ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Елена Аксельрод. Двор на Баррикадной. Воспоминания, письма, стихи. Москва: НЛО, 2008.יעלענאַ אַקסעלראָד. אַ הויף אויף באַריקאַדנע־גאַס. זכרונות, בריוו, לידער. מאָסקווע׃ 2008.

די דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד אַנט­פּלעקט אין איר נײַעם בוך דאָס טאָג־טעג­לע­כע לעבן פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס איר מאַ­מע, די ייִדישע שרײַבערין רבֿקה רובין, האָט כאַ­ראַקטעריזירט ווי "רואה ואינו נראה“. דאָס איז געווען דער קרײַז פֿון לי­טעראַטן און קינסטלער, מערסטנס ייִדן, וועל­כע האָבן פֿאַרדינט זייער שטיקל ברויט מיט איבער­זעצונגען און טעאַטער־אַר­בעט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די פּיאָנערישע רוסיש־ייִדישע צײַטשריפֿטן:  "ראַזסוועט" (אויבן) און "וואָסכאָד"

בתיה וואַלדמאַן. רוסיש־ייִדישע זשורנאַליסטיק (1860 — 1914): ליטעראַטור און ליטעראַרישע קריטיק. ריגע, 2008. [אויף רוסיש]


די ייִדישע פּרעסע אויף דער רוסישער שפּראַך האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן און האָט געבליט ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. איר גאָלדענע תּקופֿה פֿאַלט אויף דער צײַט פֿון פּאָגראָמען און עמיג­ראַ­ציע, ווען די אַסימילירטע אינטעליגענץ האָט פֿון דאָס נײַ באַטראַכט איר באַציִונג צו דעם אייגענעם פֿאָלק.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת אַ זיצונג אויף דער קאָנפֿערענץ, פּעטערבורג, 2008

מיט הונדערט יאָר צוריק איז אין סאַנקט־פּעטערבורג געשאַפֿן געוואָרן די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעל­שאַפֿט. כּדי אָפּצומערקן דעם דאָזיקן יובֿל און אַרומרעדן זײַנע פּועל־יוצאס, האָט דער צענטער “פּעטערבורגער יודאַיִק" בײַם אייראָ­פּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּע­טער­בורג בשותּפֿות מיטן מאָסקווער צענטער צו פֿאָרשן דעם רוסישן און מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אָרגאַניזירט אַן אַקאַדע­מישע קאָנפֿערענץ.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּאַוועל זאַלצמאַן — דרײַיִקער אויטאָ־פּאָרטרעט

דער מצבֿ פֿון אַ קינסטלער אין דער ייִדישער מדינה איז ניט קיין פֿריילעכער, און בפֿרט ווען דער דאָזיקער קינסטלער איז אַ רוסישער עולה. דאָס רובֿ רוסיש־ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם הייליקן לאַנד מיט אַ יאָר פֿופֿצן־צוואַנציק צוריק, בלײַבן ווייניק באַקאַנט אי אין ישׂראל אי חוץ־לארץ. אינעם שווערסטן מצבֿ געפֿינען זיך דווקא די קינסטלער, וועלכע ווילן ממשיך זײַן די טראַדיציעס פֿון דער רוסיש-ייִדישער קונסט ווי זי האָט עקזיסטירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גריגאָרי פּאַטושינסקי

ס. פּ. זוויאַגין, "די פּאַטושינסקיס׃ דאָס ייִדנטום פֿון מיזרח־סיביר אונטער די באַדינגונגען פֿון סאָציאַלע איבערקערענישן אין ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט", קראַסנאָיאַרסק, 2007.


"ייִדן אין סיביר און אויף ווײַטן מיזרח׃ געשיכטע און הײַנטצײַטיקייט", מאַטעריאַלן פֿון דער אַכטער וויסנשאַפֿטלעכער פּראַקטישער קאָנפֿערענץ. קראַסנאָיאַרסק, 2007.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַנײַטער זשורנאַל "צוקונפֿט", רעדאַגירט פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, האָט שוין באַקומען אַ פֿעסטן פֿאָרמאַט, וואָס שפּיגלט אָפּ די אידעיִשע און קולטורעלע אײַנשטעלונגען פֿון דער רעדאַקציע. יעדער נומער עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקן שמועס מיט איינעם פֿון די חשובֿע ייִדישע קולטור־טוער, געבוירן אין אַמעריקע און האָט געמאַכט אַ וויכטיקן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש. דאָס מאָל טרעפֿט מען זיך אויף די זײַטן פֿון דער צײַטשריפֿט מיט חנה מלאָטעק.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Michael Stanislawski. A Murder in Lemberg: Politics, Religion, and Violence in Modern Jewish History. Princeton: Princeton University Press, 2007.

דעם 6טן סעפּטעמבער פֿון 1848 איז אין לעמבערג פּלוצעם געשטאָרבן דער באַקאַנטער ליבעראַלער ראַבינער אַבֿרהם כהן (קאָן). די עסטרײַכישע פּאָליציי האָט גלײַך חושד געווען אַ מאָרד און געכאַפּט עטלעכע פֿרומע ייִדן. מען האָט גיך פֿעסטגעשטעלט, אַז איינער אָּבֿרהם בער פּילפּעל האָט זיך אַ ווײַלע געדרייט אין דער קיך פֿון כּהנס דירה, בעת די קעכין האָט געקאָכט דאָס מיטיק־עסן. מען איז געווען זיכער, אַז פּילפּעל האָט אַרײַנגעגאָסן אַרסעניק אינעם טעפּל מיט זופּ, וואָס האָט אָפּגעסמט די גאַנצע משפּחה.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Elena M. Katz. Neither With Them, Nor Without Them: The Russian Writer and the Jew in the Age of Realism. Syracuse University Press, 2008.

די רוסישע ליטעראַטור שטאָלצירט מיט איר מיטפֿילעוודיקייט צו אַלע "דער­ני­דעריקטע און באַליידיקטע", ווי עס שטייט אינעם טיטל פֿון דאָסטאָיעווסקיס אַ ראָמאַן. אָבער איינצײַטיק פֿאַרמאָגן די סאַמע באַרימטע רוסישע שרײַבער געוויסע סטערעאָטיפּן, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַנדערע נאָציאָנאַליטעטן. די פּאָליאַקן ווערן אָפֿטמאָל אויסגעמאָלט גדלותדיק און בגידהדיק, די דײַטשן זײַנען פֿלײַסיק, אָבער טעמפּ אויפֿן שׁכל. דער סאַמע פֿרעמדער און געפֿערלעכער סטערעאָטיפּ איז דער ייִדישער, וועלכער ווערט אַנאַליזירט אין דעם נײַעם בוך פֿון יעלענאַ קאַץ וועגן דרײַ רוסישע קלאַסיקער: ניקאָלײַ גאָגאָל, פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי און איוואַן טורגעניעוו.

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Laurel Plapp, Zionism and Revolution in European-Jewish Literature. New York: Routledge, 2008.

דאָס בוך "אָריענטאַליזם" פֿון עדוואַרד סאַיִד, דעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער ליטע­ראַטור־פֿאָרשער פֿון פּאַלעסטינישן אָפּשטאַם, וואָס איז אַרויס אין 1978, פֿאַרמאָגט ביז הײַנט אַ שטאַרקע השפּעה אויף די לינק־געשטימטע אינטעלעקטואַלן אין אייראָפּע און אַמעריקע. סאַיִדס טעזיס איז גאַנץ פּשוט׃ די גאַנצע אייראָפּעיִשע קולטור איז דורכגעדרונגען מיטן ביטול־געפֿיל לגבי דעם "אָריענט", וואָס מען מאָלט ווי אַן אָרט פֿון פּרימיטיווע מענטשן מיט ווילדע מנהגים. סאַיִד באַשולדיקט די קלאַסישע אייראָפּעיִשע ליטעראַטור אין פֿאַרשפּרייטן און באַרעכטיקן די דאָזיקע זאַבאָבאָנעס און אויף אַזאַ אופֿן אונטערשטיצן די קאָלאָניאַלע פּאָליטיק.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַן ריי. טרערן, 1936

די נײַע אויסשטעלונג אינעם לאָנדאָנער מוזיי "טייט־מאָדערן" אַנטפּלעקט ניט קיין נײַע נעמען אָדער ריכטונגען אין דער מאָדערנער קונסט. אַנשטאָט דעם, ברענגט זי צונויף די ווערק פֿון דרײַ קלאַסיקער, וועלכע האָבן באַשטימט די ריכטונג פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קונסט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ מאַרסעל דושאַן, פֿראַנסיס פּיקאַביאַ און מאַן ריי. זייער שעפֿערישע צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט שפּעטער ממשיך געווען אין פּאַריז.

ליטעראַטור, קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צוויי זעלבסט־פּאָרטרעטן פֿון אײַזיק ראָזענבערג. געשאַפֿן אין 1911 (רעכטס), און 1915 (לינקס)

יעדע תּקופֿה נייטיקט זיך אין קולטו­רעלע פֿאָרגייער פֿונעם עבֿר, וועלכע פֿאַר­קערפּערן זײַנע שטימונגען און ווערטן. אין ענגלאַנד איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן אײַזיק ראָזענבערג (1890—1918), אַ דיכטער און קינסטלער, וועלכער איז געפֿאַלן אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט דרײַ חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אינטערעס צו ראָזענבערגן און אַנדערע ענגלישע דיכטער פֿון מלחמה־גריבער איז גאַנץ נאַטירלעך אינעם יאָר, ווען מען מערקט אָפּ דעם 90סטן יאָרטאָג זינט דעם סוף פֿון דער "גרויסער מלחמה", וואָס האָט געקאָסט ענגלאַנד אַ סך מער לעבנס, איידער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Gil Anidjar. Semites: Race, Religion, Literature. Stanford University Press, 2008.

דער ליטעראַרישער טעאָרעטיקער, פּראָפֿע­סאָר פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט גיל אַנידזשאַר, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן נטיה צו פּראָוואָקאַציע. דער קאָנסערוואַטיווער פּובליציסט דוד האָראָוויץ האָט אים אָפּגעגעבן אַ כּבֿוד און אַפֿילו אַרײַנגענומען אַנידזשאַרס נאָמען אין דער רשימה פֿון "101 סאַמע געפֿערלעכע אַקאַדעמיקער אין אַמעריקע", צוליב זײַנע ראַדיקאַלע ארויסזאָגונגען קעגן ציוניזם און ישׂראל. אַזאַ מין רעקלאַמע וועט אַוודאי ניט שאַטן אַנידזשאַרס גוטן שם אין דער לינקער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַן פּובליציסטיק, ביכער און לעקציעס.