|
בעת אַ זיצונג אויף דער קאָנפֿערענץ, פּעטערבורג, 2008 |
|
מיט הונדערט יאָר צוריק איז אין סאַנקט־פּעטערבורג געשאַפֿן געוואָרן די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט. כּדי אָפּצומערקן דעם דאָזיקן יובֿל און אַרומרעדן זײַנע פּועל־יוצאס, האָט דער צענטער “פּעטערבורגער יודאַיִק" בײַם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג בשותּפֿות מיטן מאָסקווער צענטער צו פֿאָרשן דעם רוסישן און מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אָרגאַניזירט אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ.
אין פּעטערבורג זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן פֿאָרשער פֿון מעקסיקע ביז דרום־קאָרעע — אַ סימן, אַז די געשיכטע פֿון די רוסישע ייִדן איז ממש אַ וועלט־פֿענאָמען.
ס׳רובֿ רעפֿעראַטן האָבן אַזוי אָדער אַנדערש באַרירט די טעטיקייט פֿון דער ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט. אייניקע אויפֿטריטן האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף ספּעציפֿישע פֿאַלן׃ אַנאַטאָלי כײַעש (פּעטערבורג) האָט דערציילט וועגן דעם, ווי די מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט האָבן געראַטעוועט ווערטפֿולע זאַכן און ביכער פֿון די שילן און ישיבֿות אין ווײַסרוסלאַנד בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. צום באַדויערן, האָבן זיך די דאָזיקע אוצרות געוואַלגערט דערנאָך לאַנגע יאָרן אויפֿן בוידעם פֿון דער לענינגראַדער כאָר־שיל, ביז מען האָט זיי צוגעגנבֿעט.
צוויי רעפֿעראַטן האָבן ספּעציעל באַהאַנדלט די אַרכיוואַלע ענינים׃ יעפֿים מלמד (קיִעוו) האָט נאָכגעפֿאָלגט דעם גורל פֿון די קאָלעקציעס פֿון דאָקומענטן און קונסט, וועלכע די געזעלשאַפֿט האָט אָנגעזאַמלט אין משך פֿון איר אַרבעט, און מיכאל בייזער (ירושלים) האָט געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון אויסלענדישע אַרכיוון, וווּ עס געפֿינען זיך מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו דער טעטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט.
אַ צאָל רעפֿעראַטן האָב אַנאַליזירט דעם היסטאָרישן, פּאָליטישן און קולטורעלן קאָנטעקסט, אין וועלכן עס האָט פֿונקציאָנירט די פּעטערבורגער ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט. וולאַדימיר לעווין (באר־שבֿע) האָט באַטראַכט די געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אָנזיכטן און פּאָזיציעס פֿון די מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט; איוואָן קליינמאַן (לײַפּציג) האָט פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע עטנאָגראַפֿן פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט; איר קאָלעגע קערסטין אַרמבאָרסט (מײַנץ) האָט פֿאַרגליכן די מעטאָדאָלאָגיע פֿון די רוסישע און מערבֿ־אייראָפּעיִשע פֿאָרשונגען אינעם געביט פֿון ייִדישער געשיכטע און עטנאָגראַפֿיע; צירל קוזניץ (באַרד קאָלעדזש, שטאַט ניו־יאָרק) האָט געמאַכט אַן ענלעכן פֿאַרגלײַך צווישן דער ווילנער ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט און דעם ייִוואָ.
אַ צאָל רעפֿעראַטן זײַנען געווען געווידמעט די פּערזענלעכקייטן און פּובליקאַציעס, וועלכע האָבן אַזוי אָדער אַנדערש געהאַט צו טאָן מיט דער געזעלשאַפֿט׃ פּסח מאַרעק און זײַן ניט־פֿאַרעפֿענטלעכע “געשיכטע פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ" (גאַלינאַ עליאַסבערג, מאָסקווע); מאיר באַלאַבאַן (וויקטאָריאַ מאָטשאַלאָוואַ, מאָסקווע); ש. אַנ־סקי (בת־שבֿע אידאַ גאָלדמאַן, ירושלים); לעוו קליינבאָרט (קריס מאָנדײַ, דרום־קאָרעע). וועראַ קנאָרינג (פּעטערבורג) האָט געמאַכט אַ ביבליאָגראַפֿישן איבערזיכט פֿון דעם זשורנאַל “יעוורייסקאַיאַ סטאַרינאַ" (ייִדישער עבֿר). וועגן ייִדישע מוזייען און אויסשטעלונגען האָבן דערציילט אַלעקסאַנדר איוואַנאָוו, וואַלערי דימשיץ (ביידע פֿון פּעטערבורג) און אַנאַ לעבעט־מינאַקאָווסקאַ (קראָקע).
הגם דאָס רובֿ רעפֿעראַטן האָבן אַזוי אָדער אַנדערש באַהאַנדלט די קולטור און געשיכטע פֿון אַשכּנזים, האָבן צוויי רעפֿערענטן פֿאַרברייטערט די דאָזיקע גרענעצן׃ מיכאל נאָסאָנאָווסקי (ניו־יאָרק) האָט אַנאַליזירט דעם סיכסוך צווישן צוויי באַרימטע רוסישע העברעיִסטן, דניאל כוואָלסאָן און אַבֿרהם האַרקאַווי, מכּוח דער דאַטירונג פֿון די ייִדישע און קאַראַיִמישע מצבֿות אין קרים; און ירון בן־נעה (ירושלים) האָט געוואָרפֿן שײַן אויפֿן מצבֿ פֿון יונגע סלאַווישע שקלאַפֿינס בײַ די ייִדישע בעלי־ביתּים אין איסטאַמבול אין 17טן־19טן יאָרהונדערט.
ברײַען האָראָוויץ (ניו־אָרלינס) האָט באַמערקט, אַז אונדזער קוק אויף דעם נעכטן ווערט שטאַרק באַווירקט פֿון אונדזער פּאָזיציע לגבי הײַנט. דער דאָזיקער געדאַנק איז באַשטעטיקט געוואָרן אין די רעפֿעראַטן פֿון צוויי יונגע פּעטערבורגער היסטאָריקערינס, אָלגאַ מינקינאַ און מאַיאַ וויטענבערג. אויפֿן סמך פֿון די נײַ־געפֿונענע אַרכיוואַלע דאָקומענטן, האָבן זיי רעווידירט די אָנגענומענע באַגריפֿן פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע פֿון 19טן יאָרהונדערט.
דער נײַער דור רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער און עטנאָגראַפֿן ווערט אויסגעשולט אין דעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין פּעטערבורג. דער סימבאָלישער המשך צווישן דעם אַמאָליקן און איצטיקן ייִדישן פּעטערבורג איז באַטאָנט געוואָרן בעת דער פּרעזענטאַציע פֿון די נײַע ביכער. פּראָפֿעסאָר וויקטאָר קעלנער האָט פֿאָרגעשטעלט דעם פֿרוכט פֿון זײַן לאַנג־יאָריקער מי, די ערשטע וויסנשאַפֿטלעכע ביאָגראַפֿיע פֿון שמעון דובנאָוו; וואַלערי דימשיץ האָט פּרעזענטירט די לעצטע צוויי בענד פֿון דער סעריע "פֿאָטאָגראַפֿישער ירושה פֿון אַנ־סקיס אַרכיוו", און גאַלינאַ עליאַסבערג האָט פּרעזענטירט די פֿאָרשונג פֿון בתּיה וואַלדמאַן (באר־שבֿע) וועגן דער רוסיש־ייִדישער בעלעטריסטיק צווישן די יאָרן 1860 און 1914. וועגן אָט די אַלע נײַע פּובליקאַציעס וועלן מיר ספּעציעל אָנשרײַבן אין די קומעדיקע נומערן פֿון “פֿאָרווערטס".
די פּעטערבורגער קאָפֿערענץ האָט ווידער אַ מאָל געוויזן, אַז די הײַנטיקע רוסיש־ייִדישע וויסנשאַפֿט האָט שוין געפֿונען אַן אייגענעם וועג. מע בויט דאָ אויף דעם בנין, וואָס זײַן פֿונדאַמענט איז פֿאַרלייגט געוואָרן דורך די גדולים פֿון סוף 19טן־אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, אַזעלכע ווי דובנאָוו, געסען, אַנ-סקי. די סאָוועטישע תּקופֿה בלײַבט דערווײַל ניט־דערפֿאָרשט, און מע האָט דערווײַל אַ קנאַפּע אַנונג וועגן די ווערק פֿון די ייִדישע פֿאָרשער פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן. די סיבות דערצו זײַנען צוויי׃ די דאָזיקע ווערק זײַנען אָנגעשריבן אויף ייִדיש, און דערצו פֿולגעפּאַקט מיטן האַרבן מאַרקסיסטישן זשאַרגאָן. די נײַע ענגליש־שפּראַכיקע ווערק זײַנען בעסער באַקאַנט, און ווערן בהדרגה איבערגעזעצט אויף רוסיש.
בײַ דעם גאַנצן דרך־ארץ צו די קלאַסיקער, קוקט מען אויף זייער ירושה מיט קריטישע אויגן. עס קלינגט איראָניש, אָבער די הײַנטיקע רעוויזיע פֿון דער אַלטער רוסיש־ייִדישער וויסנשאַפֿט איז צומאָל ענלעך צו דער מאַרקסיסטישער קריטיק פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. מע גייט אַוועק פֿון דעם טראַדיציאָנעלן אימאַזש פֿון ייִדן ווי אַן אייביקן קרבן, און מע באַטראַכט זיי ווי אַן אַקטיוון געזעלשאַפֿטעלכן כּוח; מע האָט מער אינטערעס צו כּלערליי קאָנפֿליקטן און סתּירות אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. אָבער ביז איצט בלײַבן די נײַע ווערק פֿון די ייִדיש־רוסישע פֿאָרשער ווייניק באַקאַנט אין אויסלאַנד, מחוץ דעם שמאָלן קרײַז אַקאַדעמיקער, וועלכע קענען לייענען רוסיש. די פּראָבלעם פֿון איבערזעצונג און אויסטײַטשונג ווערט אַלץ שאַרפֿער, אָבער דערווײַל זעט מען ניט קיין פּראָגרעס אין דער דאָזיקער ריכטונג.