ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Mordechai Nadav. The Jews of Pinsk, 1506-1880. Edited by Mark Jay Mirsky and Moshe Rosman, translated by Moshe Rosman and Faigie Tropper. Stanford University Press, 2008.

די שטאָט פּינסק, איצט אַ שטיל פּראָ­ווינץ־שטעטל אין די פּאָלעסיער בלאָטעס פֿון מערבֿ־דרומיקן ווײַסרוסאַנד, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע. ווי בערדיטשעוו אין וואָלין, איז פּינסק געווען די סאַמע "ייִדישע" שטאָט צווישן די שטעט אין דער רוסישער אימפּעריע׃ בערך זיבעציק פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זײַנען געווען ייִדן. פּינסק איז געווען די געבוירן־שטאָט פֿון אַ עטלעכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, פֿון חיים ווײַצמאַן ביז דעם תּלמיד־חכם שאול ליבערמאַן, וועלכער איז געוואָרן דער קאַנצלער פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Hans Sahl. Memoiren eines Moralisten. Das Exil im Exil. München: Luchterhand Literaturverlag, 2008

די נײַע אויפֿלאַגע פֿון די זכרונות פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער האַנס זאַל (1902—1993) איז אַ באַווײַז פֿונעם אינטערעס צו פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער דײַטשישער גלות־קולטור. ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל — אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין 1933, גע­לעבט אין דלות און הונגער אין פּראָג, ציריך, פּאַריז, און קוים זיך געראַטעוועט אויף דער לעצטער אַמעריקאַנער שיף פֿון מאַרסעל אין 1941, לאַנגע יאָרן זיך מפֿרנס געווען מיט איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף דײַטש — איז זאַל געשטאָרבן בשלום אין טיבינגען, דײַטשלאַנד, אינעם עלטער פֿון 90 יאָר. די לעצטע יאָרן זײַנע, ווען זאַל איז שוין געוואָרן בלינד, האָט ער זיך אָפּ­געגעבן מיטן שרײַבן זײַנע זכרונות.

קולטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Stefani Hoffman and Ezra Mendelsohn (eds.), The Revolution of 1905 and Russia’s Jews. Philadelphia: University of Pennsylvania Press, 2008.

ווי וויכטיק איז די ניט־געלונגענע רו­סישע רעוואָלוציע געווען פֿאַר דער ייִדי­שער געשיכטע? צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון פּוילן און רוסלאַנד האָבן די ייִדן גענומען אַן אַקטיוון טייל אין דער ראַדיקאַלער פּאָליטיק. זיי זײַנען געווען צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון מאַסן־שטרײַקן, פֿירער פֿון די ראַדיקאַלע רע­וואָלוציאָנערע פּאַרטייען, ווי אויך צווישן די חשובֿע ליבעראַלע פּאָליטיקער און פּובליציסטן. די געשעענישן אין רוסלאַנד האָבן זיך אָפּגערופֿן אין דער גאַנצער וועלט. די פּאָגראָמען, וועלכע האָבן באַגלייט די רעוואָלוציע פֿון 1905, האָבן אַרויסגעשטויסן אַ ריזיקע כוואַליע ייִדישע עמיגראַנטן לעבֿר־הים.

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Jonathan Freedman.
Klezmer America: Jewishness, Ethnicity, Modernity.
New York: Columbia
University Press, 2008

דאָס וואָרט "קלעזמער" איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די לעצטע צוואַנ­ציק־דרײַסיק יאָר. כאָטש דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ העברעיִש־ייִדישן אָפּשטאַם, איז זײַן באַטײַט אינעם אַמעריקאַנישן לשון אַנדערש פֿונעם אַלט־פֿרענקישן "כּלי־זמר". "קלעזמער" באַטײַט ניט סתּם אַ מוזיקאַנט, נאָר אַ גאַנצן לעבנס־שטייגער. יונתן פֿרידמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, האָט זיך באַנוצט מיט אָט דעם באַגריף, כּדי צו באַשרײַבן זײַן וויזיע פֿון ייִדן אינעם אַמעריקאַנער לעבן.

קהילה־לעבן, קולטור
וועראַ סאַבאָ

וועראַ סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין בודאַפּעשט, שטודירט דײַטש און ענגליש אין דעם בודאַפּעשטער אוניווערסיטעט, דערנאָך באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. זי האָט געלערט ייִדיש אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט, איצט איז זי אַ לערערין פֿון ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען אין ען־אַרבאָר.


די דאָזיקע לידער, וויצן און אַנעקדאָטן האָב איך געזאַמלט אין אַ ריי אינטערוויוען מיט טובֿיה (טאָביאַס) בירנבוים, מיט וועמען איך האָב זיך געטראָפֿן על־פּי־צופֿאַל אויף אַ גאַס אין דער ניו־יאָרקער געגנט ברײַטאָן־ביטש אין פֿעברואַר 1994.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Zsuzsa Hetényi. In A Maelstrom:
The History of Russian-Jewish Prose (1860-1940). Budapest: Central European University Press, 2008.

די פּראָבלעם פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום דעם ענין פֿון ייִדישער קולטור. דאָס נײַע בוך פֿון דער אונגאַרישער פֿאָרשערין זשוזשאַ העטעני באַהאַנדלט די דאָזיקע פּראָבלעם אויפֿן סמך פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. ווי עס קומט אַרויס פֿונעם בוך־טיטל, געהערט העטעני צו דער שול, וואָס האַלט, אַז די רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור איז אַ ממשותדיקער פֿענאָמען, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן דער רעאַליסטישער פּראָזע.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ברוך ריווקין

צווישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע ליטע­ראַטן איז ברוך ריווקין (1883-1945) אפֿשר דער סאַמע אָריגינאַלער דענקער. זײַן לעבנס־געשיכטע איז געווען טיפּיש פֿאַר זײַן דור׃ געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין קולראַנד, איז ער צוגעשטאַנען צום "בונד", און האָט געוואַנדערט איבער פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. אין 1905 איז ער אַוועק קיין אויסלאַנד און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין אייראָפּע. אין 1911 האָט ער זיך באַ­זעצט אין ניו־יאָרק. ער האָט געשריבן פֿאַר אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן אין רוס­לאַנד און ענגלאַנד.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Владимир Хазан.
Одиссея капитана Боевского. Москва: Дом еврейской книги, 2007.
וולאַדימיר חזן.
קאַפּיטאַן באָיעווסקיס אָדיסיי.
מאָסקווע׃

וולאַדימיר חזן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז באַקאַנט מיט זײַנע פֿאָר­שונגען פֿון פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור. ער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די ליטעראַטן און קולטור־טוער, וואָס זייער לעבן און אַרבעט איז געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט ארץ־ישׂראל. אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז די פֿיגור פֿונעם קאַפּיטאַן אַריה באָיעווסקי (1891—1942) אַ יוצא־דופֿן. אַ רוסישער ים־מאַן, וועלכער האָט נאָך דער אָקטאָבער־רע­וואָלוציע געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין ארץ־ישׂראל און איז געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿלאָט, איז דערצו נאָך געווען אַ באַגאַבטער דיכטער און זשורנאַליסט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Lamed Shapiro. The Cross and Other Jewish Stories.
Edited and with an Introduction by Leah Garrett. New Haven:
Yale University Press, 2007.

ל. שאַפּיראָ (1878—1948) איז, דאַכט זיך, דער איינציקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָזאַיִקער, וועלכער האָט זוכה געווען, אַז זײַנע געקליבענע ווערק זאָלן דערשינען ווערן אויף ענגליש אין אַ חשובֿער אַקאַדעמישער סעריע, מיט אַ הקדמה און פֿוסנאָטעס. דאָס האָט ער אַוודאי כּשר פֿאַרדינט. אַ שאָד, וואָס דער דאָזיקער באַנד איז צווישן די לעצטע ביכער אין דער סעריע פֿון "נײַער ייִדישער ביבליאָטעק", וואָס דער פֿאַרלאַג פֿון יעיל־אוניווערסיטעט לאָזט אַרויס בשותּפֿות מיט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענט­ראַלע. אָן דער דאָזיקער סעריע וועט די גאַנ­צע ריזיקע "כּמו־טעריטאָריע" פֿון דער אַמע­רי­קאַ­נער ייִדישער קולטור ווײַטער בלײַבן אַ "טע­ראַ אינקאָגניטאָ" פֿאַרן ברייטן עולם.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר ביכאָווסקי, אויטאָ־פּאָר­טרעט, 1923

Ирина Азизян. Александр Быховский: Ступени творчества-бытия. Москва, Галарт — Дом еврейской книги, 2007.

אירינאַ אזיזיאַן. אַלכּסנדר ביכאָווסקי׃ שטאַפּלען פֿון שעפֿערישקייט און זײַן. מאָסקווע, "גאַלאַרט"־"ייִדישע ביכער־הויז", 2007.


דער קינסטלער אַלכּסנדר ביכאָווסקי (1888—1978) האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און שעפֿעריש לעבן, אָבער זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט אין דער מאָדערנער קונסט־געשיכטע. זײַן רום האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט אויף אַ קורצער ווײַלע אין די מיט־1920ער יאָרן.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז אַן אייגנאַרטיקער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, וואָס בלײַבט עד–היום ניט דערשאַצט און ניט דערפֿאָרשט ווי עס פּאַסט צו זײַן. בלויז עטלעכע אַספּעקטן און זשאַנערס, אַזעלכע ווי מאָדערניסטישע פּאָעזיע פֿון פֿאַרשידענע שטרעמונגען, האָט באַקומען אַ געוויסע קרי­טישע אָפּשאַצונג מצד די מאָדערנע פֿאָר­שער. די גאַנצע פּראָזע שטייט אין שאָטן פֿון יצחק באַשעוויסן, וועלכער האָט ניט גע­האַלטן פֿון זײַנע אַמעריקאַנער קאָלעגעס.

ליטעראַטור, טעאַטער, געשיכטע
Владислав Иванов. ГОСЕТ: Политика и искусство 1919-1928. Москва, ГИТИС, 2007.

דער רוסישער טעאַטער־פֿאָרשער וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו איז באַקאַנט מיט זײַן גרונדיקער פֿאָרשונג פֿון די אָנהייב־יאָרן פֿון דעם "הבימה"־טעאַטער אין מאָסקווע. דאָס נײַע בוך זײַנס באַהאַנדלט דעם זעלבן פּעריאָד אין דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דאָס אָפֿיציעלע פּנים פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, להיפּוך צו דער "ציוניסטישער" און "קלעריקאַלער הבימה". דאָס בוך באַזירט זיך אויף אַ גרויסן מאַסיוו פֿון אַרכיוואַלע דאָקומענטן, וועלכע דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די געשעענישן אַרום דעם "גאָסעט" ממש טאָג נאָך טאָג.