פּובליציסטיק, געשיכטע
Martin Gilbert. Churchill and the Jews. London: Simon & Schuster, 2007.
Martin Gilbert. Churchill and the Jews. London: Simon & Schuster, 2007.

צווישן אַלע וועלט־פּאָליטיקער פֿונעם ערשטן ראַנג איז ווינסטאָן טשערטשיל געווען מן־הסתּם דער סאַמע פֿרײַנדלעכער צו ייִדן. אָן זײַן שטיצע וואָלט דעם ציו­ניסטישן פּראָיעקט געווען אַ סך שווע­רער צו פֿאַרווירקלעכן. ניט אַזוי בולט איז געווען זײַן סימפּאַטיע צו ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז תּמיד געווען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון היט­לערס ראַסיסטישער פּאָליטיק, גרייט צו העלפֿן אירע ייִדישע קרבנות; אָבער ווי דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער האָט טשערטשיל ניט געוואָלט אַרויסשטעלן דעם ייִדישן חורבן אויבן אָן אין זײַן פּאָלי­טיק און פּראָפּאַגאַנדע, ווײַל דאָס וואָלט געקענט אויסגעטײַטשט ווערן דורך די נאַציס ווי אַ באַווײַז, אַז ייִדן דרייען מיט ענגלאַנד.

די געשיכטע פֿון טשערטשילס באַ­ציִונגען מיט ייִדן איז די טעמע פֿונעם נײַעם בוך פֿון דעם באַקאַנטן ענגליש־ייִדישן היסטאָריקער סיר מאַרטין גילבערט, דעם מחבר פֿון דער "אָפֿיציעלער" ביאָ­גראַ­פֿיע פֿון ווינסטאָן טשערטשיל. אַן אויס­געצייכנטער מומחה פֿון טשערטשילס אַרכיוון און זייער אַ פּראָדוקטיווער מחבר, באַטראַכט גילבערט דאָס לעבן פֿון זײַן העלד יאָר נאָך יאָר דורך "ייִדישע ברילן", אָפּשטעלנדיק זיך אויף די עפּיזאָדן, וועלכע האָבן אַזוי אָדער אַנדערש אַ שײַכות צו ייִדן. טשערטשילס טבֿע איז געווען צו באַהאַנדלען אַזאַ מין ענינים פּריוואַט, בעת אַ מיטאָג אָדער אַ וועטשערע מיט איינעם פֿון זײַנע הויכגעשטעלטע ייִדישע חבֿרים. זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט חיים ווײַצמאַן איז געווען באַזונדערס וויכטיק פֿאַר דער ייִדי­שער צוקונפֿט. זייער באַקאַנטשאַפֿט האָט זיך אָנגעהויבן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען ווײַצמאַן, דעמאָלט אַ פּראָ­פֿע­סאָר פֿון כעמיע אין מאַנטשעסטער, האָט אויסגעפֿונען אַ נײַעם מעטאָד פֿון אויס­פֿאַרטיקן אַצעטאָן, וואָס איז געווען נייטיק פֿאַר די מיליטערישע צוועקן.

מיט זײַנע סימפּאַטיעס צו ייִדן און ציוניזם איז טשערטשיל געווען אַ יוצא־דופֿן אין זײַן סבֿיבֿה, בפֿרט צווישן די קאָנ­סערוואַטיווע פּאָליטיקער. ער האָט געגלייבט, אַז די ייִדן אין פּאַלעסטינע וועלן זײַן מער געטרײַ די בריטישע אינטערעסן איידער די אַראַבער, און באַשטאַנען, אַז די בריטישע רעגירונג זאָל זיך האַלטן בײַ דער פּאָליטיק, וואָס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אין דער "באַלפֿור־דעקלאַראַציע" אין 1917. אָבער ס׳רובֿ פּאָליטיקער און אַדמיניסטראַטאָרן האָבן מורא געהאַט, אַז דאָס וועט אָפּשוואַכן די בריטישע פּאָזיציעס אין דער אַראַבישער וועלט, און זײַנען דערפֿאַר געווען גרייט מקריבֿ צו זײַן דעם קליינעם ציוניסטישן ייִשובֿ פֿאַר די אינטערעסן פֿון דער אימפּעריע. דער קאָנפֿליקט צווישן טשערטשיל און דער רעגירונג האָט זיך פֿאַרשאַרפֿט ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, בעתן וויכּוח אַרום דער בריטישער פּאָליטיק, לגבי דער ייִדישער אימיגראַציע קיין פּאַלעסטינע. וואָלט די דאָזיקע פּאָליטיק מקוים געוואָרן, וואָלט מען אין פֿינף יאָר אַרום אָפּגעשטעלט די אימיגראַציע לגמרי, אין הסכּם מיט די אַראַבישע אינטערעסן. טשערטשיל האָט געטענהט, אַז די ציוניסטן העלפֿן צו אַנטוויקלען די ווירטשאַפֿט פֿונעם לאַנד, און דאָס איז גוט סײַ פֿאַר ייִדן, סײַ פֿאַר אַראַבער, און סײַ פֿאַר דער בריטישער אימפּעריע.

אָבער דער אויסבראָך פֿון דער מלחמה האָט מבֿטל געווען אַלע קאָלאָניאַלע פּלע­נער. בעת דער מלחמה, בראָש פֿון דער ברי­טישער רעגירונג, איז טשערטשיל געוואָרן אַ סימבאָל פֿון האָפֿענונג פֿאַר אַ סך ייִדן איבער דער גאַנצער וועלט, באַזונדערס אין פּוילן. גלײַך נאָך דעם סוף פֿון דער מלחמה האָט די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי פֿאַרלוירן די מאַכט, און טשערטשיל איז אַוועק פֿון דער רעגירונג. ער איז פֿאַרבליבן אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער פּאַלעסטינער פּאָליטיק פֿון ניט־אַהין און ניט־אַהער, און האָט געפֿאָדערט, אַז די רעגירונג פֿון די לייבאָריסטן זאָל וואָס גיכער אָנערקענען ישׂראל, ווי אַ נײַע מדינה.

טשערטשילס באַציִונג צו ייִדן האָט אויך געהאַט געוויסע שאָטנדיקע זײַטן. אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון קאָמוניזם, האָט ער באַזונדערס פֿײַנט געהאַט די ייִדישע קאָמוניסטן. אין 1920 האָט ער אויסגעלייגט זײַן קוק אויף דער "ייִדישער פֿראַגע" אין אַ צײַטונג־אַרטיקל "ציוניזם קעגן באָלשע­וויזם: אַ קאַמף פֿאַר דער נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק", וווּ ער האָט געטיילט ייִדן אויף דרײַ מינים: ראשית יענע, וואָס זײַנען געווען געטרײַ דעם לאַנד, וווּ זיי האָבן געלעבט; שנית, די ציוניסטן, וואָס זײַנען געווען אויסן אויפֿצובויען זייער אייגענע מלוכה, און דריטנס, די "אינטערנאַציאָנאַלע ייִדן" (באָלשעוויקעס), וועלכע האָבן גע­וואָלט פֿאַרכאַפּן די גאַנצע וועלט. די ערש­טע צוויי מינים האָט טשערטשיל גע­פּסקנט ווי כּשר, דעם לעצטן — טריף. אין איין רעדע האָט ער אַפֿילו אָנגערופֿן באָל­שעוויזם "אַ ייִדישע באַוועגונג". אַ קעגנער פֿון פֿאַשיזם, איז טשערטשיל דאָך געווען ניט צופֿרידן מיטן ייִדישן קאַמף קעגן דער ענגלישער פֿאַשיסטישער באַוועגונג פֿון אָסוואַלד מאָזלי, בפֿרט אַז בראָש פֿון דעם דאָזיקן קאַמף זײַנען געשטאַנען קאָמוניסטן. אין די שפּעטערע יאָרן האָט ער געהאַט אַ סך צרות מיט די ייִדישע טעראָריסטן פֿון "אצ״ל" און "שטערן"־גרופּע, וועלכע האָבן ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון רוסישע רעוואָלוציאָנערן־טעראָריסטן אין זייער קאַמף קעגן דער ענגלישער מאַכט אין ארץ־ישׂראל.

מאַרטין גילבערטס בוך איז אַ גוטע מתּנה פֿאַר יעדן איינעם, וואָס האָט ליב דאָס "אַלטע גוטע ענגלאַנד" און איז אַ חסיד פֿון ווינסטאָן טשערטשיל. דאָס בוך איז אָנגעשריבן אין אַ ביסל אַלטמאָדישן סטיל, מיט דעם שווערפּונקט אויף דער פּריוואַטער פּאָליטיק. עס פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט אינטערעסאַנטע פּרטים, אָבער עס פֿעלט אַן אַנאַליטישע פּערספּעקטיוו. דער מחבר בלײַבט שטענדיק נאָענט צו זײַן העלד, און דאָס פֿאַרשטערט צומאָל אַ ברייטערן בילד. טשערטשיל האָט יאָ געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער פּאָליטיק, אָבער זײַן בינע איז געווען באַגרענעצט מיט די ווענט פֿון פּריוואַטע הײַזער, רעסטאָראַנען און ביוראָען פֿון רעגירונג. עס איז אַוודאי זייער וויכטיק און אינטערעסאַנט צו וויסן, וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען הינטער די פֿאַרמאַכטע טירן אין די הויכע פֿענצטער, אָבער עס איז נאָך וויכטיקער צו זען דאָס אינעם ברייטערן היסטאָריש־פּאָליטישן קאָנטעקסט.