ליטעראַטור, געשיכטע
Mordechai Nadav. The Jews of Pinsk, 1506-1880. Edited by Mark Jay Mirsky and Moshe Rosman, translated by Moshe Rosman and Faigie Tropper. Stanford University Press, 2008.
Mordechai Nadav. The Jews of Pinsk, 1506-1880. Edited by Mark Jay Mirsky and Moshe Rosman, translated by Moshe Rosman and Faigie Tropper. Stanford University Press, 2008.

די שטאָט פּינסק, איצט אַ שטיל פּראָ­ווינץ־שטעטל אין די פּאָלעסיער בלאָטעס פֿון מערבֿ־דרומיקן ווײַסרוסאַנד, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע. ווי בערדיטשעוו אין וואָלין, איז פּינסק געווען די סאַמע "ייִדישע" שטאָט צווישן די שטעט אין דער רוסישער אימפּעריע׃ בערך זיבעציק פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זײַנען געווען ייִדן. פּינסק איז געווען די געבוירן־שטאָט פֿון אַ עטלעכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, פֿון חיים ווײַצמאַן ביז דעם תּלמיד־חכם שאול ליבערמאַן, וועלכער איז געוואָרן דער קאַנצלער פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק.

פּינסק, ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע שטעט און שטעטלעך, פֿאַרמאָגט אַן אייגענעם יזכּור־בוך. ווי אַ צוגאָב צו דעם באַנד "פּינסק׃ ספֿר עדות וזיכּרון לקהילת פּינסק־קרלין", וואָס איז אַרויס אין 1966, האָט די אַסאָציאַציע פֿון די פּינסקער ייִדן אַרויסגעגעבן נאָך צוויי בענד, וועלכע זײַנען כּולל אַ סיסטעמאַטישע היסטאָרישע באַשרײַבונג פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּינסק צווישן די יאָרן 1506 און 1941. דער ערשטער טייל פֿון דער דאָזיגער אויסגעבע, "תּולדות קהילת פּינסק־קרלין׃ 1506—1880" פֿון מרדכי נדבֿ, איז איצט אַרויס אויף ענגליש, איבערגעזעצט דורך משה ראָסמאַן און פֿייגע טראָפּער. פֿאַר דער ענגלישער אויסגאַבע האָט מען, מיט דעם מחברס הסכּמה, אַ ביסל פֿאַרקירצט דעם טעקסט און די פֿוסנאָטעס, ווי אויך רעדאַגירט דעם סטיל פֿונעם אָריגינאַל.

"די ייִדן פֿון פּינסק" איז אַ יוצא־מן־הכּלל אין דער ייִדישער היס­טאָ­רישער ליטעראַטור אויף ענגליש. דאָס איז כּמעט די איינציקע אַקאַדעמישע מאָ­נאָגראַפֿישע שטודיע, גע­ווידמעט אין גאַנצן איין מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדי­שער שטאָט. די פֿאָר­שונג נעמט אַרום אַלע צדדים און אַספּעקטן פֿון ייִדישן פּינסק — פֿון תּורה ביז סחורה. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון עטלעכע צענדליק פֿאָר­שונג־יאָרן, וואָס ס׳האָט געמאַכט אַ היסטאָריקער פֿון דער "אַלטער" שול, וועלכער איז באַהאַוונט סײַ אין דער אַלגעמיינער געשיכטע, און סײַ אין די ספּעציעלע ענינים פֿון סאָציאָלאָגיע, עקאָנאָמיע און ייִדישקייט. דאָס בוך באַזירט זיך אויף אַ שלל געדרוקטע און ניט־געדרוקטע מקורים אויף אַלע געהעריקע שפּראַכן. די ענגלישע אויסגאַבע איז אַ קאָלעקטיווער אויפֿטו פֿון אַ גאַנצער גרופּע איבערגעגעבענע פּינסקער ייִדן און זייערע קינדער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַן אינטעלעקטועלן דענקמאָל פֿאַר זייער שטאָט.

מרדכי נדבֿס מאָנאָגראַפֿיע געהערט צו דער פֿאַרגאַנגענער תּקופֿה פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט, דער תּקופֿה פֿון סינ­טעטישע היסטאָרישע נאַראַטיוון פֿון שמעון דובנאָוו, רפֿאל מאַלער, סאַלאָ באַראָן. הײַנט צו טאָג שרײַבט מען מער ספּעציפֿישע פֿאָרשונגען, וואָס באַטראַכטן אַ ספּעציעלן אַספּעקט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן אונטער דעם קוקווינקל פֿון אַ געוויסער מעטאָדאָלאָגיע. מען מישט ניט צוזאַמען סאָ­ציאַלע געשיכטע מיט קולטור, רעליגיע און עקאָנאָמיע, פּאָליטיק און משפּחה־לעבן. נדבֿס מעטאָד איז אַ פּאָזיטיוויסטיש־קרי­טי­שער׃ דער מחבר באַהערשט זײַן מאַטעריאַל און פּרוּווט אַרויסצופּרעסן פֿון אים וואָס מער אינפֿאָרמאַציע דורך דעם מעטאָד פֿון קרי­טישן אַנאַליז. מרדכי נדבֿ איז ממשיך די טראַדיציע פֿון רוסיש־ייִדישער היסטאָ­רישער וויסנשאַפֿט, וואָס האָט אירע וואָרצלען אין דער אידעאָלאָגיע פֿון דער חשׂכּלה און דער מע­טאָ­דאָ­לאָגיע פֿון דער דײַ­טשי­שער "וויסנשאַפֿט דעס יודענ­טומס". די צווײַגן פֿון דער דאָזיקער טראַ­די­ציע גרייכן צו דער ציו­ניס­טי­שער "ירושלימער שול".

וואָס זשע איז דער באַטײַט פֿונעם דאָזיקן פֿונדאַמענטאַלן ווערק פֿאַרן הײַנטיקן לייענער? בלויז דער פֿאַקט, וואָס אַ קלאַסישער מוסטער פֿון ייִדישער היסטאָ­ריאָגראַפֿיע איז, סוף־כּל־סוף, געוואָרן צוט­ריטלעך אויף ענגליש? דאָס אַליין וואָלט אַודאי געווען גענוג, און עס קומט אַ האַר­ציקער יישר־כּוח די איבערזעצער און די רעדאַקטאָרן פֿאַר זייער מי. אָבער ווי ווײַט וועט די ענגלישע אויסגאַבע באַווירקן די צוקונפֿט פֿון ייִדישע לימודים אין אַמעריקע? אין זײַן הקדמה באַמערקט פּראָפֿעסאָר משה ראָסמאַן, אַז דער צוועק פֿון די הײַנטיקע היסטאָרישע שטודיעס איז צו שאַפֿן אַ "היסטאָריש אויטענטיש" בילד פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן עבֿר, להיפּוך צו די כּלערליי ראָמאַנטישע אימאַזשן פֿונעם שטעטל־לעבן, וואָס מען געפֿינט אין דער פּאָפּולערער ליטעראַטור.

דער באַגריף פֿונעם שטעטל, ווי עס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין דעם הײַנטיקן אַמעריקאַנער ייִדישן באַוווּסטזײַן, איז אַ סימ­באָלישע געשטאַלט, וואָס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער היסטאָרישער "ווירק­לעכ­קייט". אָבער די דאָזיקע געשטאַלט איז דערפֿאַר ניט ווייניקער "ווירקלעך" פֿאַר אַ סך ייִדן און ניט־ייִדן. אַזאַ מין געשטאַלט איז אַן אָפּרוף אויף אַ פּסיכאָלאָגישער באַ­דערפֿעניש צו האָבן אַן "אָרגאַנישן" און "אויטענטישן" עבֿר, ענלעך צו דעם ווי דער הײַנטיקער שטאָטישער אַמעריקאַנער און אייראָפּייער נייטיקט זיך אין "אָרגאַנישע" מאכלים. לויט דער לאָגיק פֿון קאַפּיטאַליזם, איז אַ נאָכפֿרעג גורם אַן אָנבאָט. קיין שום וויסנשאַפֿטעלכע קריטיק איז ניט ביכולת אָפּצושטעלן די קליינע שטעטל־אינדוסטריע, וואָס האַלט אין איין אויספֿאַרטיקן אַלץ נײַע שטעטל־פּראָדוקציע פֿאַרן מאַרק.

די פֿראַגע איז, ווי ווײַט זײַנען אַזעלכע ערנסטע פֿאָרשונגען ווי "די ייִדן פֿון פּינסק" בכּוח צו באַווירקן די שטעטל־אינדוסטריע און אַרויפֿברענגען דאָס קאָלעקטיווע באַוווּסט­זײַן פֿונעם הײַנטיקן אַמעריקאַנער ייִדנטום אויף אַן אַנדער מדרגה. עס גייט דערבײַ די רייד קודם־כּל וועגן דעם נײַעם דור אַמערי­קאַנער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס איז שוין רעלאַטיוו פֿרײַ פֿונעם מיטאָלאָגישן באַגריף פֿון ייִדיש ווי אַ "באָבע־לשון", וואָס איז ניפֿטר געוואָרן אין איינעם מיטן לעצטן דור פֿון "עכטע" ייִדן. צומאָל קומט אויס צו הערן, אַז היות מען קאָן סײַ ווי ניט באַהערשן ייִדיש ווי אַ מאַמע־לשון, איז בעסער אַפֿילו ניט אָנהויבן. אַנשטאָט לערנען, טראַכט מען אויס אַ שיינעם חלום פֿון דער אַלטער היים, וואָס דינט ווי אַ מין "אָרגאַניש" גײַסטלעך מאכל.

לעת־עתּה שטייט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע היסטאָרישע וויסנשאַפֿט אויף אַ שיידוועג. דאָס איז אַן איבערגאַנג־פּונקט צווישן דעם קאָלעקטיוון זכּרון און דער אָביעק­טיווער היסטאָרישער פֿאָרשונג. דער­בײַ שפּילט די אַקאַדעמישע טראַדיציע אַ מכריע­דיקע ראָלע. מען נייטיקט זיך אין מאָדערנע איבערזעצונגען פֿון אַזעלכע קלאַ­סישע ווערק ווי נדבֿס "די ייִדן פֿון פּינסק", אַפֿילו אויב זיי שטימען ניט מיט דער נײַס­טער מעטאָדאָלאָגישער מאָדע. די ווערק פֿון מאיר באַלאַבאַן און יולי געסען, רפֿאל מאַלער און שאול גינזבורג, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער די זײַטן פֿון אַלטע פּעריאָדישע אויסגאַבעס, דאַרף מען צונויפֿזאַמלען, זיי איבערזעצן אויף ענגליש, און באַזאָרגן מיט געהעריקע הערות און דערקלערונגען. דאָס איז די אינטעלעקטועלע ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס מוז זײַן צוטריטלעך פֿאַרן יונגן דור, וואָס וואַקסט, נעבעך, מיט איין־און־איינציקער שפּראַך.