Ivan Davidson Kalmar and Derek J. Penslar (eds.) Orientalism and the Jews. Brandeis University Press, 2005. |
צו וועמען געהערן ייִדן — צום "מערבֿ" אָדער צום "מיזרח"? די דאָזיקע האַרבע קשיא האָט אין משך פֿון יאָרהונדערטער אינטערעסירט אַ סך ייִדישע און ניט־ייִדישע דענקער, און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט זי אָן אַ קלאָרן ענטפֿער. אייגנטלעך, איז די פֿראַגע אַליין אַ פּועל־יוצא פֿון דער וועלט־שפּאַלטונג אויף צוויי טיילן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער קריסטלעכער אייראָפּע בעתן קאָנפֿליקט מיט די איסלאַמישע "באַרבאַרן". די געאָגראַפֿישע באַגריפֿן "מערבֿ" און "מיזרח" זײַנען בהדרגה באַלאָדן געוואָרן מיט פֿאַרשידענע, צומאָל סתּירותדיקע, זינען. "מערבֿ" ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט פּראָגרעס, פֿרײַהייט און ציוויליזאַציע, בעת "מיזרח" מיינט אָפּגעשטאַנענקייט, ווילדקייט און רעליגיעזע פֿאַנאַטישקייט. אָבער עס איז פֿאַראַן אויך אַ היפּוכדיקער קוק׃ "מערבֿ" קאָן באַדײַטן עגאָיִזם, מאַטעריאַליזם און גײַסטיקע איינזאַמקייט, בעת אין "מיזרח" זוכט מען אַ ריינעם גײַסטיקן אמת.
ייִדן, ווי געוויינטלעך, זיצן צווישן צוויי בענקלעך — אָדער מע טאַנצט אויף צוויי חתונות, אָפּהענגיק פֿונעם קוקווינקל. דער ענין פֿון ייִדן און "אָריענטאַליזם" — דער דאָזיקער באַגריף איז געוואָרן פֿאַרשפּרייט אין דעם געביט פֿון "קולטורעלע שטודיעס" אין 1978, זינט דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך פֿון עדואַרד סאַיִד, אַן אַמעריקאַנער מחבר פֿונעם קריסטלעך־אַראַבישן אָפּשטאַם — ווערט באַהאַנדלט אין צוועלף רעפֿעראַטן אינעם זאַמלבוך, וואָס איז ספּעציעל געווידמעט דער דאָזיקער טעמע. ווי עס באַווײַזן די מחברים, זײַנען פֿאַראַן צוויי מינים פֿון "ייִדישן אָריענטאַליזם". זינט מיטל־אַלטער האָבן די קריסטן אין אייראָפּע געהאַלטן די ייִדן פֿאַר אַ מיזרחדיק פֿאָלק, וואָס האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין דעם גלות. איוואַן דאַווידסאָן קאַלמאַר אַנאַליזירט די בילדער פֿון ייִדישע פּערסאָנאַזשן אין דער אייראָפּעיִשער קונסט און דערווײַזט, אַז מען האָט זיי כּסדר פֿאָרגעשטעלט אין אַראַבישע און טערקישע בגדים. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די אייראָפּעיִשע היסטאָריקער געהאַלטן, אַז די אָריענטאַלע פֿעלקער, בפֿרט די אַראַבישע בעדויִנען, זײַנען פֿאַרפֿרוירן געוואָרן אין דער צײַט און האָבן אָפּגעהיט די אוראַלטע מינהגים פֿון אַבֿרהם־אָבֿינוס צײַטן. דאָס דאָזיקע גלויבעניש האָבן איבערגענומען די ציוניסטישע ראָמאַנטיקער, וואָס זייער ציל איז געווען אומצוקערן די ייִדן צו זייערע אוראַלטע סעמיטישע וואָרצלען.
די מיטאָלאָגישע פֿאָרשטעלונגען האָבן פֿאָרמירט דעם וועלטבאַנעם פֿון די אייראָפּעיִשע רײַזנדע און מיסיאָנערן. ווען זיי פֿלעגן "אַנטדעקן" אַ נײַעם שבֿט ערגעץ אין ווײַטע טיילן פֿון דער וועלט, האָבן זיי גלײַך מודיע געווען, אַז דאָס מוז זײַן אַ רעשטל פֿונעם עכט־סאַמעראָדנעם ייִדישן פֿאָלק פֿון משה־רבינוס צײַטן. וועגן דעם דערציילט אין זײַן קאַפּיטל דער ענגלישער פֿאָרשער טודאָר פּאַרפֿיט. ווי עס ווײַזט זײַן תּלמידה, די יונגע כינעזישע היסטאָריקערין זשאָו־כון, איז די דאָזיקע מיטאָלאָגיע דערגאַנגען אַזש צו כינע, וווּ מען האָט מיט התמדה, אָבער אָן דערפֿאָלג, געזוכט נאָך דעם אוראַלטן כינעזישן־ייִדישן תּנ״ך.
דער אַנדערער אַספּעקט פֿון דעם ייִדישן אָריענטאַליזם האָט צו טאָן מיט די אינעווייניקסטע צעטיילונגען אינעם ייִדישן כּלל אויף "מערבֿדיקע" און "מיזרחדיקע" עדות. דערבײַ זײַנען פֿאַראַן מיזרחדיקע ייִדן פֿון פֿאַרשידענע מינים׃ די מיזרח־אייראָפּעיִשע אַשכּנזים, די צפֿון־אַפֿריקאַנער און די טערקישע ספֿרדים, ייִדן פֿון איראַק, איראַן און אַפֿגאַניסטאַן. ווי עס ווײַזט אָן דליה מאַנאָר אין איר קאַפּיטל, האָט די אָריענטאַלע ראָמאַנטיק שטאַרק באַווירקט די עסטעטיק פֿון "בצלאל"־אינסטיטוט אין ירושלים פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה. וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי, דער פֿירער פֿון דער רעכטער רעוויזיאָניסטישער שיטה פֿון ציוניזם, האָט געחלומט וועגן אַ שמעלץ־קולטור פֿון וועלטלעכער ייִדישקייט, אײַנגעוואָרצלט אין דער ירושה פֿון די מיטל־לענדישע פֿעלקער. אַזאַ מין "מיטל־לענדישע ייִדישקייט" וואָלט געדינט ווי אַ בריק צווישן מערבֿ און מיזרח, דערקלערט עראַן קאַפּלאַן אין זײַן אַרטיקל. זשאַבאָטינסקי האָט אַפֿילו געהאַלטן, אַז די צוקונפֿטיקע ייִדישע מלוכה אין ארץ־ישׂראל דאַרף נעמען פֿאַר איר מוסטער מוסאָליניס איטאַליע און מאַכן מיט איר אַ יד־אַחת קעגן ענגלאַנד.
קורץ נאָך דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל האָבן זיך אין לאַנד אַרײַן געלאָזט די עולים פֿון די מוסולמענישע לענדער, וואָס האָט שטאַרק געענדערט דאָס דעמאָגראַפֿישע און קולטורעלע פּנים פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט; גורם געווען אַ טיפֿן ריס צווישן די אַשכּנזים און די "מיזרחים" און אַרויסגעבראַכט שאַרפֿע קולטורעלע און סאָציאַלע קאָנפֿליקטן אין דער געזעלשאַפֿט. דערעק פּענסלאַר באַטראַכט די דאָזיקע סיטואַציע דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון די אוידיציעס פֿון "קול־ישׂראל" פֿאַר נײַע עולים. די מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע האָט זיך געשטעלט פֿאַר אַ צוועק צו פֿאַרוואַנדלען דעם "מענטשלעכן שטויב" פֿון גלות־ייִדנטום אין אַ נײַעם שבֿט פֿון שטאַרקע ישׂראלים. פּענסלאַר באַמערקט, אַז די אוידיציעס אויף ייִדיש האָבן געהאַט אַ פּריווילעגירטן סטאַטוס צווישן אַנדערע ניט־העברעיִשע פּראָגראַמען, הגם די אָפֿיציעלע מלוכה און די העברעיִשע קולטורעלע עליט האָבן געקוקט אויף ייִדיש מיט ביטול. ייִדיש האָט געדינט ווי אַ מין פֿאַרמיטלער צווישן עבֿרית און אַלע אַנדערע ייִדישע קולטורן, כאָטש דאָס רובֿ פֿון די נײַע עולים אין די 1950ער—1960ער יאָרן זײַנען געווען דווקא פֿון די "מיזרחדיקע עדות" און ניט געקענט קיין ייִדיש. לויט דער מיינונג פֿון פּראָפֿעסאָר ראַז־קראַקאָצקין, זײַנען די "מיזרחים" געוואָרן אַ מין "ייִדן" צווישן די "פֿאַרגוייִשטע" ישׂראלים; דאָס הייסט, אַ דיסקרימינירטע מינאָריטעט אין אַ פֿרעמדער אַשכּנזיש־ישׂראלדיקער סבֿיבֿה, וועלכע האָט ניט געוואָלט אָנערקענען זייער עטנישע און קולטורעלע אייגנאַרטיקייט. די רעאַקציע אויף דעם דאָזיקן מצבֿ האָט אינספּירירט דעם וווּקס פֿון רעליגיעזע פּאַרטייען, וועלכע האָבן פֿאַראייניקט דעם ניט־צופֿרידענעם מיזרחישן "עמך" און געגעבן אים אַ נײַעם אידענטיטעט־געפֿיל.
דאָס בוך "אָריענטאַליזם און די ייִדן" ווײַזט בפֿירוש, אַז דער באַגריף פֿון ייִדישן "אָריענטאַליזם" איז זייער פֿאַרפּלאָנטערט. די ייִדן ווערן צומאָל פֿאָרגעשטעלט אי ווי אַ "מערבֿדיק" אי ווי אַ "מיזרחדיק" פֿאָלק, בפֿרט ווען עס קומט צו די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. פֿונעם מערבֿ־אייראָפּעיִשן שטאַנדפּונקט זעען זיי אויס ווי "האַלב־אַזיאַטן", אָבער אין ישׂראל ווערן זיי מגולגל אין עכטע אייראָפּעער. אַזאַ מין צוויידײַטיקייט שפּיגלט אָפּ די פּראָבלעמאַטישע אידענטיטעט פֿון דער גאַנצער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, וואָס שטייט צווישן מערבֿ און מיזרח און ווייסט ניט, וווּהין צו פֿאַרקערעווען.