- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוליב וואָס דאַרף מען איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור? צו באַקענען די אומות־העולם מיט די אומבאַקאַנטע קולטורעלע אוצרות, אָדער צו אַנטפּלעקן די אייגענע קולטורעלע ירושה פֿאַר די ייִדן, וואָס קאָנען, נעבעך, ניט לייענען קיין ייִדיש? צי דאַרף די איבערזעצונג אָפּהיטן וואָס מער "ייִדישקייט", אָדער פֿאַרקערט, מע דאַרף צופּאַסן די איבערזעצונג צו די אַלגעמיינע באַגריפֿן און קענטענישן? וועלכע ווערק איז כּדאי איבערצוזעצן לכתּחילה, וועלכע שפּעטער, און וועלכע אפֿשר בכלל ניט? יעדער איבערזעצער פֿאַרענטפֿערט, אַזוי אָדער אַנדערש, אָט די און נאָך אַנדערע פֿראַגעס. די נײַע אויסגאַבע פֿון די זכרונות פֿון דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָריקערין און פּובליציסטין לוסי (ליבע) דאַווידאָוויטש איז אַ סימן, אַז ס'איז דאָ גענוג אינטערעס בײַם ברייטן עולם צו דער אינטעלעקטועלער געשיכטע פֿון ייִדן אין אַמעריקע און מיזרח־אייראָפּע. די נײַע אויפֿלאַגע ווערט באַגלייט מיט אַן אַרײַנפֿיר, וואָס העלפֿט בעסער צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿונעם ווערק אין זײַן היסטאָרישן קאָנטעקסט. די ערשטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון שמעון דובנאָוו פֿילט אויס אַ בלויז, וואָס האָט לאַנגע יאָרן עקזיסטירט אין דער ייִדישער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט. די צרה איז, וואָס דאָס דאָזיקע בוך פֿונעם באַקאַנטן פּעטערבורגער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר וויקטאָר קעלנער, איז אַרויס אויף רוסיש, און וועט מין הסתּם בלײַבן פּונקט אַזוי מחוץ דעם תּחום פֿון דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿט, ווי די ביאָגראַפֿישע שטודיע פֿון ישׂראל צינבערג, וואָס איז אַרויס מיט עטלעכע יאָר פֿריִער אין מאָסקווע. דער פֿינאַנציעלער מצבֿ פֿון ייִדישע שטודיעס הײַנט־צו־טאָג איז אַזאַ, אַז די ענגליש-שפּראַכיקע פֿאַרלאַגן קאָנען זיך ניט פֿאַרגינען איבערצוזעצן פֿון אַזאַ "עקזאָטישן" לשון ווי רוסיש. משה ראָסמאַן געהערט צו דעם דור ייִדישע היסטאָריקער, וואָס איז געקומען נאָך די "גדולים", אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו, סאַלאָ באַראָן און יוסף־חיים ירושלמי, וועלכע האָבן באַשטימט דעם סדר־היום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָרישער פֿאָרשונג. ראָסמאַנס פֿעלד איז די געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט, בפֿרט די סאָציאַלע געשיכטע פֿון חסידות. אָבער זײַן נײַ בוך איז ניט וועגן פּוילישע ייִדן, נאָר וועגן דעם תּכלית פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל. בעסאַראַביע טיילט זיך אויס צווישן אַלע געגנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע ניט בלויז מיט שיינע לאַנדשאַפֿטן, געשמאַקע מאכלים און מילדן קלימאַט, נאָר אויך מיט דער אייגנאַרטיקער שעפֿערישקייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. בלויז אין בעסאַראַביע געפֿינט מען אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך עלעמענטן פֿון דער מאָלדאַווישער און אוקראַיִנישער פֿאָקלס־קונסט און זיי "פֿאַרייִדישט" אויף אַן אָרגאַנישן אופֿן. די "גילדענער תּקופֿה" פֿונעם שפּאַנישן ייִדנטום פֿאַרמאָגט, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, אַ באַזונדערן חן אין די אויגן פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. די דײַטשישע ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם "ספֿרדישן מיטאָס", וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט דעם שפּאַנישן ייִדנטום ווי אַ היפּוך צו אַשכּנז׃ איידל, שטאָלץ, באַהאַוונט אין ייִדישער און גוייִשער חכמה. די הײַנטיקע ייִדישע ליבעראַלן רעדן וועגן "קאָנוויווענציע" — דעם האַרמאָנישן צוזאַמענלעבן צווישן ייִדן, מוסולמענער און קריסטן אויף דעם איבערישן האַלב־אינדזל, וואָס איז געקומען צום סוף מיטן גירוש־ספֿרד אין 1492. צווישן די פֿילצאָליקע ייִדישע מיגראַציעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז איינע פֿאַרבליבן כּמעט אומבאַמערקט. דאָס איז געווען די יציאת-השטעטל אין אָנהייב פֿון די 1990ער יאָרן, ווען די לעצטע ייִדישע תּושבֿים האָבן פֿאַרלאָזט די שטעטלעך אין פּאָדאָליע און בעסאַראַביע — שאַריגראָד, יאַמפּיל, טאָמאַשפּיל, בערשאַד, אָטעק, אוריוו. אמת, עס בלײַבן נאָך דאָ און דאָרטן עטלעכע ייִדישע נפֿשות, דאָס רובֿ עלטערע מענטשן, אָבער די ייִדישע הײַזער, וועלכע מע דערקענט פֿונעם ערשטן בליק, שטייען פּוסט און ליידיק, און ווערן בהדרגה פֿאַרוואַנדלט אין קופּעס מיסט. קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רעפּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמסטע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיסטירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ. די ייִדישע שרײַבער פֿון אַ מאָל האָבן כּסדר געמאָלט דאָס שטעטל ווי אַ וועלטל פֿאַר זיך, וואָס לעבט לויט אייגענע געזעצן און האָט קנאַפּע פֿאַרבינדונגען מיט דער אַרומיקער גרויסער וועלט. נאָכן חורבן איז דאָס דאָזיקע שטעטלדיקע וועלטל מער ניט געבליבן — אַזוי גלייבט מען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, ווײַל דאָס איז איינער פֿון די יסודות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אידעאָלאָגיע. מען קומט פֿון אויסלאַנד אין דער "אַלטער היים" נאָר צוליב איין ציל — "אויף קבֿר־אָבֿות". דערבײַ וויל מען פּשוט ניט זען, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער. דער רוסישער שרײַבער פֿון ישׂראל, וועלכער פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּען־נאָמען מיקי וווּלף, שאַפֿט אין זײַנע עסייען אַ קאַליידאָסקאָפּישע וועלט, וווּ די ישׂראלדיקע ווירקלעכקייט מישט זיך צונויף מיטן סאָוועטישן אַמאָל און דעם מחברס פֿאַנטאַזיעס. זײַן כּוח־המדמה פֿאַרטשעפּעט עפּעס אַ וואָרט אָדער אַ פּרט, און אַנטוויקלט דערפֿון פּאַמעלעך אַ גאַנצע מעשׂה. זײַן שרײַבערישער "איך" איז אומזיכער און מוראוודיק, טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן פֿון זײַן אייגענער פּערזאָן. אַזאַ מין באַשיידענע "עגאָ" איז אַ זעלטנקייט אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור, און גיט צו אַ ספּעציעלן חן צו מיקי וווּלפֿס אומצאָליקע עסייען און מעשׂיות. דער אָדעסער דיכטער באָריס כערסאָנסקי איז לעצטנס געוואָרן איינע פֿון די סאַמע פּאָפּולערע פֿיגורן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער “פֿערטער כוואַליע" צווישן דער רוסישער עמיגראַציע. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע כוואַליעס, האָבן די דאָזיקע “עמיגראַנטן" ניט פֿאַרלאָזט זייערע וווין־ערטער. זיי האָבן זיך געפֿונען אין אויסלאַנד נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען די פֿריש־אומאָפּהענגיקע מלוכות האָבן זיך מיט ברען גענומען צו בויען זייערע אייגענע נאַציאָנאַלע קולטורן. אַזוי ווי רוסלאַנד האָט אין די 1990ער ניט געהאַט קיין אינטערעס צו אָט די קולטורעלע תּפֿוצות אירע, האָבן זיך די רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן אין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע, באַלטישע לענדער און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געפֿילט פֿאַרלאָזט און פֿאַריתומט. אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון דער הײַנטיקער רוסישער קולטור ווערט אַלץ בולטער אָנגעצייכנט אַ נײַער סטיל. זײַנע שעפֿער זײַנען געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין דער תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, אָבער האָבן זיך אויסגעמענטשלעכט אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿונעם צווייטן יאָרטויזנט, וואָס איז געווען אַ האַרבע און אומזיכערע צײַט אינעם אָקערשט פֿאַנאַנדערגעפֿאַלענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז שוין, אַ פּנים, געקומען די צײַט צו באַזיניקן יענע דערפֿאַרונג און צו בויען אויף איר יסוד אַ נײַעם קולטורעלן בנין. |