- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון נאָוועלן פֿונעם עסטרײַכישן שרײַבער ראָבערט מענאַסע טראָגט אַ טשיקאַווע אונטערקעפּל׃ "דערציילונגען פֿונעם סוף פֿון נאָכמלחמהדיקער אָרדענונג". מענאַסע האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן איראָנישן און צומאָל סאַרקאַסטישן ליטעראַרישן קול, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די עסטרײַכישע ליטעראַטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם פֿאַרן חורבן. זײַן נײַ בוך נעמט אַרײַן דרײַצן נאָוועלן, וועלכע באַרירן דעם פּראָבלעמאַטישן מצבֿ פֿון אַ יחיד, וואָס שטייט פּנים־אל־פּנים מיט היסטאָרישע געשעענישן. דער נאָמען פֿונעם האָלענדיש־ייִדישן מחבר לעאָן דע ווינטער איז קוים באַקאַנט אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט, הגם אין האָלאַנד און אין דײַטשלאַנד געהערט ער צו די סאַמע באַרימטע הײַנטיקע שרײַבער און פּובליציסטן, וואָס שרײַבן אויף ייִדישע טעמעס. ער האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ הייסער שטיצער פֿון ישׂראל און אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די ווערטן פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע קעגן דער איסלאַמישער סכּנה. דע ווינטערס נײַע ווערק ווערן כּסדר תּיכּף איבערגעזעצט פֿון האָלענדיש אויף דײַטש און פּראָוואָצירן אָפֿטמאָל שאַרפֿע דעבאַטן אין דער דײַטשישער פּרעסע. די צוויי בענד זײַנען כּולל דעם אויסקלײַב פֿון דער אַרומנעמיקער פּובליציסטיק פֿון יצחק לודען, וואָס זײַן נאָמען נייטיקט זיך ניט אין קיין פּרעזענטאַציע פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן עולם. די זאַמלונגען שפּיגלען אָפּ דעם מחברס פֿילזײַטיקע אינטערעסן — פֿון די אַקטועלע פּאָליטישע ענינים ביז קריטישע אָפּשאַצונגען, זכרונות און פֿילאָסאָפֿישע עסייען. דאָס איז אַ ממשותדיקער ספֿר דבֿרי־הימים פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם האַלבן יאָרהונדערט אינעם לעבן פֿון ייִדישן פֿאָלק. אין די לעצטע צענדליק יאָר האָט זיך אויף דעם האָריזאָנט פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור באַוויזן אַ נײַע גרופּע פֿון רוסיש־געבוירענע מחברים, וועלכע זײַנען געקומען קיין אַמעריקע מיט דער לעצטער כוואַליע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע. דאָס רובֿ פֿון זיי האָט באַקומען אַ גוטע בילדונג אין די אַמעריקאַנער קאָלעדזשן און פֿילן זיך מער היימיש אין ענגליש איידער אין רוסיש. אָבער די רוסישע טעמע בלײַבט דער עיקר פֿון זייער שאַפֿונג. די סאַמע באַקאַנטע נעמען זײַנען מסתּמא גערי שטיינגאַרט און לאַראַ וואַפּניאַר. ווי עס האָט באַמערקט דער באַרימטער ייִדישער ליטעראַטור־היסטאָריקער לעאָפּאָלד צונץ, האָבן ייִדן טראַדיציאָנעל ניט געהאַלטן קיין סך פֿון געאָגראַפֿיע. צווישן די מוסטערן פֿון אַזאַ מין באַציִונג צו דער וויסנשאַפֿט זעט מען אין מענדעלעס ראָמאַן "מסעות בנימין השלישי". דאָס וואָרט "מקום" פֿאַרמאָגט ניט בלויז אַ רעאַלן, נאָר אויך אַ מעטאַפֿיזישן באַטײַט, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט אַ קאָנקרעט אָרט, דאָ און איצט. די לאַגע האָט זיך געענדערט מיטן אויפֿקום פֿון חובֿבֿי–ציון און ציוניזם אין די לעצטע יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. אין איר נײַעם ראָמאַן פֿירט דאַראַ האָרן אַרײַן אירע לייענער אין דער תּקופֿה פֿון דעם אַמעריקאַנער בירגער־קריג פֿון 1861—1865. די דאָזיקע טעמע איז אַוודאי ניט קיין נײַע אין דער ליטעראַטור, אָבער די מחברין געפֿינט אַ נײַעם קוקווינקל, און באַהאַנדלט די געשעענישן פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט. דערבײַ קלײַבט זי אויס ניט קיין "העלדישן" העלד, עפּעס אַ ייִדישן זעלנער, וואָס האָט זיך געשלאָגן אין דער צפֿון־אַרמיי פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון די שקלאַפֿן. איר העלד איז טאַקע אַ זעלנער אין דער אַרמיי פֿון גענעראַל גראַנט, אָבער קיין באַוווּסטזיניקער קעמפֿער קעגן שקלאַפֿערײַ איז ער ניט. אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם דאָזיקן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן פֿון דער גרעסטער און וויכטיקסטער שטרעמונג אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", דערציילט דער מחבר אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. ווען אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער, תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר, רימסקי־קאָרסאַקאָוו, זײַנען געקומען אין 1908 צו דעם פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער, גענעראַל דראַטשעווסקי, מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען: "ניט דערלאָזן די פּרוּוון פֿון היסטאָרישע פֿאַלסיפֿיקאַציעס צו ברענגען שאָדן די אינטערעסן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע". די קריטיקער פֿון דעם איצטיקן רעזשים האָבן זיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער ציל פֿון דער קאָמיסיע איז ניט אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון כּל־מיני פֿאַלסיפֿיקאַציעס, די יערלעכע קאָנפֿערענצן, וואָס קומען פֿאָר אין מאָסקווע אונטער דער השגחה פֿונעם אַקאַדעמישן צענטער "ספֿר" יעדן ווינטער זינט אָנהייב 1990ער יאָרן, זײַנען זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי דער גרעסטער און וויכטיקסטער אַקאַדעמישער פֿאָרום פֿון ייִדישע לימודים אין מיזרח־אייראָפּע. די רעפֿעראַטן פֿון די קאָנפֿערענצן ווערן כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט, און הגם ניט אַלע פֿון זיי זײַנען אויף דעם געהעריקן אַקאַדעמישן ניוואָ, דינען די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווי אַ וויכטיקער סטימול צו דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם אַקאַדעמישן געביט, וואָס איז געווען פּראַקטיש פֿאַרווערט אונטער דער סאָוועטישער מאַכט. דער הונדערט־יעריקער יובֿל פֿון ישעיהו בערלין (1909—1998) איז אָפּגעמערקט געוואָרן דורך צוויי וואָגיקע פּובליקאַציעס. איין באַנד נעמט אַרײַן זכרונות וועגן דעם באַרימטן ענגליש־רוסיש־ייִדישן דענקער און שרײַבער, דאָס אַנדערע בוך איז ממשיך די פּובליקאַציע פֿון בערלינס בריוו און איז כּולל זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר די יאָרן 1946 ביז 1960. אין דער אמתן, ווי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד און דער גרעסטער מומחה אויף בערלינס ירושה, הענרי האַרדי, איז דאָס בלויז אַ פֿערטל פֿון אַלע בריוו, וואָס בערלין האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון יענע פֿופֿצן יאָר. Felix Lembersky, 1913—1970. Paintings and Drawings. Moscow: Galart, 2009 די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו. אין די לעצטע יאָרן האָט זיך אַנטוויקלט אַ מאָדע אויף ייִדישע מוזייען. יעדע אָנשטענדיקע שטאָט דאַרף אומבאַדינגט האָבן אַן אייגענעם ייִדישן מוזיי, און דווקא מיט אַ נײַער קאָנצעפּציע. ביז דעמאָלט זײַנען ייִדישע מוזייען געווען גאָר סטאַטעטשנע אינסטיטוציעס. די אויסשטעלונג אין אַזאַ מוזיי פֿלעגט ווײַזן אַ געוויסע צאָל שיינע רעליגיעזע כּלים, אַ פּאָר עטנאָגראַפֿישע אָביעקטן, און עטלעכע ווערק פֿון דער "ייִדישער" קונסט, דהײַנו, בילדער פֿון שיינע ייִדן געמאָלט דורך ייִדישע קינסטלער. דער הויפּט־צוועק פֿון אַזאַ מוזיי איז געווען אַ דערציִערישער׃ צו ווײַזן ייִדן און ניט־ייִדן, וואָס איז אַזוינס "ייִדישקייט". |