David Bergelson: From Modernism to Socialist Realism. Edited by Joseph Sherman and Gennady Estraikh. Oxford: Legenda, 2007 |
דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון פֿופֿצן רעפֿעראַטן וועגן דוד בערגעלסאָן איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ענגליש־שפּראַכיקער ביבליאָטעק פֿון קריטישע פֿאָרשונגען וועגן ייִדישער ליטעראַטור. צוליב אַ סיבה, וואָס איז שווער צו דערקלערן, איז דער ביאָגראַפֿישער זשאַנער ניט פּאָפּולער צווישן די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשער. ביז הײַנט פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געהעריקע קריטישע ביאָגראַפֿיעס פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער, שוין אָפּגערעדט פֿון זייערע ווייניקער־באַרימטע מיטצײַטלער און נאָכפֿאָלגער. אין די לעצטע יאָרן האָבן זיך באַוויזן צוויי זאַמלונגען פֿון קאָנפֿערענץ־רעפֿעראַטן וועגן ש. אַנ־סקי און שלום אַש, וועלכע פֿילן אויס, אין אַ געוויסער מאָס, דעם דאָזיקן בלויז. דער נײַער באַנד וועגן בערגעלסאָן איז אַ פֿרישער בײַטראָג צו דער דאָזיקער קליינער סעריע.
די ערשטע זאַך, וואָס וואַרפֿט זיך אין די אויגן ווען מען עפֿנט דאָס נײַע בערגעלסאָן־בוך, איז די פּרעכטיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם אַרכיוו פֿון דעם שרײַבערס זון, לעוו בערגעלסאָן. די איינצלנע קאַפּיטלען, וואָס פֿאָלגן דעם כראָנאָלאָגישן סדר, דעקן אַלע עטאַפּן פֿון בערגעלסאָנס שעפֿעריש לעבן. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט יוסף שערמאַנס ביאָגראַפֿישן איבערזיכט פֿון בערגעלסאָנס לעבן. צום סוף פֿונעם בוך געפֿינט מען אַ נײַע ביבליאָגראַפֿיע פֿון בערגעלסאָנס ווערק אויף ייִדיש און אין די ענגלישע איבערזעצונגען, וואָס איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך ראָבערטאַ זאַלצמאַן פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. ווי אַ בײַלאַגע, פֿאַרמאָגט דאָס בוך בערגעלסאָנס צוויי וויכטיקסטע אַרטיקלען אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון יוסף שערמאַן׃ "דיכטונג און געזעלשאַפֿטלעכקייט" (1919) און "דרײַ צענטרען" (1926).
נאַטירלעך, פֿאַרנעמט בערגעלסאָנס ליטעראַרישע שאַפֿונג דאָס צענטראַלע אָרט אינעם בוך. דרײַ קאַפּיטלען זײַנען געווידמעט זײַנע ראָמאַנען. דניאלאַ מאַנטאָוואַן (הײַדלבערג, דײַטשלאַנד) אַנאַליזירט דעם ענין פֿון סטיליסטישער השפּעה אויף "נאָך אַלעמען" מצד דער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור, בפֿרט פֿון גוסטאַוו פֿלאָבער. דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות גיט זיך אָפּ מיט די ליטעראַריש־קינסטלערישע אַספּעקטן פֿון בערגעלסאָנס ווערק וועגן רעוואָלוציע און בירגער־קריג, פֿון "צוגווינטן" ביז "מידת־הדין". האַריעט מוראַוו (אורבאַנאַ־שאַמפּיין, אילינוי) אַנטפּלעקט דעם קאָמפּליצירטן כאַראַקטער פֿון באַציִונגען צווישן בערגעלסאָנס שעפֿערישער פֿאַנטאַזיע און די נאָרמען פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם אין זײַן ראָמאַן "בײַם דניעפּר", וואָס שאַפֿט אַן אייגנאַרטיקע היסטאָריש־ביאָגראַפֿישע פּערספּעקטיוו אויף דעם מחברס קינדער־יאָרן.
די נאָוועלע "יוסף שור", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿראַגמענט פֿונעם ניט־פֿאַרענדיקטן ראָמאַן "אין פֿאַרטונקלטע צײַטן" — איינע פֿון די לעצטע ווערק פֿון בערגעלסאָנס מאָדערניסטישן פּעריאָד — ווערט אַנאַליזירט אינעם רעפֿעראַט פֿון שמואל־לייזער וואָליץ (אָסטין, טעקסאַס). בערגעלסאָן האָט זיך קונה־שם געווען ווי איינער פֿון די סאַמע "ערנסטע" ייִדישע שרײַבער פֿאַרן דערוואַקסענעם און אינטעליגענטן עולם. אָבער, ווי עס ווײַזט קערסטין האָגע (אָקספֿאָרד), איז בערגעלסאָן געווען אויך אַ קינדער־שרײַבער. די פֿאָרשערין האַלט, אַז דאָס שרײַבן פֿאַר קינדער האָט דערמעגלעכט בערגעלסאָנען אַראָפּצונעמען אויף אַ ווײַלע זײַן מאָדערניסטישע ליטעראַרישע מאַסקע און רעדן אויף אַ פּשוטער פֿאָלקסטימלעכער שפּראַך. אַזאַ מין גילגול פּאַסט פֿאַר דער געשטאַלט פֿון בערגעלסאָן דעם פֿאָטער, וואָס ווערט אַזוי לעבעדיק געמאָלט אין זײַן זונס זכרונות.
די פֿראַגע וועגן בערגעלסאָנס קער צו דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט אים צוריקגעבראַכט קיין רוסלאַנד אין 1934, איז אַן אַלטע און האַרבע קשיא פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעם ווערן באַרירט אין די קאַפּיטלען פֿון סאַשאַ סענדעראָוויטש (באָסטאָן), גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק), און עלקע קעלמאַן (באָסטאָן). סענדעראָוויטש קוקט אויף בערגעלסאָנס בערלינער דערציילונגען דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון דער רוסישער עמיגראַנטישער קולטור. אין דעם בערלינער גלות האָט בערגעלסאָן געשאַפֿן אייניקע פֿון זײַנע בעסטע ווערק, וועלכע שפּיגלען אָפּ די אומזיכערקייט פֿון דעם עמיגראַנטישן מצבֿ, וואָס איז גורם אַ נאָסטאַלגישן חשק צו קומען צוריק צו דעם "עכטן" פֿאָלק, וואָס איז פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד. עסטרײַך און קעלמאַן באַהאַנדלען דעם פֿאַרפּלאָנטערטן ענין צווישן בערגעלסאָן און אַמעריקע, בפֿרט מיטן "פֿאָרווערטס". זייערע רעפֿעראַטן באַווײַזן, אַז דער קאָנפֿליקט מיט אַבֿרהם קאַהאַן אין 1926 האָט געגעבן בערגעלסאָנען אַ שטופּ אין דער לינקער ריכטונג.
אַן אָנדערהאַלבן יאָר פֿאַרן באַזעצן זיך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט בערגעלסאָן באַזוכט ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט באַקומען אַ וואַרעמען ברוך־הבא. מען האָט געהאָפֿט, אַז דער באַרימטער ייִדישער שרײַבער וועט אויסקלײַבן די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט פֿאַר זײַן שטענדיקן וווינאָרט. סוף־כּל־סוף, האָט זיך בערגעלסאָן באַזעצט אין מאָסקווע, כאָטש ער האָט שפּעטער באַזוכט ביראָבידזשאַן נאָך אַ פּאָר מאָל. די ביראָבידזשאַנער עפּיזאָדן ווערן פּרטימדיק אַנאַליזירט אינעם רעפֿעראַט פֿון באָריס קאָטלערמאַן (תּל־אָבֿיבֿ). דוד שניר (דענווער, קאָלאָראַדאָ) באַטראַכט בערגעלסאָנס זשורנאַליסטישע ווערק וועגן דעם חורבן, וועלכע זײַנען דערשינען אין דער מאָסקווער צײַטונג "אייניקייט" בעת דער מלחמה. דזשעפֿרי וויידלינגער (בלומינגטאָן, אינדיאַנאַ) באַהאַנדלט בערגעלסאָנס פּיעסע "פּרינץ ראובֿני" ווי אַן אַלעגאָרשע אָפּשפּיגלונג פֿון דעם מצבֿ פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער אינטעליגענץ ערבֿ דעם פּאָגראָם פֿון 1948־1953. דער באַנד ווערט געשלאָסן מיט יוסף שערמאַנס קאַפּיטל וועגן בערגעלסאָנס לעצטן בוך "נײַע דערציילונגען" (1947), אין וועלכן דער שרײַבער האָט זיך גענומען פֿאַר דער שווערער אויפֿגאַבע צו באַשרײַבן דעם חורבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, בלײַבנדיק דערבײַ אין דעם צוים פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם.
דאָס נײַע זאַמלבוך, אין הסכּם מיט זײַן טיטל, דעמאָנסטרירט די היסטאָרישע עוואָלוציע פֿון דוד בערגעלסאָן דעם שרײַבער און דעם עפֿנטלעכן טוער פֿון מאָדערניזם צו סאָציאַליסטישן רעאַליזם. בערגעלסאָנס שעפֿערישער פּראָגרעס האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט מיט זײַן אומקערן זיך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; ער איז פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן ליטעראַרישער שליחות, ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייט. די ווערט פֿון זײַן שאַפֿונג פֿאַר דער ייִדישער קולטור־געשיכטע וועט ווערן קלאָרער מיט דער צײַט, אויב דער נײַער דור ייִדישע קולטור־פֿאָרשער וועט זײַן בכּוח צו באַנעמען דעם קאָמפּליצירטן ענין פֿון סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון אַ געהעריקער היסטאָרישער דיסטאַנץ.