קונסט
דער קעשענעווער ייִדישער קינסטלער מיכאל ברוניאַ אין זײַן סטודיאָ
דער קעשענעווער ייִדישער קינסטלער מיכאל ברוניאַ אין זײַן סטודיאָ

קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָק­טאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רו­סי­שער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רע­פּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמס­טע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיס­טירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ.

מאָלדאָווע איז שיין און פּוסט. די פֿעל­דער זײַנען אַקוראַט געאַקערט, נאָר מע זעט כּמעט ניט קיין מענטשן, די וועגן זײַנען פֿרײַ פֿון אויטאָס. בענזין קאָסט ווי אין אייראָפּע, בעת די הכנסות פֿון מענטשן זײַנען צען־צוואַנציק מאָל קלענער. דאָס רובֿ יונגע לײַט אַרבעטן אין אויסלאַנד און קומען אַהיים נאָר אויף אַ באַזוך. די רעגירונג איז אַ קאָמוניסטישע, אָבער קיין שפּור פֿון קאָמוניזם זעט מען ניט. חוץ די באַלטישע לענדער, איז מאָלדאָווע די איינציקע פּאָסט־סאָוועטישע רעפּו­בליק, וווּ די מאַכט האָט זיך אַלע מאָל גע­ביטן אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן. אָבער דאָס העלפֿט ניט צו לייזן די וויכ­טיקסטע פּאָליטישע פּראָבלעם, די “טראַנ­סניסטירשע רעפּובליק", וואָס האָט דער­קלערט אומאָפּהענגיקייט גלײַך נאָך דעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סא­ָוועטן־פֿאַר­באַנד.

חלומות פֿון אַן אונטערוואַסער־שווימער
חלומות פֿון אַן אונטערוואַסער־שווימער

פֿאַרן חורבן, ווען די ייִדישע קולטור האָט געבליט אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט, איז בעסאַראַביע געווען אַ שטיקל פּראָווינץ. עס זײַנען דאָ געבוירן געוואָרן אַ סך באַגאַבטע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטן, נאָר זיי האָבן זיך קונה־שם געווען שפּעטער ערגעץ אַנדערש: אין טשער­נאָוויץ, אין אַמעריקע, אין אַר­גענ­טינע, אָדער אין ארץ־ישׂראל. ערשט אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מאָל­דאָווע, און בפֿרט קעשענעוו, בהדרגה פֿאַרנומען דאָס צענטראַלע אָרט אין דער סאָוויטישער ייִדישער קולטור. די נעמען פֿון די שרײַבער זײַנען גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט — יחיאל שרײַבמאַן, באָריס סאַנדלער, מיכאל פֿעלזענבאַום, לעוו בערינסקי, משה לעמסטער, זיסיע ווייצמאַן. ווייניקער באַ­קאַנט זײַנען די נעמען פֿון די קעשענעווער ייִדישע קינסטלער.

דרײַ ייִדישע חלומות
דרײַ ייִדישע חלומות

עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא צו זאָגן, אַז מיכאל ברוניאַ געהערט צו די סאַמע אָריגינעלע, שעפֿערישע און אינטעלעקטועלע ייִדישע קינסטלער פֿון דער הײַנטיקער צײַט. אַ באַזוך אין זײַן סטודיאָ מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אַנטפּלעקט פֿאַר מיר אַ גאַנצע נײַע וועלט. דערצו נאָך איז ברוניאַ אַ קלוגער און שאַרפֿזיניקער אַנאַליטיקער, וועלכער קאָן אויסטײַטשן זײַנע אײַגענע ווערק בעסער ווי פּראָפֿעסיאָנעלע קונסט־קענער. זײַנע ווערק מאַכן אַ גוואַלדיקן רושם מיט זייער רײַכער פֿאַנטאַזיע און קלוגער איראָניע. ווילדע מיטאָלאָגישע גע­שטאַלטן מישן זיך דאָ צונויף מיט מאָדנע טעכנאָלאָגישע מכשירים, שטאַרקע עמאָ­ציעס מיט אָריגינעלע געדאַנקען.

ברוניאַ איז אַן אינטעלעקטועלער קינסטלער, און אַלע ווערק זײַנע פֿאַרמאָגן אַ קולטורעל־היסטאָרישן און וויסנשאַפֿט­לעכן הינטערגרונט. ווי אַ סך אָריגינעלע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך ניט צוגעפּאַסט צו די שטרענגע קאַנאָנען פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם, האָט ער געפֿונען זײַן "ערטעלע" ווי אַן אילוסטראַטאָר פֿון ביכער. דאָס האָט אים געדינט ווי אַ גוטע שול, ווײַל קיין ספּע­ציעלע קינסטלערישע בילדונג האָט ער ניט באַקומען — ברוניאַ האָט שטודירט פֿיזיק אין דעם קעשענעווער אוניווערסיטעט.

פֿיש־חלום
פֿיש־חלום

זײַן קינסטלערישער טאַלאַנט האָט זיך פֿולקום אַנטפּלעקט אין דער צײַט פֿון גאָר­באַטשאָוו און שפּעטער. די פֿאַנטאַסטישע ווירק­לעכקייט פֿון די 1990ער יאָרן איז גע­ווען אין פֿולן הסכּם מיט ברו­ניאַס קינסטלערישן וועלט­באַנעם. ער האָט זיך גע­נו­מען אויסצופּראָבירן נײַע מאַ­טע­ריאַלן און טעכ­ניקן, גע­שאַפֿן גאַנ­צע סעריעס פֿון קאָלאַזשן און אַסעמ­בליאַזשן אויף פֿאַרשידענע פֿאַנ­טאַס­טישע טעמעס. זײַן קונסט איז שווער צו דע­פֿינירן לויט די הײַנ­טיקע טעא­ָרע­טישע השׂגות. פֿון איין זײַט, איז ער אַ פּאָסט־מאָ­דער­ניסט, מיט אַ נטיה צו איראָניע און גראָטעסק. אָבער דער­בײַ שטייט ער ווײַט פֿון אַוואַנגאַרד און קאָנ­צעפּ­טואַליזם. דער עיקר־באַגריף פֿון זײַן קונסט איז אַסאָציאַ­ציע, וואָס ער האַלט פֿאַרן “אלף און תּוו פֿון יעדער קונסט, פֿאַר איר מהות און מיינונג, איר אויסגאַנג־פּונקט און ציל." ברוניאַ באַשרײַבט זײַן אייגענע אַרבעט ווי אַ “זוכעניש נאָך אַסאָציאַטיווע רייען".

מיסטישער תּענוגאַ שמועס צווישן פּילאָטן
מיסטישער תּענוגאַ שמועס צווישן פּילאָטן

זײַן נײַער פּראָיעקט איז אויסגעוואַקסן פֿון אַ רײַזע איבער די אַמאָליקע ייִדישע שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע. דעם קינסטלערס אויג האָט דערזען הינטער די חורבֿות פֿון אַלטע שילן און בית־עלמינס אַ גאַנץ לאַנד, “אידלאַנטידע" (אַ מין ייִדישע אַטלאַנטידע), וואָס איז פֿאַרזונקען געוואָרן אויפֿן דנאָ פֿון אַ ים. דער חורבן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען בלויז אַן אָנהייב פֿון אַ גרעסערער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס האָט צו־נישט געמאַכט די גאַנצע ציוויליזאַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. ייִדן זײַנען מגולגל געוואָרן אין מאָדנע פֿיש און אַנדערע באַשע­פֿע­נישן, וועלכע וווינען אין די טיפֿענישן פֿונעם ים. די דאָזיקע געשטאַלטן, פֿיש מיט ייִדשע פּנימער — באַוווינען די נײַע סעריע פֿון קונסטווערק.

דער פּראָיעקט “איד­לאַנ­טי­דע" האָט אַ וויכטיקן ליטע­ראַ­רישן אַספּעקט. דאָס איז אַן “אַקאַדעמישע" שטו­דיע פֿון לעבן און שאַפֿן פֿון איינעם “אישל ב.", וועל­כער האָט געלעבט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין אוריוו (אָרהיי אָדער אָרגייעוו — אַ שטעטל ניט ווײַט פֿון קעשענעוו, וואָס איז באַרימט מיט זײַנע אָריגינעלע מצבֿות אין אַ פֿאָלק־פּרי­מי­טיוון נוסח). די דאָזיקע שטודיע איז אָנגע­שריבן געוואָרן מיט עפּעס פֿיר הונדערט יאָר שפּעטער, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גלענצנדיקע פּאַראָדיע אויף אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין ייִדישער געשיכטע. אישל ב. איז געווען אַ געוויינטלעכער ייִדישער בחור פֿון אַ סאָוועטישן מאָלדאַווישן שטעטל, אָבער זײַן ביאָגראַפֿיע באַקומט אַ טיפֿן סימבאָלישן באַטײַט.

אַ שמועס צווישן פּילאָטן
אַ שמועס צווישן פּילאָטן

ווען מיר האָבן זיך צוגעהערט צו ברו­ניאַס מײַסטערישן לייענען פֿון זײַן נײַעם בוך, איז בהדרגה געוואָרן קלאָר, אַז עס גייט דאָ די רייד וועגן אים אַליין. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אוריוו אין אַ משפּחה, וווּ מען האָט גערעדט פֿראַנצויזיש און דײַטש, רומעניש און רוסיש, ייִדיש און העברעיִש. דער נאָמען אישל ב. האָט צוויי באַטײַטן׃ דאָס איז אי אַ רמז אויף “מישע ברוניאַ", אי אַ קליין מענטשעלע — איש מיטן דימינוטיוון סופֿיקס “-ל". פֿון דאַנעט איז איין שפּרונג צו מענדעלע מוכר־ספֿרים מיט זײַנע פֿאַנ­טאַסטישע געשטאַלטן. דער באַגריף פֿון המשך איז זייער וויכטיק פֿאַר מיכאל ברוניאַ, אָבער ער היט זיך פֿון וואָסער ניט איז פּאַטעטיק. ער זאָגט, אַז זײַן קונסט איז ניט מער ווי אַ “פֿײַג אין קעשענע", וואָס ער ווײַזט אונדזער צײַט. דערפֿאַר אפֿשר איז ער ניט איבעריקס פֿאַראינטערעסירט אין רעקלאַמע און דערפֿאָלג. אייניקע פֿון זײַנע ווערק און טעקסטן קאָן מען געפֿינען אויף זײַן וועבזײַטל, www.brunea.com פֿון מאָל צו מאָל ווערן זײַנע ווערק אויסגעשטעלט אין קעשענעוו, אָבער דער אמתער פֿאַרנעם פֿון זײַן קונסט, די ברייטקייט און טיפֿקייט פֿון זײַן קינסטלערישן און ליטעראַרישן טאַלאַנט, קאָן מען באַנעמען נאָר ווען מען זעט אים אין זײַן סטודיאָ. בלויז צוליב דעם אַליין איז שוין כּדאַי צו קומען קיין קעשענעוו.