די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם צווייטן חלק פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "שמות". דער ערשטער חלק, וואָס מיר האָבן ערשט פֿאַרענדיקט, "בראשית", פֿאַנגט זיך אָן מיט דער דערציילונג וועגן דעם וועלט־באַשאַף. די קולמינאַציע פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית איז געווען דער מענטש, אָדם־הראשון, וועלכער האָט, אָבער, געזינדיקט באַלד נאָך זײַן באַשאַפֿן ווערן, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון גן־עדן אין דער שווערער גראָב־גשמיותדיקער וועלט.
נאָכן אייביקן, גרינגן און ג־טלעך־באַלויכטענעם גן־עדן, האָבן אָדם און חוה געמוזט שלעפּן דעם שווערן גלות אין עולם־הזה. אַ קליינע גרופּע מענטשן זענען געווען די איינציקע משפּחה אויף אַ גאַנצן פּלאַנעט; מע וואָלט געקאָנט מיינען, אַז זיי האָבן די גרעסטע פֿרײַהייט, וואָס מע קאָן זיך נאָר פֿאָרשטעלן; פֿונדעסטוועגן, איז די גאַנצע וועלט געוואָרן פֿאַר אָדם־הראשון בלויז אַ ריזיק פֿאַרשיקונג־אָרט.
פֿון דעם דאָזיקן בײַשפּיל זעען מיר, אַז פֿרײַהייט איז אַ רעלאַטיווער טערמין. דער פּיאַסעצנער רבי, קלונימוס־קלמן שאַפּיראָ, אַ גרויסער חסידישער מיסטיקער און סאָציאַלער דענקער, דערקלערט אין זײַן ספֿר "בני מחשבֿה טובֿה", אַז אַ מענטש קאָן נאָך אַלץ, אַפֿילו אין די הײַנטיקע צײַטן, פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע וועלט אין אַ גן־עדן. ער באַטאָנט, אַז כּדי צו דערגרייכן אַזאַ מצבֿ, מוז מען, אַחוץ דער פּערזענלעכער רוחניותדיקער השׂגה און עבֿודה, שאַפֿן אַ ברידערלעכע מענטשלעכע געזעלשאַפֿט, וווּ אַלע מענטשן זענען גלײַך, ווײַל דאָרט, וווּ עס הערשט קדושה, איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר פֿירערשאַפֿט און היעראַרכיעס ("שׂררה וכּיבודים").
דאָס הייסט, אַז אויב אַפֿילו עמעצער וואָלט געווען, אַזוי ווי אָדם־הראשון, איינער פֿון די אייניקע מענטשן אויף אַ גאַנצן פּלאַנעט, וואָלט ער זיך געפֿילט עלנט, ווי אין אַ ביטערער גלות־פֿאַרשיקונג. דער מענטש איז בעצם, אַ סאָציאַלע באַשעפֿעניש און פֿילט זיך פֿרײַער, פּאַראַדאָקסיש, דווקא אין אַ ברידערלעכן ציבור, און נישט אַליין.
דער צווייטער טייל פֿונעם חומש, הייבט זיך אויך אָן מיט אַ מין "מעשׂה־בראשית". יעקבֿ איז אָנגעקומען מיט זײַן גאַנצער משפּחה — בסך־הכּל 70 מענער, אַרײַנגערעכנט יוסף און יוספֿס צוויי קינדער, וועלכער זענען שוין געבוירן געוואָרן אין מצרים. פֿונעם דאָזיקן משפּחה־יאָדער איז אויפֿגעוואַקסן דאָס ייִדישע פֿאָלק. צוערשט, האָבן די ייִדן געלעבט רויִק אין מצרים; זיי האָבן געהאַט אַ סך קינדער, און האָבן זיך גיך פֿאַרמערט במשך פֿון בלויז אַ פּאָר דורות.
אָבער, מיט דער צײַט, האָט די מיצרישע מלוכה פֿאַרגעסן די טובֿה, וואָס יוסף האָט געטאָן, ווען ער האָט געראַטעוועט די מיצרים פֿונעם הונגער. דער נײַער פּרעה איז געוואָרן אומצופֿרידן מיט די ייִדן, אָנגעהויבן זיי רודפֿן און פֿאַרוואַנדלט זיי אין אַ קלאַס פֿון שקלאַפֿן־אַרבעטער. ווי אַ ביטערע איראָניע, האָבן די ייִדן ווײַטער געהאָלפֿן דעם נײַעם פּרעה צו באַזאָרגן דאָס לאַנד — אָבער נישט מיט קלוגע עצות, ווי יוסף, נאָר בויענדיק סקלאַדן פֿאַר די מלוכישע אוצרות.
ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנט מחלוקת צווישן די חז״ל, צי די גזירה פֿון פֿאַרשקלאַפֿונג איז טאַקע געקומען פֿון אַ נײַעם פּרעה, צי דער זעלבער אַלטער פּרעה האָט געביטן זײַנע פּאָזיציעס און האָט זיך אָנגעהויבן פֿירן ווי אַ נײַער קיניג. אינעם צווייטן פֿאַל, באַקומט זיך, אַז דער פּרעה האָט אויסגעלערנט פֿון יוספֿן דעם לימוד, אַז מע מוז זיך זאָרגן פֿון פֿריִער פֿאַר די מלוכישע אוצרות, אָבער ער האָט זיך באַרעכנט, אַז דאָס איז גרינגער דורכצופֿירן דורכן פֿאַרשקלאַפֿן די אימיגראַנטן — די ייִדן.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, זעט מען אַ פּאַראַלעל צווישן די פּרשיות "בראשית" און "שמות". בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער תּורה גייט אַ רייד וועגן דער באַשאַפֿונג פֿון דער וועלט און פֿונעם מענטש, וועלכער האָט געזינדיקט און פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון גן־עדן. דער חומש "שמות" הייבט זיך אָן מיט דער מעשׂה וועגן דעם "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט זיך באַלד פֿאַרוואַנדלט, נאָך אַ קורצן פּעריאָד פֿון רויִקייט, אין אַ ביטערער פֿאַרשקלאַפֿונג.
ווי עס דערקלערן די חז״ל, האָבן די מיצרישע חכמים געוואָרנט פּרעהן, אַז לויט זייער אַסטראָלאָגישן חשבון, וועט בײַ די ייִדן געבוירן ווערן אַ באַפֿרײַער. כּדי דאָס אויסצומײַדן, האָט דער קיניג באַפֿוילן אויסצוהרגענען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגלעך. כּדי צו ראַטעווען זייער קינד פֿון דער דאָזיקער גזירה, האָט אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק, יוכבֿד און עמרם, געלייגט זייער קליינעם זון אין אַ קוישל און געלאָזט עס שווימען אינעם טײַך ניל אויף ג־טס באַראָט.
דעם פּרעהס טאָכטער, בתיה, האָט אַמאָל שפּאַצירט בײַם טײַך, און דערזען דאָס קוישל. זי האָט געראַטעוועט דאָס ייִנגל און געגעבן אים דעם נאָמען משה. ווען דאָס ייִנגל איז אויפֿגעוואַקסן, האָט ער אַמאָל דערזען, ווי אַ מיצרי שלאָגט אַ ייִד, און דערהרגעט דעם שלעגער. צוליב דעם, האָט משה געמוזט אַנטלויפֿן קיין מדין, וווּ ער האָט געראַטעוועט די טעכטער פֿונעם אָרטיקן גלח, יתרו, און חתונה געהאַט מיט איינער פֿון זיי — ציפּורה.
ווײַטער אין דער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער באַשעפֿער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משהן און אים געהייסן גיין ראַטעווען די ייִדן. די ייִדן האָבן געגלייבט, אַז דער אייבערשטער האָט געשיקט משהן זיי אויסצולייזן. פּרעה איז אָבער געוואָרן אין כּעס און געצוווּנגען די ייִדישע שקלאַפֿן צו אַרבעטן נאָך שווערער.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז די הײַנטיקע פּרשה דערציילט, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, נישט סתּם וועגן "גוטע ייִדן און שלעכטע מיצרים", ווי עס טראַכטן אַ טייל מענטשן. הגם פּרעה איז אַ געפֿערלעכער רשע, האָט דווקא זײַן טאָכטער, בתיה, געראַטעוועט משהן און געשטיצט דאָס ייִדישע פֿאָלק. הגם ס׳רובֿ ייִדן זענען געווען פֿאַרשקלאַפֿט, איז משה און דער גאַנצער שבֿט לוי געבליבן פֿרײַ אין מצרים. ווען משה האָט דערהרגט אַ שלעכטן מיצרי, האָבן צוויי שלעכטע ייִדן, דתן און אַבֿירם — ווי עס דערקלערן די חז״ל — אים געמסרט.
משה האָט געטראָגן אַ נאָמען, וואָס אַ מיצרישע פּרינצעסין האָט אים געגעבן; דאָס אַליין ווײַזט שוין, אַז די באַציִונגען צווישן די ייִדן און מצרים זענען געווען מער קאָמפּליצירט, ווי אַ פּשוטע אָפּאָזיציע צווישן שקלאַפֿן און פֿאַרשקלאַפֿער. אַ טייל ייִדן זענען געווען פֿרײַ און אַ טייל מיצרים האָבן געהאָלפֿן די ייִדן אָדער זענען אַליין, מסתּמא, אויך געווען שקלאַפֿן. די הויפּט־טעמע פֿון דער פּרשה איז די פּערזענלעכע אָפּאָזיציע צווישן דעם פּרעה און משהן — צווישן אַ צדיק און אַן אַכזריותדיקן טיראַן.
די הײַנטיקע פּרשה און דער גאַנצער צווייטער טייל פֿונעם חומש הייסט "שמות" — נעמען אָדער, ווי מע קאָן אָפּטײַשן, פּערזענלעכקייטן. ווי געזאָגט, לערנען מיר אָפּ פֿון דער פּרשה "בראשית", אַז דאָס עלנטע לעבן איז נישט פֿרײַהייט, נאָר אַ מין גלות. פֿון דער הײַנטיקער סדרה לערנען מיר אָפּ אַ פֿאַרקערטן לימוד: אַז די באַפֿרײַונג און אַחדות צווישן מענטשן ווענדט זיך אין דער טעטיקייט פֿון יחידים — אַזעלכע ווי בתיה און משה.