די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז אַן אייגנאַרטיקער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, וואָס בלײַבט עד–היום ניט דערשאַצט און ניט דערפֿאָרשט ווי עס פּאַסט צו זײַן. בלויז עטלעכע אַספּעקטן און זשאַנערס, אַזעלכע ווי מאָדערניסטישע פּאָעזיע פֿון פֿאַרשידענע שטרעמונגען, האָט באַקומען אַ געוויסע קריטישע אָפּשאַצונג מצד די מאָדערנע פֿאָרשער. די גאַנצע פּראָזע שטייט אין שאָטן פֿון יצחק באַשעוויסן, וועלכער האָט ניט געהאַלטן פֿון זײַנע אַמעריקאַנער קאָלעגעס.
זײַן ביטולדיקער באַצי האָט באַשטימט דעם גורל פֿון דער רעאַליסטישער פּראָזע, וועלכע שילדערט דאָס טאָג-געטלעכע לעבן פֿונעם ייִדישן עמך אין אַמעריקע. אַ גאַנצער שיכט פֿון דער מאָדערנער אַמעריקאַנער קולטור בלײַבט פּראַקטיש אומבאַקאַנט, ווי אַ שטיקל אַטלאַנדידע, וואָס ליגט אויפֿן דנאָ פֿונעם ים.
עס איז כּדאַי אַ קלער צו טאָן וועגן מעגלעכע סיבות פֿון דעם דאָזיקן בלויז אינעם קולטורעלן זכּרון. קודם־כּל, האָט דאָס אַוודאי צו טאָן מיט דער שפּראַך. עס איז גרינגער איבערצולייענען אַ פּאָר לידער און זיך אַ גריבל טאָן אין עטלעכע מיינונגען, איידער זיצן לאַנגע שעהען איבער אַ לאַנגן ראָמאַן פֿון אַן אומבאַקאַנטן מחבר. עס איז אָבער פֿאַראַן, דאַכט זיך, אַ טיפֿערער, אידעיִשער גרונט צו איגנאָרירן אָט דעם מין ליטעראַטור. די דעה־זאָגער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום האָבן ליב אויסצומאָלן דעם ייִדישן נעכטן און הײַנט אין שוואַרץ־ווײַסע פֿאַרבן. מען באַטאָנט אַזעלכע מאָמענטן אין דער ייִדישער ירושה, וועלכע ווײַזן די ייִדן ווי גרויסע גיבורים אָדער גרויסע קרבנות. די "קליינע מענטשעלעך מיט קליינע השׂגות" נעמען ניט אויס אין די הויכע אַמעריקאַניש־ייִדישע פֿענסטער. און דאָס האָבן גוט פֿאַרשטאַנען די סאַמע באַרימטע ייִדישע שרײַבער: שלום אַש און יצחק באַשעוויס.
אָבער ווי עס האָט שאַרפֿזיניק באַמערקט דער באַקאַנטער סאָוועטישער ליטעראַטור־פֿאָרשער יצחק נוסימאָוו, איז די ייִדישע ליטעראַטור אין תּוך גענומען אַ קליינבירגערלעכע. דאָס הייסט, אַז זי שפּיגלט אָפּ די וועלט־אַנשויונג, די האָפֿענונגען און די אַנגסטן פֿון מענטשן, וועלכער געפֿינען זיך אויף די ראַנדן פֿון דער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט. אַזוי ווי טבֿיה און מנחם־מענדל, חלומען זיי וועגן ווערן גרויסע גבֿירים, אָבער אין דער אמתן, בלײַבן זיי ביטערע קבצנים. אין דעם זין איז די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור ניט קיין יוצא־דופֿן. אירע העלדן זײַנען פּראָסטע ייִדישע אימיגראַנטן, וועלכע זײַנען געקומען אין דער "גאָלדענער מדינה" מיט אַ גרויסן חלום. "איז דאָס אַליין, דער שטאַרקער חשק רײַך צו ווערן, אפֿשר געווען טאַקע דער עיקר־סוד, דער שליסל צו דערפֿאָלג אין אָט דעם נײַעם און וווּנדערלעכן לאַנד?" — אַזוי פֿרעגט זיך דער העלד פֿון ברוך גלאַזמאַנס ראָמאַן "לענדער און לעבנס".
אַזעלכע שרײַבער ווי גלאַזמאַן, ש. מילער, בנימין דעמבלין, כאַווער־פּאַווער, משה נאַדיר, און אַנדערע האָבן געשאַפֿן אַ פֿילזײַטיקן קינסטלערישן פּאָרטרעט פֿונעם ייִדישן קיבוץ אין אַמעריקע. דער דאָזיקער קאָלעקטיווער העלד איז ניט קיין גרויסער גיבור און ניט קיין גרויסער גזלן, ער איז ניט באַרימט געוואָרן דורך זײַנע טאַלאַנטן און דערגרייכונגען, און ניט געליטן שווערע יסורים אין פּאָגראָמען אָדער חורבן. ווי עס האָט געטענהט דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין, איז דאָס שליחות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור צו ווערן אַ "כּמו־טעריטאָריע" פֿאַרן גלות–פֿאָלק׃ "די ליטעראַטור דאַרף קינסטלעך זיך באַשאַפֿן אַ טעריטאָריעלן כאַראַקטער און קינסטלעך אים זען אויפֿצוהאַלטן, ווײַל ליטעראַטור איז באַרופֿן צו אָרגאַניזירן און צוזאַמענהאַלטן דאָס באַוווּסטזײַן פֿון פֿאָלק."
דאָס רובֿ ייִדישע שרײַבער, און בפֿרט די פּראָזאַיִקער־רעאַליסטן, זײַנען געווען לינק געשטימט אין זייער פּאָליטישער וועלט־אַנשויונג און געשטימט קריטיש לגבי אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם. אָבער דערבײַ האָבן כּמעט אַלע פֿון זיי געהאַט צרות מיט די אָפֿיציעלע פּאַרטיי–ליניעס. די פּראָבלעם פֿון באַציִונגען צווישן פּאָליטיק און קולטור אויף דער ייִדישער גאַס איז גאַנץ סענסיטיוו, און ווערט אָפֿטמאָל באַהאַנדלט אויף אַ פּרימיטיוון אופֿן. מע וויל אָדער "ריינוואַשן" אַ באַקאַנטן קינסטלער, אַזעלכן ווי משה־לייב האַלפּערן אָדער ה. לייוויק, פֿון זײַן מיטאַרבעט אין דער קאָמוניסטישער פּרעסע, אָדער פֿאַרקערט, פֿאָרצושטעלן אים — ווי עס קומט פֿאָר צומאָל מיט משה נאַדיר — ווי אַ קאָמוניסטישן "אַגענט", וועלכער האָט פֿאַרקויפֿט זײַן טאַלאַנט פֿאַר אַ טעלער רויטן לינדזן–סופּ.
נאָך דעם צעפֿאַל פֿון דער קאָמוניסטישער סיסטעם האָט זיך אין דער גאַנצער וועלט אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו דער קאָמוניסטישער קולטורעלער ירושה, און בפֿרט צו דער ראָלע פֿון דער מאָדערניסטישער קולטור אין דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. די דאָזיקע דערפֿאַרונג איז זייער באַלערעוודיק. די אידעאָלאָגישע ספּרוזשינעס, וועלכע באַווירקן אונדזער קוק אויף דער וועלט אַרום אונדז, עקזיסטירן ניט נאָר אין דער טאָטאַליטאַרישער, אָבער אויך אין דער דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט. אין דעם דאָזיקן זין איז דער חילוק צווישן לינק און רעכט ניט אַזוי גרויס.
די רעאַליסטישע פּראָזע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער שילדערט אַ קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט מיט די קלענסטע פּרטים. דאָ קאָן מען געפֿינען אַזעלכע מאָמענטן, וואָס מע האָט זיך געשעמט צו דערמאָנען אויף ענגליש, ווי למשל, ייִדישע אונטערוועלט־טיפּן, גענגסטער, גנבֿים און אַזוי ווײַטער. די קריטיק פֿונעם אַמעריקאַנער אַנטיסעמיטיזם איז אויך געווען שאַרפֿער אויף ייִדיש, איידער אויף ענגליש. אמת, די קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע האָריזאָנטן פֿון דער ייִדישער פּראָזע זײַנען כּסדר געווען באַגרענעצט מיט משפּחה, געשעפֿט, גאַס, לאַנדסמאַנשאַפֿט. אין די דאָזיקע ד׳ אמות אַנטפּלעקן זיך כּלערליי דראַמעס, קאָמעדיעס, און טראַגעדיעס פֿונעם ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. די אַלגעמיינע שטימונג פֿון דער ייִדישער פּראָזע איז אַ טרויעריקע. גליק איז צײַטווײַליק, און אַ דערפֿאָלג, בפֿרט אין געשעפֿטן, איז אַ סימן פֿון דער מאָראַלישער ירידה.
די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע, אַזוי ווי אין רוסלאַנד, האָט זיך אַ סך אָנגעלערנט בײַ די רוסישע קלאַסיקער, סיי וואָס שײַך דעם סטיל, סײַ וואָס שײַך דער מאָראַלישער פֿילאָסאָפֿיע. די ייִדישע ליטעראַטור האָט אַ טיפֿע סימפּאַטיע צו דעם "קליינעם מענטש", דעם טיפּ פֿון לא־יוצלח, וואָס ווערט אַ קרבן פֿון ביטערע קאַפּיטאַליסטישע אומשטאַנדן. בלויז עטלעכע אַמעריקאַנער שרײַבער האָבן אַ פֿאַרשטאַנד פֿאַר אַזאַ קוק אויף דער וועלט, צווישן זיי — בערנאַדט מאַלאַמוד. דער אַמעריקאַנער עולם האָט ליב שטאַרקע כאַראַקטערן, וואָס ראַנגלען זיך מיט גרויסע מניעות. אויפֿגעקומענע גבֿירים האָבן ניט ליב, ווען מע דערמאָנט זיי אין זייערע שוואַכקייטן. אָבער די צײַט, ווען ייִדן אין אַמעריקע האָבן זיך געפֿילט אומזיכער, איז שוין, דאַכט זיך, פֿאַרבײַ, און מע דאַרף זיך מער ניט שעמען מיט דעם רעאַליסטישן פּאָרטרעט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרמאָגט אַ סך קינסטלערישע מעלות, וועלכע ס׳איז ניט אָפּצוטיילן פֿון איר לינקער וועלט־אַנשויונג׃ שאַרפֿע אַנטי־קאַפּיטאַליסטישע קריטיק, נאַטוראַליזם, און אַלוועלטלעכקייט.