ליטעראַטור
Борис Херсонский. Семейный архив. Москва: НЛО, 2006; Площадка под застройку. Москва: НЛО, 2008.
באָריס כערסאָנסקי.
משפּחה־אַרכיוו. מאָסקווע, 2006;
אַ פּלאַץ פֿאַר בויען. מאָסקווע, 2008.
Борис Херсонский. Семейный архив. Москва: НЛО, 2006; Площадка под застройку. Москва: НЛО, 2008. באָריס כערסאָנסקי. משפּחה־אַרכיוו. מאָסקווע, 2006; אַ פּלאַץ פֿאַר בויען. מאָסקווע, 2008.

דער אָדעסער דיכטער באָריס כער­סאָנסקי איז לעצטנס געוואָרן איינע פֿון די סאַמע פּאָפּולערע פֿיגורן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער “פֿערטער כוואַליע" צווישן דער רוסישער עמיגראַציע. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע כוואַליעס, האָבן די דאָזיקע “עמיגראַנטן" ניט פֿאַרלאָזט זייערע וווין־ערטער. זיי האָבן זיך געפֿונען אין אויסלאַנד נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען די פֿריש־אומאָפּהענגיקע מלוכות האָבן זיך מיט ברען גענומען צו בויען זייערע אייגענע נאַציאָנאַלע קולטורן. אַזוי ווי רוסלאַנד האָט אין די 1990ער ניט געהאַט קיין אינטערעס צו אָט די קול­טורעלע תּפֿוצות אירע, האָבן זיך די רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן אין אוקראַיִנע, מאָל­דאָווע, באַלטישע לענדער און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געפֿילט פֿאַרלאָזט און פֿאַריתומט. ערשט לעצטנס, ווען רוסלאַנד האָט ווידער גענומען שפּילן אַ שטאַרקע און רײַכע וועלט־מאַכט, האָט מען ווידער אָנגעהויבן רעדן וועגן די “מיט­בירגער" אין אויסלאַנד.

דער פֿרישער אינטערעס צו אַזעלכע פֿיגורן ווי באָריס כערסאָנסקי איז טיילווײַז אַ פּראָדוקט פֿון דער נײַער פּאָליטישער און עקאָנאָמישער אַטמאָספֿער אין מאָסקווע. אָבער בלויז טיילווײַז, ווײַל כערסאָנסקיס שאַפֿונג האָט גאָר ניט צו טאָן מיט די נײַע אימ­פּע­ריאַליסטישע אַמביציעס פֿון דער רוסישער עליט. אַ פּסיכיאַטער לויטן באַרוף, האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין די 1970ער יאָרן, אָבער דעמאָלט האָט מען זיי געדרוקט נאָר אין "סאַמאיזדאַט" און אין די עמיגראַנטישע אויסגאַבעס. אין די 1990ער זײַנען אַרויס עטלעכע זאַמלביכער זײַנע אין אוקראַיִנע, און זינט 2006 איז כערסאָנסקי געוואָרן אַ בכּבֿודיקער מחבר פֿונעם גרויסן מאָסקווער פֿאַרלאַג “נײַע ליטעראַרישע רעוויו".

כערסאָנסקיס פּאָעזיע איז אַ מעדיטאַציע איבערן עבֿר, וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט אָן שום שפּורן. מיט זײַנע לידער וועבט ער אויס אַן עפּישן לײַוונט, וואָס נעמט אַרײַן פּערסאָנאַזשן פֿון דעם תּנ"ך, חסידישע צדיקים פֿון פּאָדאָליע און גאַליציע, און מיטגלידער פֿון זײַן אייגענער משפּחה, וועלכע זײַנען אומגעקומען אין די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע, דײַטשישע טויט־לאַ­גערן און סאָוועטישע תּפֿיסות. רוסישע קריטיקער לויבן דאָס בוך “משפּחה־אַרכיוו" ווי כערסאָנסקיס בעסט ווערק עד־היום. יעדע ליד אינעם בוך דערציילט אַ געשיכטע פֿונעם לעבן און טויט פֿון כערסאָנסקיס אַ נאָענטן אָדער אַ ווײַטן קרובֿ. דער דיכ­טער איז זיך מודה, אַז ניט אַלע לידער זײַנען דאָקומענטאַל־פּינקטלעך, אָבער אַלע שפּיגלען זיי אָפּ אַזוי אָדער אַנדערש די אמתע געשעענישן.

דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַן אידילישן עפּיזאָד אין קרעמענעץ, 1910: “צוויי גימנאַ­זיסטקעס וואַרפֿן שטיינער אין אַ ברונעם אַרײַן און ציילן סעקונדעס׃ מעסטן די טיפֿקייט". אָבער דער אָפּקלאַנג פֿונעם שטיין אין וואַסער קומט צוריק מיט אַ פֿאַר­שפּע­טיקונג, און טרעפֿט די מיידלעך אויף זייער וועג אַהיים. פֿון אָט דעם פֿאַרשפּעטיקטן אָפּקלאַנג וואַקסן אַרויס לידער, אין וועלכן דער דיכטער פֿאַראייביקט די איינצלנע מאָ­מענטן פֿון דער וועלט, וואָס איז שוין לאַנג ניטאָ.

ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ גוטן דיכטער, איז כערסאָנסקי אַ מײַסטער פֿון דער מעטאַ­פֿאָרישער געשטאַלט. אָבער חוץ דעם איז ער אויך אַ דאָקטער, אַ מומחה פֿון מענטשלעכע נשמות און זייערע קראַנקייטן. זײַן פּאָעטישער כּוח־הדמיון איז בילדעריש און פּרעציז, און אפֿשר דערפֿאַר גאָר פּעסימיסטיש: “און נאָך האָט רבי יצחק געזאָגט׃ זוך קיין מאָל ניט. אויב דו׳סט עפּעס געפֿינען — וואָס וועט מען דעמאָלט טאָן?" דער דיכטער קוקט צוריק אין עבֿר אַרײַן, וויסנדיק, אַז דער סוף פֿון אַלץ איז — טויט און פֿאַרגעסנקייט. ער שעפּט זײַן חכמה פֿון ספֿר קהלת און חסידישע מעשׂיות. זײַן פּאָעטישער אַרכיוו איז דער איינציקער אָנדענק אָן דעם רײַכן און פֿילזײַטיקן לעבן, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אין די שטעט און שטעטלעך פֿון גאַליציע, פּאָדאָליע, בוקאָווינע און בע­סאַ­ראַביע. די טיטלען פֿון זײַנע לידער באַ­שטייען כּסדר פֿונעם נאָמען פֿון אַ שטאָט און אַ דאַטע׃ “בעלץ, 1942"; “אָדעס, 1953"; “טשערנאָוויץ, 1956", “ברוקלין, 1994". די זאַכן האָבן זייערע אייגענע געשיכטעס, און זיי זײַנען גליקלעכער פֿאַר מענטשן. די חפֿצים ווערן ניט אומגעבראַכט און פֿאַר­געסן, נאָר אָפּגעהיט און פֿאַרקויפֿט. די לי­דער, באַטיטלט “ליציטאַציעס פֿון יודאַיִקע" דערציילן וועגן דעם גורל פֿון בשׂמים־ביקסלעך און מנורות, מזוזות און חנוכּה־לעמפּלעך, וועלכע האָבן אַ מאָל גע­הערט צו די אומגעקומענע ייִדן.

כערסאָנסקיס פּאָעטיק איז אײַנגע­וואָרצלט אין דער רוסישער טראַדיציע, הגם זײַנע טעמעס זײַנען טיף־ייִדישע. ווי אַנדערע רוסיש־ייִדישע שרײַבער, ווי למשל פֿרידריך גאָרענשטיין, באַטאָנט ער אויס זײַן ייִדיש­קייט אין אַן אָנגעשפּאַנטן וויכּוח מיט דער רוסישער ליטעראַטור, אָבער להיפּוך צו גאָרענשטיין, אַמפּערט ער זיך ניט מיט איר. אין דעם זין איז כערסאָנסקי אַ יורש פֿון דער אַזוי־גערופֿענער “דרום־מערבֿדיקער שול" פֿון יצחק באַבעל און עדואַרד באַ­גריצקי, וועלכע האָבן אַרײַנגעבראַכט פֿרי­שע פֿאַרבן, הילכיקע קלאַנגען, און פֿריי­לעכע מאָטיוון אין דער שווערמוטיקער צפֿונדיקער ליטעראַרישער שטימונג פֿון דער פּעטערבורגער ליטעראַרישער שיטה. אָבער כערסאָנסקיס וועלט איז ניט אַזוי פֿריי­לעך און ליכטיק ווי בײַ זײַנע פֿאָר­גייער. ער איז געקומען צו שפּעט, שוין “נאָך אַלעמען", און קוקט אויף דער וועלט מיט אַ ניכטערן בליק פֿון אַ פּסיכיאַטער אַ דיאַג­נאָסטיקער, וועלכער ווייסט, אַז די גײַסט­לעכע קראַנקייטן לאָזן זיך ניט היילן.

אַן אַנדערע טראַדיציע, צו וועלכער כער­סאָנסקי האָט אַ געוויסן שײַכות, איז פֿאַר­בונדן מיט דער שטאָט טשערנאָוויץ, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין 1950. זײַן ביטער־איראָנישע שטים דערמאָנט צומאָל אין איציק מאַנגער, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן די נאַטור־לאַנדשאַפֿטן פֿון יענע מקומות. אין זײַן וועלט־באַנעם איז כערסאָנסקי אַ ווײַטער קרובֿ פֿון פּאַול צעלאַן, דעם זינגער פֿון פּוסטקייט. אַ געבוירענער נאָך דער מלחמה, טראָגט כערסאָנסקי אין זיך דעם גאַנצן אומעט און טרויער פֿונעם לאַנד, וואָס איז פֿאַרבליבן פֿאַריתומט אָן אירע תּושבֿים. זײַן גאַנץ דיכטונג איז ניט מער ווי:

אַן אָפּבילד פֿונעם אָנגעוווירענעם.
אַן אָפּבילד פֿון דער ירושה.
אַן אָפּבילד פֿון דער אָנגעוווירענער ירושה.