געשיכטע
Steven E. Aschheim. Beyond the Border: The German-Jewish Legacy Abroad. Princeton University Press, 2007.
Steven E. Aschheim. Beyond the Border: The German-Jewish Legacy Abroad. Princeton University Press, 2007.

דאָס נײַע בוך פֿונעם באַקאַנטן היסטאָ­ריקער, פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוני­ווער­סיטעט, סטיווען אַשהיים, איז גע­וויד­מעט דער אינטעלעקטועלער און קול­טורע­לער ירושה פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן "גלות". זײַנע העלדן זײַנען געבוירן גע­וואָרן אין דײַטשלאַנד און האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿאַרן חורבן. אַשהיים, איינער פֿון די גרעסטע לעבעדיקע מומחים פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע, איז דערצו נאָך אַ פֿײַנער שרײַבער און אַ שאַרפֿ­זיניקער אַנאַליטיקער. אָבער דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אין זײַן נײַעם בוך האָט אַ שײַכות צו זײַן אייגענער פּאָזיציע לגבי זײַנע העלדן. דאָס איז ניט קיין טרוקענע פֿאָרשונג וועגן אַ ווײַטן אַמאָל, נאָר אַ לע­בעדיקער שמועס מיט די דענקער, וועלכע האָבן שטאַרק באַווירקט אונדזער אופֿן פֿון פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט.

אַשהיים רעדט וועגן דער "ירושה", וואָס צוויי דורות פֿון דײַטשיש־ייִדישער אינ­טע­ליגענץ האָבן איבערגעלאָזט דער וועלט. דערבײַ איז ער אַליין איינער פֿון די סאַמע דירעקטע יורשים פֿון דער דאָזי­קער טראַדיציע, וואָס איז איינצײַטיק אי סקעפּ­טיש, אי אידעאַליסטיש. עס איז ניט צופֿעליק, וואָס די פּערזענלעכע אַספּעקטן פֿאַרנעמען אַזאַ וויכטיק אָרט אין זײַן שטודיע. דאָס בוך עפֿנט זיך מיטן קאַפּיטל וועגן דער גרופּע ציוניסטישע אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל אין די 1920ער—1930ער יאָרן, צווישן זיי אַרטור רופּין, שמואל הוגאָ בערגמאַן, מאַרטין בובער, ערנסט זימאָן. אין דער נײַער געזעלשאַפֿט פֿונעם ייִשובֿ האָבן זיי פֿאַרנומען אַן אייגנאַרטיקע פּאָזיציע. פֿון איין זײַט, זײַנען זיי געווען חשובֿע אינטעלעקטועלע דעה־זאָגער און טעאָרעטיקער פֿון ציוניזם; אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן זיי געהאַט אַ גאַנץ קריטישע באַציִונג לגבי דער פּראַקטישער פּאָליטיק פֿון דער ציוניסטישער פֿירערשאַפֿט. די פּאָליטיקער פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם האָבן געהאַלטן די "יעקעס" פֿאַר נאַיִווע אידעאַליסטן, וועלכע האָבן ניט געקאָנט פֿאַרשטיין דעם ווירקלעכן מצבֿ פֿון ייִדן אין פּאַלעסטינע.

אַשהיים מאָלט אַ לעבעדיקן קאָלעק­טיוון פּאָרטרעט פֿון דער דאָזיקער גרופּע, וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער אָר­גאַניזאַציע "ברית־שלום". זייער לעבן אין ישׂראל איז געווען גלײַכצײַטיק אי אַ דער­פֿאָלג, אי אַ מפּלה. עס האָט זיך זיי אײַנ­גע­געבן ניט בלויז זיך אַרויסצורײַסן פֿון היטלערס דײַטשלאַנד, נאָר אויך צו פֿאַר­ווירקלעכן זייער חלום און אויפֿבויען דעם אינטעלעקטועלן און קולטורעלן צענטער אין ירושלים. אָבער זיי זײַנען געווען טיף אַנטוישט אין דער מלוכה, וואָס האָט פֿאַרראַטן די ליבעראַלע אידעאַלן פֿון אַ בשלומדיק צוזאַמענלעבן צווישן ייִדן און אַראַבער. טיף אין האַרצן זײַנען די דײַטשיש־ייִדישע אינטעליגענטן פֿאַרבליבן מיטל־אייראָ­פּעיִשע אידעאַליסטן, וועלכע האָבן געגלייבט, אַז די אַלמענטשלעכע הומאַניס­טישע אידעאַלן קאָנען באַקומען אַ פּאָליטישע אַנטוויקלונג. זייער אידעאַליזם איז אין אַ געוויסן זין געווען אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַרן דורכפֿאַל פֿון דעם הומאַניסטישן חלום אין אייראָפּע. ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט דער דאָזיקער ענין אַ טעמע פֿון הייסע וויכּוחים אין ישׂראל און מחוץ לארץ.

די העלדן פֿונעם צווייטן קאַפּיטל זײַ­נען די היסטאָריקער, וועלכע זײַנען גע­בוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד ערבֿ דעם חורבן און האָבן געמאַכט זייערע קאַריע­רעס אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט׃ וואַלטער לאַקער, געאָרג מאָסע, פּיטער גיי, פֿריץ שטערן. זייערע ווערק האָבן פֿאָרמירט דאָס בילד פֿון דײַטשלאַנד און אייראָפּע אין די קעפּ פֿון עטלעכע דורות אַמעריקאַנער סטודענטן. אַשהיים שילדערט דעם פּאָרטרעט פֿון דער דאָזיקער גרופּע ווי אַ קאָנטראַסט צו זייערע קאָלעגן אין דײַטשלאַנד. דער אונטערשיד צווישן די צוויי שיטות פֿון דער דײַטשישער היס­טאָריאָגראַפֿיע איז זייער בולט. בעת די אימיגראַנטן האָבן געלייגט דעם טראַף אויף די קולטורעלע אַספּעקטן, זײַנען זייע­רע קאָלעגן אין דײַטשלאַנד געווען פֿאַר­אינ­טערעסירט, דער עיקר, אין דער סאָ­ציאַלער געשיכטע. עס איז קלאָר, אַז אַשהיים אַליין האָט מער סימפּאַטיע צו דער "קולטורעלער" שול, און בפֿרט צו די מאָראַלישע מאָטיוון, וועלכע האָבן אינספּירירט זייערע היס­טאָרישע פֿאָרשונגען. אָבער ער מוז מודה זײַן, מיט אַ געוויסער אַנטטוישונג, אַז די אימיגראַנטישע טראַדיציע פֿון דער קול­טורע­לער געשיכטע בלײַבט כּמעט ניט באַ­מערקט אין דײַטשלאַנד, וווּ עס דאָמינירט דער "אָביעקטיווער" סאָציאַלער צוגאַנג.

דער לעצטער קאַפּיטל באַהאַנדלט די אַזוי גערופֿענע "איקאָנעס" פֿון דער הײַנט­צײַטיקער קולטור, די דײַטשיש־ייִדי­שע דענ­קער, וועלכע האָבן משפּיעה גע­ווען אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַלמענטש­לעכער קולטור. חנה אַרענדט, גרשום שלום, וואַלטער בנימין, לעאָ שטראַוס, טעאָ­דאָר אַדאָרנאָ בלײַבן עד־היום די דעה־זאָגער פֿון דער פּאָסט־מאָדערנער תּקופֿה. ווי עס באַמערקט אַשהיים, האָבן זיי "איבערגעאַנדערשט דעם באַגריף פֿון ׳גאולה׳ ווי אַ שטענדיקע, אינעווייניקע מעגלעכקייט, וואָס קאָן מקוים ווערן איצט אָדער אין יעדן מאָמענט." פֿון אַשהיימס שטאַנדפּונקט, האָבן זיי אַלע אַזוי אָדער אַנדערש באַרירט דעם עיקרדיקן פּאַראַ­דאָקס פֿון דער הײַנטיקער צײַט׃ די סתּירה צווישן דעם ליבעראַלן אידעאַליזם און דער אַנטי־ליבעראַלער פּראַקטיק פֿון דער מאָדערנער פּאָליטיק. ייִדישע אימי­גראַנטן פֿון דײַטשלאַנד האָבן געמאַכט אַ גוואַלדיקן בײַטראָג אין דער פֿאָרמירונג פֿון דעם הײַנטיקן וועלטבאַנעם. זייער צײַט גייט שוין אונטער, און דערפֿאַר קאָן מען אַרומרעדן די ענינים פֿון דער ירושה.