- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עמנואל רינגעלבלום איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דער אָרגאַניזאַטאָר און אָנפֿירער פֿון "עונג שבת", דעם געהיימען אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ. פֿאַרבאַהאַלטן אונטער די חורבֿות פֿונעם געטאָ, איז אַ גרויסער טייל פֿונעם דאָזיקן אַרכיוו געראַטעוועט געוואָרן נאָך דער מלחמה. רינגעלבלום אַליין האָט ניט דערלעבט ביז דער באַפֿרײַונג פֿון וואַרשע עטלעכע חדשים. "עונג שבת" איז געווען דער לעצטער העלדישער אויפֿטו פֿון דער קורצער, אָבער זייער אינטענסיווער תּקופֿה פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל און דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט בפֿרט.
די ענגלישע אויסגאַבע פֿונעם בעסטן ראָמאַן פֿון איינעם פֿון די אינטערעסאַנטסטע פּוילישע ייִדישע מחברים יהושע פּערלע (1888—1943), "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", איז ממשיך די ביכער־סעריע "נײַע ייִדישע ליטעראַטור", וואָס איר ציל איז צו באַקענען דעם ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט די אוצרות פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין 1938 האָט דער דאָזיקער ראָמאַן, אין איינעם מיט צוויי אַנדערע ביכער, אַהרן צייטלינס "ברענענדיקע ערד" און לייב ראַשקינס "מענטשן פֿון גאָדלעבאָזשיץ", באַקומען די פּרץ־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור פֿונעם וואַרשעווער ייִ
יעדער איינער ווייסט, אַז די ייִדישע קולטור איז אומגעבראַכט געוואָרן דורך היטלערן און סטאַלינען. דאָס איז אַוודאי אמת, ווען מען רעדט וועגן אייראָפּע, אָבער מען פֿאַרגעסט אָפֿטמאָל, אַז ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דווקא צפֿון–אַמעריקע געווען דער שטאַרקסטער און לעבעדיקסטער וועלט־צענטער פֿון ייִדישער קולטור. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן ניט געליטן פֿון די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות, וועלכע האָבן געפּײַניקט די ייִדישע קולטורעלע לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, רומעניע און ליטע. דאָ איז די ירידה פֿון ייִדיש פֿאָרגעקומען גלאַט און פּאַמעלעך, אָן קיין גרויסע טראַגעדיעס און קרבנות.
די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן האָבן ניט ליב איבערזעצונגען פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, בפֿרט נאָך פֿון ווייניק־באַקאַנטע מחברים. אין דעם פּרט איז דער "נאָרטוועסטערן יוניווערסיטי פּרעס" אַ לאַנגע צײַט געווען אַ יוצא־מן־הכּלל, כאָטש לעצטנס, דאַכט זיך, האָט אויך דער דאָזיקער בכּבֿודיקער פֿאַרלאַג פֿאַרלוירן דעם חשק צו אַזאַ מין ליטעראַטור. אָבער אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿצן־צוואַנציק יאָר האָט דווקא דער פֿאַרלאַג שטאַרק באַרײַכערט די אַמעריקאַנער ליטעראַטור מיט זײַנע מוסטערהאַפֿטיקע פּובליקאַציעס.
דער אַמעריקאַנער פֿאַרלעגער אַנדרע שיפֿרין האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע פּובליקאַציעס פֿון לינקע און ראַדיקאַלע דענקער, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען די עפֿנטלעכע מיינונג. שיפֿרין איז באַקאַנט ווי אַ קעגנער פֿון דער קאָמערציעלער פֿאַרלעגערישער גרויס־אינדוסטריע. ער האַלט פֿאַרלעגערײַ פֿאַר אַ מלאכה, וואָס ברענגט ניט קיין ריזיקע רווחים. אין 1990 האָט שיפֿרין געשאַפֿן זײַן אייגענעם פֿאַרלאַג, "פֿרי פּרעס", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלאָזט די גרויסע פֿאַרלעגערישע פֿירמע "פּאַנטעאָן", וואָס איז איבערגענומען געוואָרן דורך אַ גרויסן קאָנצערן. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע קוקט שיפֿרין צוריק אויף זײַנע קינדער־יאָרן אין פּאַריז, זײַן יוגנט אין אַמעריקע, און באַטראַכט זײַן רוסיש־ייִדישע ירושה. דער מינהג פֿון דעם חסידישן עולה־רגל זײַן צום קבֿר פֿון רבי נחמן פֿון בראַסלעוו האָט אַ לאַנגע געשיכטע, וואָס הייבט זיך אָן גלײַך נאָך זײַן פּטירה אין 1810. די דאָזיקע טראַדיציע איז כּמעט איבערגעריסן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט טאָלערירט קיין שום עפֿנטלעכע אויסדרוקן פֿון רעליגיע. די נײַע תּקופֿה האָט זיך אָנגעהויבן מיטן אויפֿקום פֿון גאָרבאַטשעווס "פּערעסטרויקע". אין 1985 האָט אַ קליינע גרופּע אַמעריקאַנער חסידים באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזוכן דעם קבֿר. זינט דעמאָלט האַלט די צאָל מענטשן, וואָס קומען יעדן האַרבסט קיין אומאַן כּדי צו דאַווענען ראָש־השנה בײַם רביס קבֿר, דוד בערגעלסאָנס זון לעוו האָט זיך לעצטנס דערמאָנט אין זײַנע זכרונות, אַז זײַן פֿאָטער האָט באַזונדערס ליב געהאַט צוויי שרײַבער, אַנטאָן טשעכאָוו און גוסטאַוו פֿלאָבער. בערגעלסאָן פֿלעגט אָפֿט מאָל לייענען זייערע ווערק, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז "ליטעראַטור איז אַ מין מלאכה, אין וועלכער מען דאַרף זײַן געניט". אין זײַן אייגענעם שרײַבן האָט בערגעלסאָן תּמיד אָנגעהויבן מיט דער שטימונג, וואָס האָט באַפֿאַרבט די געשעענישן און געשטאַלטן אין דער מעשׂה׃ "מײַן גאַנצער ציל איז שוין נאָך דעם נאָר אַרויסצוגעבן אָט די שטימונג צוזאַמענגעבונדן מיטן לעבן און מיט די געשעענישן, וועלכע קומען פֿאָר אַרום אים און (אויב ס׳איז אַזוי מעגלעך צו זאָגן) אין אים".
דער ייִדישער אַוואַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן בלײַבט אַ פּאָפּולערע טעמע צווישן די פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור. דאָס איז געווען אַ מאָמענט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווען ייִדיש האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון די ד׳ אַמות פֿון דער שטעטל־טעמע און זיך אָפּגעגעבן מיט גרויסע "וועלט־פּראָבלעמען". דער עקספּערימענטאַלער גײַסט, פּאָליטישער ראַדיקאַליזם, דאָס זוכן נײַע פֿאָרמען אין ליטעראַטור און קונסט געפֿינט אַ שטאַרקן אָפּרוף בײַ הײַנטיקע פֿאָרשער, בפֿרט בײַ די יונגע. אָבער ניט געקוקט אויף אַלע פֿאָרשערישע דערגרייכונגען, האָבן מיר ביז לעצטנס ניט פֿאַרמאָגט קיין גוטע אַנטאָלאָגיע פֿון טעקסטן פֿון דער ייִדישער אַוואַנגאַרד־תּקופֿה.
בלויז צוויי פֿאַרלאַגן אין דער גאַנצער וועלט האָבן ספּעציעלע סעריעס פֿאַר פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש. "העלמוט בוסקע" אין האַמבורג פּובליקירט אַקאַדעמישע מאָנאָגראַפֿיעס אויף דײַטש און "לעגענדע" אין אָקספֿאָרד אויף ענגליש. דאָס נײַע בוך, שוין דער 14טער באַנד אין דער סעריע "ייִדישע שטודיעס" פֿון "בוסקע־פֿאַרלאַג", שטעלט מיט זיך פֿאָר די דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿונעם יונגן דײַטשישן ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס איז פֿאַרטיידיקט געוואָרן אין דעם פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿונעם הײַנריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף אין 2005.
עס איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿון "די צוקונפֿט", די עלטסטע אין דער וועלט צײַטשריפֿט אויף דער ייִדישער שפּראַך. איצט גייט "די צוקונפֿט" אַרויס אין אַ נײַעם פֿאָרמאַט. אין זייער אַרײַנפֿיר־וואָרט דערקלערן די נײַע רעדאַקטאָרן, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, זייער ציל׃ צו מאַכן אַ זשורנאַל פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ. זיי האָבן בדעה צו עפֿענען די זײַטן פֿונעם זשורנאַל פֿאַר קולטורעלע און עפֿנטלעכע וויכּוחים, פֿאַר נײַע פֿאָרשונגען, און אַוודאי און אַוודאי פֿאַר נײַע ווערק פֿון ליטעראַטור און קונסט.
דער פֿאַראַיאָריקער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער דענקערין חנה אַרענדט (1906—1975) איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ באַשיידענער סעריע פֿון אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן, ס׳רובֿ אין אייראָפּע. אַ סבֿרה, אַז די השפּעה פֿון איר גענדאַנקענגאַנג ווערט שוואַכער מיט דער צײַט, כאָטש אירע ביכער און אַרטיקלען וועלן נאָך לאַנג בלײַבן אויף די לייען־רשימות פֿון לערנקורסן פֿון געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און פּאָליטיק. דער פֿאַל פֿונעם ברייטן עפֿנטלעכן אינטערעס אין דער אינטעלעקטועלער ירושה פֿון חנה אַרענדט און אירע מיטצײַטלער אין דער ענגליש־שפּראַכיקער וועלט איז,
דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון פֿופֿצן רעפֿעראַטן וועגן דוד בערגעלסאָן איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ענגליש־שפּראַכיקער ביבליאָטעק פֿון קריטישע פֿאָרשונגען וועגן ייִדישער ליטעראַטור. צוליב אַ סיבה, וואָס איז שווער צו דערקלערן, איז דער ביאָגראַפֿישער זשאַנער ניט פּאָפּולער צווישן די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשער. ביז הײַנט פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געהעריקע קריטישע ביאָגראַפֿיעס פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער, שוין אָפּגערעדט פֿון זייערע ווייניקער־באַרימטע מיטצײַטלער און נאָכפֿאָלגער. |