקייט אין דער ייִדישער געשיכטע, ווי דאָס געבוירן־אָרט פֿונעם באַקאַנטן פֿאַלשן משיח אינעם 17טן יאָרהונדערט, שבתי־צבֿי. נחמה געהערט צו אַ קלוב, וואָס הייסט "סערוואַס", און דורך דער אָרגאַניזאַציע פֿאַרבינדט מען זיך מיט מענטשן איבער דער וועלט, וועלכע זענען גרייט צו העלפֿן, אומזיסט, מיט אַ געלעגער אויף אַ נאַכט אָדער צוויי. האָבן מיר זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אַ תּושבֿ פֿון דער שטאָט איזמיר (די אַמאָליקע שטאָט סמירנע), און ער האָט אונדז פֿאַרבעטן צו נעכטיקן בײַ זײַנע טאַטע־מאַמע. עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז דער בחור, סעב אַזשי, איז אַ טערקישער ייִד, און זײַן ייִדישער נאָמען איז — שבתי. ער אַרבעט אין דער משפּחה־פֿירמע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט בשׂמים־האַנדל איבער דער וועלט. זיי פֿאַרקויפֿן בלויז אויף הורט, נישט צו איינצלנע מענטשן אָדער געשעפֿטן אַפֿילו. סעבס זיידע האָט אָנגעהויבן די פֿירמע, אָבער שוין דורות פֿאַר אים האָט די משפּחה זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרקויפֿן בשׂמים און טרוקענע פֿרוכטן.

דאָס חורבֿה־הויז פֿון שבתי צבֿי אין איזמיר
דאָס חורבֿה־הויז פֿון שבתי צבֿי אין איזמיר
סעבס עלטערן, אַבֿרהם און עלסי (אסתּר), האָבן אונדז וואַרעם אויפֿגענומען, און מיר האָבן גערעדט אויף ענגליש וועגן דער קהילה, און פֿון וואָס מיר וואָלטן געקענט געניסן אין איזמיר. אַבֿרהם האָט פֿאַר אונדז אָפּגערעדט מיטן גבאי פֿון דער סינאַגאָגע צו מאַכן אַ טור איבער עטלעכע פֿון די אַלטע שילן אין דער אַלטער שטאָט. מיר האָבן זיך געטראָפֿן מיטן גבאי אַבֿרהם נאַוואָראָ אין דער איינציקער אַלטער שיל וווּ עס קומט זיך נאָך צונויף אַ מנין. איך האָב געדאַוונט מינחה מיט זיי אין דער אַלטער "אַשכּנזישער שיל", כאָטש קיין אַשכּנזים זענען מער נישט געבליבן אינעם מנין. די טערקיש־ייִדישע העוויות בײַם דאַוונען זענען פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס — למשל, בײַם זאָגן קדיש, האָט מען געריבן דעם בויך און די הענט, עלעהיי מע ווישט עפּעס שלעכטס אַראָפּ פֿון זיך. גערעדט האָבן מיר שפּאַניש מיטן גבאי, און ער האָט אונדז געענטפֿערט אויף לאַדינאָ.
די אַנדערע דרײַ שילן אַרום דעם מאַרק וואָס נאַוואָראָ האָט אונדז געוויזן — די "שלום־סינאַגאָגע", די "אַלגאַזי־סינאַגאָגע" און די "סיניאָראַ־סינאַגאָגע" — האָבן מיך דערמאָנט, לויט זייער געבוי, אין די אַלטע שילן פֿון צפֿת. בײַ יעדער שיל האָט דער גבאי אַרויסגענומען אַ ריזיקן שליסל אויפֿצועפֿענען דעם טויער, און דער שליסל אַליין האָט געקערט זײַן הונדערטער יאָר אַלט. דערצו געפֿינט זיך נישט ווײַט דאָס חורבֿה־הויז פֿון שבתי צבֿי און מיר זענען צוגעגאַנגען דאָס פֿאָטאָגראַפֿירן. קיין סך טוריסטן קומען נישט קיין איזמיר, אָבער דאָס איז אַ שאָד — ס‘איז דאָ גענוג וואָס צו זען.

עפֿעס

אַפֿילו מיט די רוימישע חורבֿות פֿון טערקײַ איז פֿאַרבונדן די ייִדישע געשיכטע. אין דער אַלטער שטאָט עפֿעס (עפֿעסוס), נישט ווײַט פֿונעם מערבֿ־ברעג בײַם מיטלענדישן ים, האָט געוווינט אַ באַדײַטנדיקע ייִדישע קהילה מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק. די ייִדן האָבן שוין דאָרטן געוווינט בעת דער פֿריִערדיקער גריכישער תּקופֿה, וווּ זיי האָבן באַקומען פֿולע רעכט ווי בירגער. מיר איז די שטאָט געווען באַקאַנט, דער עיקר צוליב דעם, וואָס דער קריסטלעכער מיסיאָנער פּאָול דערמאָנט זי אין זײַנע שריפֿטן, און איז אַהין געפֿאָרן אינעם ערשטן יאָרהונדערט פֿון דער מאָדערנער צײַט צו פּרוּוון שמדן די אָרטיקע ייִדן.
הײַנט פֿאַרנעמען די חורבֿות פֿון עפֿעס, לעבן דער שטאָט סעלטשוק, אַ ריזיקן שטח, און זענען געבליבן דאָס גרעסטע און בעסטע אָרט צו זען אַן אַמאָליקע רוימישע שטאָט אויפֿן גאַנצן מיטלענדישן ברעג. ווען מיר זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען איין טוריסטן־גרופּע, האָבן מיר געכאַפּט דעם סוף פֿון אַ דערקלערונג, וואָס דער וועגווײַזער האָט געגעבן זײַן גרופּע — "...און די ייִדן האָבן זיך אויסגעצייכנט אין געלט און פּאָליטיק".
כאָטש די ייִדן פֿון עפֿעסוס זענען געווען רוימישע בירגער, האָבן זיי נישט געדינט אין מיליטער. דערצו האָבן זיי געמעגט אָפּהיטן שבת. מיט דער צײַט האָט די נישט־ייִדישע באַפֿעלקערונג זיך צעפֿלאַמט קעגן די ייִדן, און געטענהט, "אַז אויב זיי זענען ווי די אַנדערע בירגער פֿון עסעף, זאָלן זיי דינען די זעלבע געטער ווי מיר"; אָבער, זעט אויס, אַז די ייִדן האָבן געהאַט שטאַרקע פֿאַרטיידיקער אין רוים און מע האָט זיי געלאָזט צורו.

צעשטערטע מצבֿות אינעם האַסקוי־בית־עולם פֿון סטאַמבול
צעשטערטע מצבֿות אינעם האַסקוי־בית־עולם פֿון סטאַמבול

ווען פּאָול איז געקומען קיין עפֿעס, האָט ער געדרשנט צוויי מאָל אין דער הויפּט־סינאַגאָגע; אָבער ווען מע האָט אָפּגעוואָרפֿן זײַנע געדאַנקען, האָט ער ווײַטער געדרשנט אין אַ קלענערער, פּריוואַטער סינאַגאָגע. פּאָול האָט אויך געוואָלט שמדן די נישט־ייִדן, וועלכע האָבן געגלייבט אין די רוימישע געטער. אָבער אין מיטן פֿון זײַנע רייד אינעם גרויסן טעאַטער (וואָס שטייט נאָך אַלץ און נעמט אַרײַן 20,000 פּאַרשוינען), האָט אַ פֿירער פֿון דער שטאָט אָנגעהויבן צו שרײַען "אַרטעמוס, אַרטעמוס", דעם נאָמען פֿון דער גריכישער געטין פֿון פֿרוכטבערקייט און די מיטאָלאָגישע גרינדערין פֿון דער שטאָט עפֿעסוס. די טויזנטער אַנדערע מענטשן האָבן באַלד מיטגעשריגן און פּאָול האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון דער בינע.
ווען די גריכיש־העלענישע תּקופֿה פֿון דער געשיכטע ענדיקט זיך, און די רוימישע תּקופֿה הייבט זיך אָן, איז נישט אַלע מאָל אַזוי בולט. כאָטש די רוימישע אימפּעריע האָט רעגירט, האָט מען געשריבן אויף גריכיש, נישט אויף לאַטײַניש. די ייִדן האָבן אויף זייערע מצבֿות געשריבן גריכיש, למשל. עפֿעס ווערט אויך דערמאָנט אין די ייִדישע שריפֿטן. ווײַל עסעפֿוס איז געווען די קרוינשטאָט פֿון אַזיע בײַ די רוימער, האָט מען אָפֿט געמיינט בלויז עפֿעסוס, ווען מע האָט געשריבן דאָס וואָרט אַזיע.
אין אויטאָבוס, אויפֿן וועגן צוריק קיין איזמיר, האָב איך זיך צוגעהערט צו דער ראַדיאָ וואָס מע האָט געקענט הערן בײַ יעדן זיצאָרט. איינע פֿון די ברירות איז געווען דאָס ליד "אויפֿן פּריפּעטשיק", געשפּילט פֿון מײַן אַלטן חבֿר אין טעקסאַס, ביל אַווערבאַך, און געזונגען פֿון סוזען סטערן. פֿאַר אַ צווייטער ברירה האָט מען געקענט אויסקלײַבן קלעזמער־מוזיק, געשפּילט פֿון דער "אַמסטערדאַמער קלעזמער־קאַפּעליע". עס האָט מיך דערמאָנט, ווען מיר זענען געגאַנגען אײַנקויפֿן אין סעוּל, דרום־קאָרעע, און געהערט ווי מע שפּילט "רבינו־תּם" אויף די הילכערס איבערן גאַנצן אײַנקויף־צענטער. איך בין זיכער, אַז קיינער האָט אַפֿילו נישט געוווּסט אויף וואָסער שפּראַך מע זינגט אינעם ליד, אָבער עס באַווײַזט, אַז אונדזער ייִדישע מוזיק איז מער נישט בלויז פֿאַר ייִדן.
אין די לעצטע פּאָר טעג פֿון אונדזער וויזיט, זענען מיר געפֿאָרן אויף אַ שיף, אַרויף דעם באָספֿאָר, וואָס פֿאַרנעמט אַזאַ וויכטיק אָרט אין דער געשיכטע. סטאַמבול איז צעטיילט, חצי־טייל אין אייראָפּע, און חצי־טייל אין אַזיע. "דער גאָלדענער האָרן" צעטיילט די צוויי קאָנטינענטן, און בלויז מיט אַ שיף קען מען הנאה האָבן פֿון דער אייגנאַרטיקער געאָגראַפֿיע פֿון דער שטאָט. פֿון אונדזער שיף האָבן מיר געזען די הײַנטיקע סטאַמבולער ייִדישע געגנטן וווּ די רײַכערע ייִדן וווינען, גאַנץ ווײַט פֿונעם צענטער. מיר האָבן באַשלאָסן, אַז, מירטשעם, דאָס אַנדערע מאָל אין סטאַמבול, וועלן מיר זיך באַקענען מיט זיי. דאָס מאָל, אַפֿילו ווען אונדזער רײַזע־פּלאַן האָט כּמעט נישט אין זינען געהאַט צו זען די ייִדישע ערטער און מאָמענטן אין טערקײַ, האָבן מיר זיי סײַ־ווי־סײַ נישט געקענט אויסמײַדן.