קונסט
פּאַוועל זאַלצמאַן — דרײַיִקער אויטאָ־פּאָרטרעט
פּאַוועל זאַלצמאַן — דרײַיִקער אויטאָ־פּאָרטרעט

דער מצבֿ פֿון אַ קינסטלער אין דער ייִדישער מדינה איז ניט קיין פֿריילעכער, און בפֿרט ווען דער דאָזיקער קינסטלער איז אַ רוסישער עולה. דאָס רובֿ רוסיש־ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם הייליקן לאַנד מיט אַ יאָר פֿופֿצן־צוואַנציק צוריק, בלײַבן ווייניק באַקאַנט אי אין ישׂראל אי חוץ־לארץ. אינעם שווערסטן מצבֿ געפֿינען זיך דווקא די קינסטלער, וועלכע ווילן ממשיך זײַן די טראַדיציעס פֿון דער רוסיש-ייִדישער קונסט ווי זי האָט עקזיסטירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. און כאָטש די סאָ­ווע­טישע מאַכט האָט ניט אָנערקענט די ייִדישע קונסט אָפֿיציעל, האָט זי, די מאַכט, געלאָזט פֿונדעסטוועגן צו לעבן די ייִדישע קינסטלער און אַפֿילו געגעבן זיי באַשיידענע פּרנסות, דער עיקר, אויפֿן פֿעלד פֿון ביכער־אילוסטראַציעס און טעאַטער־דעקאָראַציעס. אין ישׂראל האָט מען אַן אייגענעם קוק אויף דער ייִדישער קונסט, דעריבער פּאַסט די רוסיש־ייִדישע טראַדיציע זיך ניט אַרײַן אין די אָרטיקע דלת אמות.

אָלגאַ קונדינאַ — קאָרטן־שפּילער, 2003
אָלגאַ קונדינאַ — קאָרטן־שפּילער, 2003

אַ דאַנק דעם ריזיקן וווּקס פֿון נאַפֿט־פּרײַזן, איז רוסלאַנד פּלוצעם געוואָרן רײַך. צווישן די נײַע אינטערעסן פֿון די אויפֿ­גע­קומענע רוסישע גבֿירים פֿאַרנעמט קונסט אַ חשובֿ אָרט. די סאַמע בעסטע אויסלענדישע קונסט־הענדלער ברענגען קיין מאָסקווע ווערק פֿון רובענס און מאַטיס, לוסיען פֿרויד און פֿרענסיס בעקאָן, וועלכע ווערן צעכאַפּט ווי הייסע פּירעזשקעס. די רוסישע קונסט פֿון גאָר פֿאַרשידענע סטילן, פֿון דעם סטאַטעטשנעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם ביז צו דעם סאַמע לעצטן פּאָסט־מאָדערניסטישן קאָנצעפּטואַליזם, איז אויך געוואָרן אַ "הייסע סחורה". אַ היפּשע צאָל הענדלער און זאַמלער זײַנען ייִדן. אָבער די ייִדישע קינסט­לער, וועלכע האָבן געפֿאָלגט נאָך דעם ציוניסטישן חלום, זײַנען נעבעך פֿאַרבליבן בײַ דער זײַט, ווי אָרעמע קרובֿים בײַם רײַכן טיש.

עס קומט דערפֿאַר אַ ייִשר־כּוח דעם מאָסק­ווער מוזיי פֿון דער אָריענטאַלישער קונסט, וועלכער האָט אָרגאַניזירט אַן אייגנאַר­טיקע אויס­שטעלונג אונטער דעם נאָמען “מיטל־אַזיע — מאָסקווע — ירושלים". די דאָ­זיקע אויס­שטעלונג באַקענט דעם רוסישן עולם מיט דעם פֿענאָמען פֿון דער רוסיש־ישׂראל­דיקער קונסט. ווי עס קומט אַרויס פֿונעם טיטל, באַטאָנט די אויסשטעלונג דווקא דעם אָריענ­טאַלישן, “אַזיאַטישן" אַספּעקט פֿון דער דאָזיקער קונסט. פֿאַרן הײַנטיקן מערבֿ­דיקן אינטעליגענט איז דער באַגריף “אָריענ­טאַליזם" פֿאַרבונדן, קודם־כּל, מיט דער קאָלאָ­ניאַלער פּאָליטיק פֿון ענגלאַנד און פֿראַנק­רײַך, אָבער אינעם רוסישן קאָנטעקסט האָט דער דאָזיקער מאָטיוו גאָר אַן אַנדערן טעם. פֿאַר אַ סך ייִדן איז די סאָוועטישע מיטל־אַזיע געוואָרן בעת דער מלחמה אַ צווייטע היים, וווּ זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿון חורבן. דאָס לעבן דאָרט איז ניט געווען צוקער־זיס, אָבער דער קינסטלערישער כּוח־הדמיון איז געוואָרן פֿאַרכּישופֿט דורך דעם אייגנאַרטיקן קאָלאָריט פֿון דער געגנט און אירע תּושבֿים.

באָריס קאַראַפֿעלאָוו — אַ רעסטאָראַן אין ירושלים, 2001
באָריס קאַראַפֿעלאָוו — אַ רעסטאָראַן אין ירושלים, 2001

עס איז ניט צופֿעליק, וואָס דווקא אין מיטל־אַזיע האָבן די אייראָפּעיִשע ייִדישע קינסטלער דערזען עפּעס אַזוינס, וואָס האָט זיי דערמאָנט אין דעם אוראַלטן ארץ־ישׂראל. אָבער כּדי צו דערקענען די דאָזיקע מאָ­טיוון, דאַרף מען קוקן אויף זייער קונסט דורך ספּעציעלע ייִדישע ברילן. פֿאַרן געוויינט­לעכן אויג זעען די דאָזי­קע בילדער אויס ווי טיפּי­שע סאָווע­טישע ווערק, וועלכע באַזינ­גען די “פֿרײַנדשאַפֿט פֿון פֿעל­קער" אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דווקא די ייִדישע קינסט­לער און ליטעראַטן זײַנען געווען צווישן די סאַמע איבערגעגעבענע חסידים פֿון דער דאָזיקער אידעע. זיי האָבן געדינט ווי פֿאַר­מיטלער צווישן מיטל־אַזיע און רוסלאַנד, האָבן פֿאַרטײַטשט די אַלטע און נײַע קולטורן פֿונעם דאָזיקן קאַנט פֿאַרן רוסישן עולם.

לאה זאַרעמבאָ — רוסישע שיפֿן אינעם ציוניסטישן ים
לאה זאַרעמבאָ — רוסישע שיפֿן אינעם ציוניסטישן ים

זייערע יורשים זײַנען געווען יענע רוסישע ייִדן, וועלכע זײַנען אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל אין די 1990ער. די פּאַראַלעלן צווישן טאַשקענט און באַקו, פֿון איין זײַן, און ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ, פֿון דער אַנדערער זײַט, זעט מען בולט אָן אין דער רוסיש־ישׂראלדיקער ליטעראַטור און קונסט. די מאָסקווער אויסשטעלונג ברענגט צונויף די דרײַ דורות רוסיש־ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן אַזוי אָדער אַנדערש באַרירט די אָריענטאַלישע טעמע. אַ בכּבֿודיק אָרט צווישן דעם עלטערן דור פֿאַרנעמט רואבֿן מאַזעל (1890—1967). אַ געבוירענער אין וויטעבסק, האָט מאַזעל באַזוכט די באַרימ­טע שול פֿון יהודה פּען און דערנאָך שטודירט אין מינכן. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט מאַזעל געדינט אין דער רוסישער אַרמיי אין טורקעסטאַן און איז שוין דאָרט פֿאַרבליבן. ווי ער זאָגט אַליין, איז ער דאָרטן “צום ערשטן מאָל געווויר געוואָרן וועגן דעם ציל פֿון זײַן קונסט." אויף מאַזעלס בילדער שפּילן זיך אויס די עפּיזאָדן פֿונעם תּנ״ך אין די דעקאָראַציעס פֿון דעם טורקמענישן מידבר.

רואבֿן מאַזעל — פֿרויען גייען אין באָד
רואבֿן מאַזעל — פֿרויען גייען אין באָד

אין אַ גאַנץ אַנדערן, איראָנישן, שליסל, ווערן די אָריענטאַלישע און ייִדישע מאָ­טיוון אַרײַנגעפֿלאָכטן אין די ווערק פֿונעם גראַפֿיקער פּאַוועל זאַלצמאַן (1912—1985), וועלכער האָט אָפּגעשפּיגלט די פֿינצטערע אַטמאָספֿער פֿון די 1940ער יאָרן. דאָס רובֿ אויסגעשטעלטע ווערק געהערן צו דעם הײַנטיקן דור קינסטלער, וואָס איז טע­טיק אין ישׂראל׃ מיכאל יאַכילעוויטש, באָריס קאַראַפֿעלאָוו, לאה זאַרעמבאָ, עלאַ בישעווס­קאַיאַ, ליובאָוו זשוכאָוויטשער, אָלגאַ קונ­דינאַ. זיי אַרבעטן אין פֿאַרשידענע סטילן און זייער באַציִונג צו דער אַרומיקער ווירק­לעכקייט איז אויך פֿאַרשיידן. אייניקע זײַנען פֿאַרבליבן איבגערגעגעבענע ציוניסטן, די אַנדערע האָבן זיך אַנטוישט אין דעם חלום, ווען זיי האָבן דערזען די וואָר. וואָס ברענגט זיי צוזאַמען איז זייער אָנגעהעריקייט צו דער רוסיש־ייִדישער קולטורעלער טראַדיציע פֿון דער בילדערישער קונסט. אַלע ווערק טראָגן אין זיך אַ געוויסן פֿילאָסאָפֿישן שליחות, וואָס ווערט אָנגעטאָן אין אָריענטאַלישע בגדים.

לעת־עתּה בלײַבן די דאָזיקע קינסטלער ניט דערשאַצט און ווייניק באַקאַנט. אָבער עס איז זייער מעגלעך, אַז אין אַ צײַט אַרום וועלן זיי פֿאַרנעמען אַ צענטראַל אָרט אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט, און מען וועט זוכן זייערע ווערק מיט ליכט איבער דער גאַנצער וועלט.