ייִדיש־וועלט

צווישן די אַמאָליקע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור פֿאַרנעמט ווין אַ באַשיידן אָרט. אין משך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די הויפּטשטאָט פֿון דער אַמאָליקער עסטרײַכיש־אונגערישער אימפּעריע געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר צענדליקער טויזנטער גאַליציאַנער ייִדן — פּליטים פֿון די מיזרחדיקע שטחים, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער פֿראָנט־זאָנע. זיי האָבן מיטגעבראַכט קיין ווין חסידישע מינהגים און די ייִדישע שפּראַך. אַ סך פֿון זיי האָבן נאָך דער מפּלה פֿון דער אימפּעריע ניט געקאָנט באַקומען די עסטרײַכישע בירגערשאַפֿט און זיך אומגעקערט צוריק קיין גאַליציע, וואָס איז צו יענער צײַט אַרײַן אין דער נײַער פּוילישער מלוכה.

אַ קורצע צײַט, צווישן 1919 און 1921, האָט זיך געדוכט, אַז ווין קאָן טאַקע שפּילן אַ געוויסע ראָלע אין אויפֿלעבן די ייִדישע קולטור אין אייראָפּע. דער דאָזיקער חלום האָט געלעבט אין דעם רעלאַטיוו קליינעם קרײַז פֿון ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַע ליטעראַריש־קריטישע צײַטשריפֿט. ווי אַ נאָמען, האָט מען פֿאָרגעלייגט צוויי וואַריאַנטן׃ "בריק" אָדער "קריטיק". ביידע באַגריפֿן האָבן אָפּגעשפּיגלט די צילן פֿון דער נײַער אויסגאַבע. לויט דער כּוונה פֿון די גרינדער, האָט די נײַע צײַטשריפֿט געזאָלט דינען אי ווי אַ קריטישע טריבונע פֿאַר דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, אי ווי אַ בריק צווישן פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער ייִדישער וועלט. בסך־הכּל, זײַנען אַרויס צען נומערן פֿון "קריטיק", וועלכע זײַנען הײַנט יקר־המציאות. עס דאַכט זיך, אַז קיין איין ביבליאָטעק אין דער וועלט פֿאַרמאָגט ניט דעם פֿולן קאָמפּלעט פֿון דער אָריגינעלער אויסגאַבע פֿון "קריטיק".

"קריטיק" איז פֿאַרבליבן דער וויכטיקסטער קאָלעקטיווער אויפֿטו פֿון די ווינער ייִדישע ליטעראַטן. דאָס רובֿ פֿון זיי האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט אין משך פֿון די 1920ער יאָרן, צווישן זיי די וויכטיקסטע מיטאַרבעטער פֿון "קריטיק"׃ מלך ראַוויטש, משה זילבורג, נפֿתּלי ווײַניג. אייניקע מאַטעריאַלן פֿון דער צײַטשריפֿט בלײַבן אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג, און עס איז דערפֿאַר וויכטיק, אַז די דאָזיקע צײַטשריפֿט זאָל ווערן צוטריטלעך פֿאַר דעם ברייטערן עולם. דער נײַער פּראָיעקט אַרויסצולאָזן דעם פֿולן קאָמפּלעט פֿון "קריטיק" מיט קאָמענטאַרן און איבערזעצונגען אויף דײַטש און ענגליש, איז איינער פֿון די סימנים פֿון דעם פֿרישן אינטערעס צו ייִדיש אין עסטרײַך. וועגן דעם דאָזיקן פּראָיעקט און אַנדערע פּלענער איז געגאַנגען די רייד בעת דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אינעם ווינער אוניווערסיטעט, וואָס איז געווען געווידמעט דעם בײַטראָג פֿון גאַליציע אין דער ייִדישער קולטור.

די קאָנפֿערענץ האָט צוגעצויגן סטודענטן, פּראָפֿעסאָרן און אַן אַלגעמיינעם עולם. דער צימער איז געווען פֿולגעפּאַקט מיט מענטשן, וועלכע זײַנען געקומען זונטיק אין דער פֿרי, ניט געקוקט אויף דעם הייסן טאָג. די רעפֿערענטן האָבן באַרירט אַ ברייטן טעמאַטישן דיאַפּאַזאָן. הגם דער ווינער אוניווערסיטעט פֿאַרמאָגט לעת־עתּה ניט קיין אייגענע פֿאָרשער און לערער פֿון ייִדיש, האָט מען לעצטנס געשאַפֿן אַ צײַטווײַליקע פּאָזיציע פֿון אַ ייִדיש־לערער, און דאָס האָט גלײַך צוגעצויגן אַ היפּשע צאָל סטודענטן. בכלל איז ווין הײַנט איינער פֿון די גרעסטע וועלט־צענטערס פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע לימודים, און דער ווינער אוניווערסיטעט פֿאַרמאָגט אַ גרויסן פּאָטענציאַל פֿאַר ייִדישע לימודים. פֿאָרשער מיט פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע אינטערעסן קומען בהדרגה צום פֿאַרשטאַנד, אַז די ייִדישע קולטור איז אַ ברייט פֿעלד, וואָס האָט פֿאַרשידנאַרטיקע און רײַכע געוויקסן.

די קאָנפֿערענץ האָט זיך געעפֿנט מיט די רעפֿעראַטן פֿון צוויי ווינער פּראָפֿעסאָרן פֿון יודאַיִסטיק — אַרמין לאַנגע און קלאַוס דאַווידאָוויטש, וועלכע האָבן באַטראַכט די פּאָזיציע פֿון ייִדיש און זײַן אויפֿגענומען ווערן אין דעם עסטרײַכישן קולטורעלן קאָנטעקסט אַמאָל און הײַנט. דערנאָך האָט דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ אַרמין אײַדהער, דער גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין זאַלצבורג, געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון די דרײַ וויכטיקסטע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור אין דער אַמאָליקער האַבסבורגער אימפּעריע׃ לעמבערג, טשערנאָוויץ און ווין. צום שלוס פֿון דער ערשטער זיצונג האָט טאָמאַס סאָקסבערגער (ווין) פּרעזענטירט דעם פּראָיעקט פֿון צוגרייטן אַ נײַע אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿון "קריטיק". צוויי ווײַטערדיקע רעפֿעראַטן האָבן באַהאַנדלט די ייִדישע פּראָבלעמאַטיק פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון סלאַוויסטיק. פּראָפֿעסאָר פֿיאָדאָר פּאָליאַקאָוו און זײַן תּלמיד טאָמאַס מיקולאַ (ווין) האָבן דערציילט וועגן דער ליטעראַרישער קאַריערע פֿון אָסיפּ דימאָוו, בעת פּראָפֿעסאָר אַלאָיס וואָלדאַן (ווין) האָט אַנאַליזירט די אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן אין די אַלטע באַשרײַבונגען פֿון לעמבערג.

דער הײַנטיקער מצבֿ פֿון ייִדיש אין גאַליציע און בוקאָווינע איז אויך געווען די טעמע פֿון צוויי רעפֿעראַטן, וועלכע זײַנען באַגלייט געוואָרן מיט פֿילם־דעמאָנסטראַציעס. ביידע רעפֿערענטן האָבן געוויזן פֿראַגמענטן פֿון די לעצטע אינטערוויוען מיט יוסף בורג, וואָס זײַנע ווערק זײַנען זייער פּאָפּולער אין עסטרײַך. פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער (אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט) האָט פֿאָרגעשטעלט די רעזולטאַטן פֿון זײַנע פֿעלד־פֿאָרשונגען אין אוקראַיִנע, און פּראָפֿעסאָר גערהאַרד לאַנגער (זאַלצבורג) האָט אַנאַליזירט די רעפּרעזענטאַטיווע ראָלע פֿון דער גערעדטער ייִדישער שפּראַך אין די הײַנטיקע פֿילמען וועגן ייִדישער קולטור אין מיזרח־אייראָפּע. די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער טעאַטער־געשיכטע ד״ר בריגיטע דאַלינגער (ווין) האָט באַטראַכט די קריטיק פֿון דעם ייִדישן טעאַטער אין דער ווינער פּרעסע פֿון די 1920ער יאָרן. צוויי רעפֿעראַטן זײַנען געווען געווידמעט די שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן׃ פּראָפֿעסאָר אַסטריד שטאַרק (באַזעל/מילהויז, עלזאַס) האָט אַנאַליזירט איציק מאַנגערס לידער אין זייער שײַכות מיט דער וועלט־ליטעראַטור, און אײַער "פֿאָרווערטס"־קאָרעספּאָנדענט האָט זיך קאָנצענטרירט אויף דעם אימאַזש פֿון דער שטאָט קראָקע אין די דערציילונגען און זכרונות פֿון מאיר ווינער.

דעם קאָנצעפּטועלן סך־הכּל פֿון דער טעמע "גאַליציע ווי אַ ייִדישער ליטעראַרישער צענטער" האָט געמאַכט פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן פֿון ירושלים. אין זײַן רעפֿעראַט האָט ער אַנטוויקלט אַן אָריגינעלע השערה וועגן דעם ספּעציעלן אָרט, וואָס דער אימאַזש פֿון גאַליציע האָט פֿאַרנומען אין דעם כּוח־הדמיון פֿון ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייער היים און אַרויסגעפֿאָרן אין אַנדערע לענדער. ערשט זײַענדיק אין גלות פֿון גאַליציע — אין ניו־יאָרק, וואַרשע און בערלין — האָט זיך אַנטוויקלט אַן אייגנאַרטיקער גאַליציאַנער ייִדישער סטיל, בעת אין דער היים, אין לעמבערג און אין די סבֿיבֿות, איז די ייִדישע שעפֿערישקייט פֿאַרבליבן געפּענטעט דורך דער שטאַרקער השפּעה פֿון דער דײַטשישער קולטור.