- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד פֿאָרגעקומען די זיבעטע מענדל־פֿרידמאַן־קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שטודיעס. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ־סעריע איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַכט יאָר צוריק דורך דעם אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק דזשעק און נעמי פֿרידמאַן, אין אָנדענק פֿון דזשעקס פֿאָטער. יעדע צוויי יאָר קומען זיך צונויף פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור פֿון דער גאַנצער וועלט אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, כּדי אַרומצורעדן אַ באַשטימטע טעמע.
די פֿאָרשטעלונג, אַז די וועלט איז צעריסן צווישן צוויי קעגנערישע צדדים איז ניט קיין נײַע. אין פֿאַרשידענע צײַטן האָבן די דאָזיקע צוויי צדדים אויסגעזען אַנדערש׃ מיזרח און מערבֿ, קריסטנטום און איסלאַם, קאַפּיטאַליזם און קאָמוניזם. דער מענטשלעכער שׂכל האָט אַ טבֿע צו באַגרײַפֿן די ווירקלעכקייט דורך קעגנזאַצן, שוואַרץ־און־ווײַס. דאָס בוך פֿון מאַרטין גודמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, איז געווידמעט דעם אַלטן קאָנפֿליקט אין דער וועלט־געשיכטע
דאָס נײַע בוך פֿונעם באַקאַנטן היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, סטיווען אַשהיים, איז געווידמעט דער אינטעלעקטועלער און קולטורעלער ירושה פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן "גלות". זײַנע העלדן זײַנען געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד און האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿאַרן חורבן. אַשהיים, איינער פֿון די גרעסטע לעבעדיקע מומחים פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע, איז דערצו נאָך אַ פֿײַנער שרײַבער און אַ שאַרפֿזיניקער אַנאַליטיקער.
צו וועמען געהערן ייִדן — צום "מערבֿ" אָדער צום "מיזרח"? די דאָזיקע האַרבע קשיא האָט אין משך פֿון יאָרהונדערטער אינטערעסירט אַ סך ייִדישע און ניט־ייִדישע דענקער, און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט זי אָן אַ קלאָרן ענטפֿער. אייגנטלעך, איז די פֿראַגע אַליין אַ פּועל־יוצא פֿון דער וועלט־שפּאַלטונג אויף צוויי טיילן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער קריסטלעכער אייראָפּע בעתן קאָנפֿליקט מיט די איסלאַמישע "באַרבאַרן".
די שטאָט מאָהילעוו־פּאָדאָלסק, אויף ייִדיש מאָלעוו, איז מן־הסתּם הײַנט די סאַמע "ייִדישע" שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע. אַ מאָל זײַנען די ייִדן געווען דאָרט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. אָבער אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָט געלעבט אין מאָלעוו ביז סוף 1980ער יאָרן, ווען די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות האָבן זיי געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט געהאַט דרײַ צענטערס׃ קיִעוו, מינסק און מאָסקווע. זייער היסטאָרישער גורל איז געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. מינסק האָט זיך געשניטן אויף צו ווערן דער דעה־זאָגער אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, אָבער ער איז אונטערגעגאַנגען נאָך פֿאַר דער מלחמה. די מינסקער מבֿינים אויף דער פּראָלעטאַרישער קולטור זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אין איינעם מיט דער ווײַסרוסישער פּאָליטישער און קולטורעלער עליט בעת די "רייניקונגען" פֿון 1935—1937.
ניט געקוקט אויף די פּאָליטישע מחלוקת אין קיִעוו, זײַנען די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר געווען גוט פֿאַר אוקראַיִנע. מען זעט אַ סך נײַע הײַזער אונטער די כאַראַקטעריסטישע מאָדערנע רויטע און בלויע דעכער. די מענטשן זעען אויס גוט, און די פּרײַזן זײַנען נידעריק אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד און אייראָפּע. די נאָסטאַלגיע נאָך דעם סאָוועטישן עבֿר גייט פּאַמעלעך אַוועק, און עס וואַקסט אונטער אַ נײַער דור, וואָס רעדט אוקראַיִניש און נישט רוסיש.
"In Celebration of David Bomberg", The Daniel Katz Gallery, 13 Old Bond St., London London Senses and Experiences — Ben Uri Gallery, London NW8 די "לאָנדאָנער שול" אין דער מאָדערנער ייִדישער קונסט איז ניט אַזוי באַקאַנט ווי די "שול פֿון פּאַריז", אָבער די צוויי אויסשטעלונגען, וועלכע קומען פֿאָר איצט אין לאָנדאָן, וועלן אפֿשר העלפֿן אויספֿילן דעם דאָזיקן בלויז.
צווישן אַלע וועלט־פּאָליטיקער פֿונעם ערשטן ראַנג איז ווינסטאָן טשערטשיל געווען מן־הסתּם דער סאַמע פֿרײַנדלעכער צו ייִדן. אָן זײַן שטיצע וואָלט דעם ציוניסטישן פּראָיעקט געווען אַ סך שווערער צו פֿאַרווירקלעכן. ניט אַזוי בולט איז געווען זײַן סימפּאַטיע צו ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז תּמיד געווען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון היטלערס ראַסיסטישער פּאָליטיק, גרייט צו העלפֿן אירע ייִדישע קרבנות;
דער אַטאַק פֿון 9/11 און די מלחמה אין איראַק האָבן גורם געווען אַ סך ענדערונגען אין אונדזער וועלטבאַנעם. זיי האָבן אויך אויפֿגעוועקט אַ פֿרישן אינטערעס אין דער געשיכטע און קולטור פֿון דער אַראַבישער וועלט. צווישן די טעמעס, וועלכע ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון זשורנאַליסטן, מעדיאַ און פֿאַרלעגער, איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַק. ביז 1950 איז עס געווען איינע פֿון די עלטסטע און וויכטיקסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט. אירע היסטאָרישע וואָרצלען ליגן אין דער תּקופֿה פֿון גלות־בבֿל.
וואָס איז אַזוינס אַ ליטעראַרישער צענטער? און וואָס באַדײַט דער דאָזיקער באַגריף אינעם גערעם פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט אינעם דעליקאַטן קאָנטעקסט פֿון ייִדיש אין מדינת־ישׂראל? די דאָזיקע ברייטע פֿראַגעס האָבן אַ דירעקטע שײַכות צו דער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ישׂראל", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1951 און געווען טעטיק ביז די אָנהייב 1960ער יאָרן.
צווישן די אַמאָליקע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור פֿאַרנעמט ווין אַ באַשיידן אָרט. אין משך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די הויפּטשטאָט פֿון דער אַמאָליקער עסטרײַכיש־אונגערישער אימפּעריע געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר צענדליקער טויזנטער גאַליציאַנער ייִדן — פּליטים פֿון די מיזרחדיקע שטחים, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער פֿראָנט־זאָנע. זיי האָבן מיטגעבראַכט קיין ווין חסידישע מינהגים און די ייִדישע שפּראַך. אַ סך פֿון זיי האָבן נאָך דער מפּלה פֿון דער אימפּעריע ניט געקאָנט באַקומען די עסטרײַכישע בירגערשאַפֿט און זיך אומגעקערט צוריק קיין גאַליציע, וואָס איז צו יענער צײַט אַרײַן אין דער נײַער פּוילישער מלוכה. |