ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גאַלינאַ זעלענינאַ.
"פֿון יהודה סקעפּטער צום דרענגל פֿון אַ לץ: 
הויף־ייִדן אין מיטל-עלטערישער שפּאַניע",
מאָסקווע׃
גאַלינאַ זעלענינאַ. "פֿון יהודה סקעפּטער צום דרענגל פֿון אַ לץ: הויף־ייִדן אין מיטל-עלטערישער שפּאַניע", מאָסקווע׃

די "גילדענער תּקופֿה" פֿונעם שפּאַנישן ייִדנטום פֿאַרמאָגט, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, אַ באַזונדערן חן אין די אויגן פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. די דײַטשישע ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם "ספֿרדישן מיטאָס", וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט דעם שפּאַנישן ייִדנטום ווי אַ היפּוך צו אַשכּנז׃ איידל, שטאָלץ, באַהאַוונט אין ייִדישער און גוייִשער חכמה. די הײַנטיקע ייִדישע ליבעראַלן רעדן וועגן "קאָנוויווענציע" — דעם האַרמאָנישן צוזאַמענלעבן צווישן ייִדן, מוסולמענער און קריסטן אויף דעם איבערישן האַלב־אינדזל, וואָס איז געקומען צום סוף מיטן גירוש־ספֿרד אין 1492.

יעדער דור האָט אַן אייגענעם אימאַזש פֿון ספֿרד, און אין יעדן ייִדישן ייִשובֿ באַקומט דער שפּאַניש־ייִדישער עבֿר אַן אייגענעם טעם. צוויי ביכער, וועלכע זײַנען אַרויס אין מאָסקווע און ניו־יאָרק, באַהאַנדלען דעם דאָזיקן עבֿר פֿון גאַנץ פֿאַרשידענע צדדים. די חילוקים אינעם קוקווינקל צווישן די ביידע פֿאָרשער שפּיגלען אָפּ, אין אַ געוויסער מאָס, אויך דעם אונטערשייד צווישן דעם וועלטבאַנעם פֿון רוסישע און אַמעריקאַנער ייִדן הײַנט צו טאָג.

דאָס בוך פֿון גאַלינאַ זעלענינאַ איז די ערשטע אָריגינעלע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג אין דער שפּאַניש־ייִדישער קולטור־געשיכטע אויף דער רוסישער שפּראַך. דאָס בוך גיט זיך אָפּ מיט צוויי גאָר פֿאַרשידענע מינים ייִדן אין דער מיטל-עלטערישער שפּאַנישער געזעלשאַפֿט׃ הויף־ייִדן און לצים. זי האַלט, אַז טיפּאָלאָגיש האָבן די ביידע גרופּעס געהאַט אַ סך שותּפֿות. סײַ הויף־ייִדן, סײַ די לצים האָבן באַדינט קעניגן און פּרינצן, און זײַנען געווען אָפּהענגיק פֿון זייער גוטער שטימונג. זיי זײַנען געווען ווײַט אי פֿונעם ייִדישן קהל, אי פֿון דער אַלגעמיינער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג. נאַטירלעך, עס איז געווען אַ ריזיקע סאָציאַלע דיסטאַנץ צווישן דעם רײַכן הויף־ייִד, וועלכער האָט באַזאָרגט דעם מלכות מיט מזומן און קרעדיט, און דעם אָרעמען לץ, וועמענס גאַנץ פֿאַרמעגן איז באַשטאַנען בלויז פֿון זײַן געזונטן שׂכל און טאַלאַנט צו וויצן. דער הויף־ייִד האָט געוויינטלעך פֿאַרנומען אַ חשובֿע פּאָזיציע אין דער קהילה, דער לץ איז אָבער אָפֿט מאָל געווען אַ משומד (אָנוס). דאָס זײַנען געווען צוויי פּאָלוסן, וועלכע האָבן אָפּגעצייכנט דעם דיאַפּאַזאָן פֿון ייִדישער טעטיקייט אין מיטל־עלטערישער שפּאַניע.

זעלענינאַ פֿאַרסך־הכּלט׃ "דער עצה־געבער און דער לץ זײַנען ביידע געווען ראַנד־פֿיגורן אין דער אַריסטאָקראַטישער הויף־סבֿיבֿה, וועלכע האָט זיי פֿײַנט געהאַט. זיי זײַנען געווען אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער הויפּט־שטראָמיקער אַדל־קולטור, וועלכע האָט זיי איגנאָרירט." אָבער דווקא פֿון אַזאַ מין אָפּפֿרעמדונג, בפֿרט אינעם פֿאַל פֿון די לצים, איז בהדרגה אויפֿגעוואַקסן אַ נײַע קולטור, וועלכע האָט איבערגעריסן מיט די פֿעסטגעשטעלטע פֿאָרמעלע טראַדיציעס פֿונעם מיטל־עלטערישן קאַנאָן. ווי עס האָבן באַוויזן עטלעכע שפּאַנישע קולטור־היסטאָריקער, ליגן די וואָרצלען פֿון דער בלי־תּקופֿה פֿון דער שפּאַנישער קולטור דווקא אין יענער ניט־אָפֿיציעלער שעפֿערישקייט, צומאָל באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט מיט גראָבלעכע וויצן, פֿון די הויף־לצים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. די ביטערקייט פֿון זייער וויצלערישקייט שפּיגלט אָפּ זייער קוק אויף דער וועלט בכלל און אויף זייער אייגענער ביטערער דאָליע בפֿרט.

בעת זעלענינאַ אַנאַליזירט דעם פֿענאָמען פֿון ייִדישער אַסימילאַציע אין פֿאַרשידענע פֿאָרמעס, קוקט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער רײַמאָנד שיינדלין אויף גאָר אַן אַנדערן צד פֿונעם ייִדיש־שפּאַנישן מיטל־עלטער. שיינדלין זוכט צו פֿאַרענטפֿערן די פֿראַגע, הלמאי האָט זיך דער דיכטער יהודה הלוי געלאָזט אויף דער עלטער קיין ארץ־ישׂראל? דער פֿאָרשער האַלט, אַז די עליה, וואָס האָט זיך געענדיקט מיטן דיכטערס טויט, איז געווען דער שפּיץ־פּונקט פֿון זײַן לעבן.

געבוירן אין אַ קריסטלעכער געגנט פֿונעם איבערישן האַלב־אינדזל אין דער צײַט, ווען די "גאָלדענע תּקופֿה" פֿון שפּאַנישן ייִדנטום איז שוין געווען קרובֿ צו איר ירידה, איז הלוי געווען סקעפּטיש געשטימט לגבי דער גריכישער חכמה און אַראַבישער ליטעראַטור, וועלכע האָבן פֿאַרכּישופֿט די פֿריִערדיקע דורות. זײַן באַשלוס צו פֿאַרלאָזן שפּאַניע און פֿאַרברענגען זײַנע לעצטע טעג אין ארץ־ישׂראל איז געווען אַן אַקציע פֿון זײַן "יחידישער פֿרומקייט", וואָס האָט ניט געהאַט קיין פּאָליטישן אָדער משיחיסטישן הינטערגרונט.

שיינדלין באַזירט זײַן אויסטײַטשונג פֿון הלויס לעבן אויף דעם דיכטערס לידער. דער גאַנצער קאָרפּוס פֿון הלויס ווערק שאַפֿט אַ מין פּאָעטיש טאָגבוך, וואָס שפּיגלט אָפּ זײַנע ספֿיקות, האָפֿענונגען און זוכענישן. זײַן דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין די קריסטלעכע און מוסולמענישע געגנטן פֿון שפּאַניע ברענגט אים צו אַן אויספֿיר, אַז "מען קאָן דערגרייכן אַ רעליגיעזע שלימות נאָר דורך ספּעציפֿישע ייִדישע פֿאָרמעס פֿון פֿרומקייט", טענהט שיינדלין אויפֿן סמך פֿון זײַן לעקטור פֿון הלויס ווערק.

די צוויי ביכער אַנטפּלעקן ניט נאָר די רײַכקייט פֿון דער שפּאַניש־ייִדישער קולטורעלער ירושה פֿאַר אַ מאָדערנעם לייענער, זיי שפּיגלען אויך אָפּ די פֿאַרשידענע אינטערעסן פֿון ייִדישער אינטעליגענץ אין פֿאַרשידענע לענדער. גאַלינאַ זעלענינאַ ווײַזט, ווי אַזוי דער מאַרגינאַלער סטאַטוס פֿון ייִדן, וועלכע זײַנען געשטאַנען קרובֿ למלכות, האָט גורם געווען נײַע מינים קולטורעלער שעפֿערישקייט אין דער הויפּט־שטראָמיקער שפּאַנישער קולטור. אירע העלדן, לצים און הויף־ייִדן, זײַנען געווען די ערשטע מאָדערנע פּערזענלעכקייטן אין דער מיטל־עלטערישער שפּאַנישער געזעלשאַפֿט. שיינדלין, להיפּוך, אינטערעסירט זיך מיטן קאָנסערוואַטיוון גײַסטלעכן אימפּולס, וועלכער האָט אַוועקגעטריבן יהודה הלוי פֿון דער ציוויליזאַציע צו דעם אוראַלטן היימלאַנד. אָבער אינעם לעצטן אַקט פֿון דער עליה-דראַמע פֿון יהודה הלוי איז מקוים געוואָרן ניט נאָר זײַן פּערזענלעכער חלום. פֿון זײַן פּטירה איז געוואַקסן אַ לעגענדע, וואָס האָט פֿאַרחתמעט זײַן שם ווי דער גרעסטער העברעיִשער דיכטער. דער דיכטער איז מגולגל געוואָרן אין אַ סימבאָל. און כאָטש די לעגענדע וועגן זײַן טויט בײַם טויער פֿון ירושלים אונטער די קאָפּיטעס פֿונעם אַראַבישן רײַטער איז מן־הסתּם אַ פֿאַנטאַזיע, שפּיגלט זי אָפּ דעם טיפֿערן אמת פֿון ייִדישער בענקשאַפֿט נאָך ירושלים.