עס איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿון "די צוקונפֿט", די עלטסטע אין דער וועלט צײַטשריפֿט אויף דער ייִדישער שפּראַך. איצט גייט "די צוקונפֿט" אַרויס אין אַ נײַעם פֿאָרמאַט. אין זייער אַרײַנפֿיר־וואָרט דערקלערן די נײַע רעדאַקטאָרן, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, זייער ציל׃ צו מאַכן אַ זשורנאַל פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ. זיי האָבן בדעה צו עפֿענען די זײַטן פֿונעם זשורנאַל פֿאַר קולטורעלע און עפֿנטלעכע וויכּוחים, פֿאַר נײַע פֿאָרשונגען, און אַוודאי און אַוודאי פֿאַר נײַע ווערק פֿון ליטעראַטור און קונסט. אין הסכּם מיט איר טראַדיציע, וועט "די צוקונפֿט" בלײַבן אַן אינטערנאַציאָנאַלע צײַטשריפֿט, וואָס איז טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם קולטורעלן באָדן פֿון ניו־יאָרק, דער הײַנטיקער הויפּטשטאָט פֿון דער קולטור אויף דער ייִדישער שפּראַך.
דער פֿאַקט אַליין, אַז מען נעמט זיך הײַנט צו פֿאַרווירקלעכן אַזאַ אַמביציעזן פּראָיעקט, איז זייער דערפֿרישנדיק. "די צוקונפֿט" וועט גאָר ניט האָבן צו טאָן מיט די פֿאַרשפּרייטע טראַגיש־נאָסטאַלגישע סטערעאָטיפּן וועגן ייִדיש. די צײַטשריפֿט פֿאַרפֿירט אַן ערנסטן שמועס וועגן אַ ברייטן קרײַז ענינים, וועלכע אינטערעסירן דעם ייִדישן עולם אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט. דאָס איז געווען אַן אַלטע טראַדיציע פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער פּרעסע, און דער דאָזיקער ייִחוס טראָגט מיט זיך אַ גרויסע אַחריות.
נאַטירלעך, ווערט די ווערט פֿון אַ פּובליקאַציע באַשטימט ניט דורך די עדיטאָריאַלע דעקלאַראַציעס, נאָר דורך איר אינהאַלט. דער נײַער נומער פֿון "די צוקונפֿט" עפֿנט זיך מיט אַן אינטערוויו מיט פּראָפֿעסאָר שיקל פֿישמאַן וועגן זײַן לעבן און אַרבעט. אַזאַ מין אָנהייב איז אין הסכּם מיט דער דערקלערטער פּראָגראַם פֿונעם זשורנאַל, וואָס אָריענטירט דעם לייענער פֿון אַמעריקע; צו אַ ברייטערן עפֿנטלעכן און קולטורעלן קאָנטעקסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. פּראָפֿעסאָר פֿישמאַן דערציילט וועגן די וויכטיקסטע אינטעלעקטועלע באַשלוסן, וואָס ער האָט געמאַכט אין זײַן לעבן, וועגן זײַנע באַציִונגען מיט מאַקס און אוריאל ווײַנרײַך, און וועגן דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדישע לימודים.
נתּי כּהן, דער מומחה אויף דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדיש אין פּוילן, רעקאָנסטרויִרט אין זײַן אַרטיקל די דראַמאַטישע געשעענישן פֿון די יאָרן 1945—1948, וועלכע האָבן גורם געווען דאָס רובֿ פֿון די ניצול־געוואָרענע ייִדישע ליטעראַטן און קולטור־טוער צו פֿאַרלאָזן פּוילן. צווישן זיי זײַנען געווען אַזעלכע וויכטיקע פֿיגורן ווי רחל אויערבאַך, לעאָ פֿינקעלשטיין, יאָנאַס טורקאָוו, רחל קאָרן, אבֿרהם סוצקעווער. זיי זײַנען געטריבן געוואָרן, דער עיקר, דורך דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם און דעם טרויעריקן געפֿיל, אַז דאָס אַמאָליקע ייִדישע פּוילן איז טויט. די פּאָליטישע פֿאַקטאָרן, דער דרוק פֿון דער קאָמוניסטישער אידעלאָגיע, האָבן, צוערשט, ניט געשפּילט די גרעסטע ראָלע. אָבער צו 1948 איז געוואָרן קלאָר, אַז די גאַנצע קולטורעלע טעטיקייט וועט זײַן מעגלעך, אַזוי ווי אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אינעם אידעיִשן און סטיליסטישן סדום־בעטל פֿונעם "סאָציאַליסטישן רעאַליזם". דאָך, צום שלוס פֿון זײַן אַרטיקל באַטאָנט דער מחבר, אַז מען טאָר ניט "אָפּלייקענען די קינסטלערישע ווערק פֿון אייניקע ליטעראַרישע ווערק, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין סאָציאַליסטישן פּוילן". דאָס איז די טעמע פֿאַר די קומענדיקע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן נאָך דער מלחמה.
די פּוילישע טעמע ווערט ממש אין דער פֿאָרשונג פֿון קאַרען אויערבאַך וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון נפֿתּלי־הערץ כּהן, דעם ייִדישן דיכטער און זשורנאַליסט, וואָס זײַן גאַנץ לעבן איז געווען פֿול מיט אַרעסטן און גירושים. ער איז געזעסן אין די רומענישע, פּוילישע און סאָוועטישע תּפֿיסות און לאַגערן פֿאַר און נאָך דער מלחמה, און האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון איין לאַנד אין אַנדערן, כּדי צו ראַטעווען זײַן לעבן. כּהן איז עטלעכע מאָל באַשולדיקט געוואָרן סײַ אין דער קאָמוניסטישער, און סײַ אין דער אַנטי־קאָמוניסטישער אַקטיוויטעט. זײַן אַרעסט אין 1960 אין וואַרשע, ווען ער איז באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל, האָט באַקומען הילכיקע אָפּקלאַנגען אין פּוילן און אין אויסלאַנד. באַזונדערס שטאַרק האָט כּהנס אַרעסט געווירקט אויף דער פּויליש־ייִדישער אינטעליגענץ. מען האָט בהדרגה פֿאַרלוירן דעם גלויבן אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים.
בעת די אַלטע "צוקונפֿט" איז געווען, קודם־כּל, אַ ליטעראַריש־קריטישע און געזעלשאַפֿטלעכע צײַטשריפֿט, ווידמעט דער נײַער נומער מער אויפֿמערק פֿאַרשידענע מינים קונסט׃ מוזיק, טעאַטער, מאָלערײַ. איציק גאָטעסמאַן מאַכט אַן איבערזיכט פֿון דער הײַנטיקער קלעזמער־בינע, לייזער בורקאָ שרײַבט וועגן עפֿנטלעכע טעאַטער־פֿאָרלייענונגען, וועלכע דערמעגלעכן צו באַקענען דעם עולם מיט די ערנסטע דראַמאַטישע ווערק אויף ייִדיש; די קאָלירטע זײַטן אין דער מיט פֿונעם זשורנאַל שטעלן פֿאָר דעם ייִדישן קינסטלער פֿון בערלין מיכאל שניטמאַן. גענאַדי עסטרײַך עפֿנט אַ זײַטל פֿון דער סאַמע פֿריִערער געשיכטע פֿונעם "אָרט" אין רוסלאַנד. און אַוודאי פֿאַרגעסט מען ניט אָן דער הײַנטיקער ליטעראַטור׃ עס ווערן געדרוקט לידער פֿון משה לעמסטער פֿון בת־ים און חיקע ברוריה וויגאַנד פֿון לאָנדאָן.
די באַנײַטע "צוקונפֿט" איז אַ וויכטיקע געשעעניש אין ייִדישן לעבן, אַ סימן-מובֿהק, וואָס די לעבעדיקע קולטור אויף ייִדיש האָט אַ סך צו זאָגן דער הײַנטיקער וועלט. אָבער מען דאַרף ניט האָבן קיין אילוזיעס, אַז די "ברייטע ייִדישע עפֿנטלעכקייט" — אין אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער — וואָס האָט שוין לאַנג באַגראָבן ייִדיש, וועט גלײַך ענדערן איר באַציִונג צו דער קולטור אויף ייִדיש. צוליב דעם דאַרף מען צולייגן אַ סך שׂכל און כּוחות. מען דאַרף זיך באַנוצן מיט די סאַמע מאָדערנע מיטלען פֿון פּראָפּאַגאַנדע און רעקלאַמע. און דאָס ערשטע מיטל, אָן וועלכן עס קאָן זיך הײַנט ניט באַגיין קיין פּרעסע־אויסגאַבע, איז אינטערנעץ. כּדי צו וואַקסן, מוז "די צוקונפֿט" באַקומען אַ שיין און מאָדערן וועב־זײַטל, אַז מען זאָל זי קאָנען לייענען אין אַלע עקן פֿון דער וועלט. דאָס וועט שאַפֿן אַרום דער צײַטשריפֿט אַן אייגענע סבֿיבֿה, וואָס וועט פֿאַרזיכערן דעם המשך פֿון דער ייִדישער קולטור, פּונק אַזוי ווי אַ מאָל, מיט פֿיר־פֿינף הונדערט יאָר צוריק, האָט עס אויפֿגעטאָן די דערפֿינדונג פֿון בוך־דרוקערײַ.