- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רעפּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמסטע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיסטירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ. מאָלדאָווע איז שיין און פּוסט. די פֿעלדער זײַנען אַקוראַט געאַקערט, נאָר מע זעט כּמעט ניט קיין מענטשן, די וועגן זײַנען פֿרײַ פֿון אויטאָס. בענזין קאָסט ווי אין אייראָפּע, בעת די הכנסות פֿון מענטשן זײַנען צען־צוואַנציק מאָל קלענער. דאָס רובֿ יונגע לײַט אַרבעטן אין אויסלאַנד און קומען אַהיים נאָר אויף אַ באַזוך. די רעגירונג איז אַ קאָמוניסטישע, אָבער קיין שפּור פֿון קאָמוניזם זעט מען ניט. חוץ די באַלטישע לענדער, איז מאָלדאָווע די איינציקע פּאָסט־סאָוועטישע רעפּובליק, וווּ די מאַכט האָט זיך אַלע מאָל געביטן אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן. אָבער דאָס העלפֿט ניט צו לייזן די וויכטיקסטע פּאָליטישע פּראָבלעם, די “טראַנסניסטירשע רעפּובליק", וואָס האָט דערקלערט אומאָפּהענגיקייט גלײַך נאָך דעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
פֿאַרן חורבן, ווען די ייִדישע קולטור האָט געבליט אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט, איז בעסאַראַביע געווען אַ שטיקל פּראָווינץ. עס זײַנען דאָ געבוירן געוואָרן אַ סך באַגאַבטע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטן, נאָר זיי האָבן זיך קונה־שם געווען שפּעטער ערגעץ אַנדערש: אין טשערנאָוויץ, אין אַמעריקע, אין אַרגענטינע, אָדער אין ארץ־ישׂראל. ערשט אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מאָלדאָווע, און בפֿרט קעשענעוו, בהדרגה פֿאַרנומען דאָס צענטראַלע אָרט אין דער סאָוויטישער ייִדישער קולטור. די נעמען פֿון די שרײַבער זײַנען גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט — יחיאל שרײַבמאַן, באָריס סאַנדלער, מיכאל פֿעלזענבאַום, לעוו בערינסקי, משה לעמסטער, זיסיע ווייצמאַן. ווייניקער באַקאַנט זײַנען די נעמען פֿון די קעשענעווער ייִדישע קינסטלער.
עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא צו זאָגן, אַז מיכאל ברוניאַ געהערט צו די סאַמע אָריגינעלע, שעפֿערישע און אינטעלעקטועלע ייִדישע קינסטלער פֿון דער הײַנטיקער צײַט. אַ באַזוך אין זײַן סטודיאָ מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אַנטפּלעקט פֿאַר מיר אַ גאַנצע נײַע וועלט. דערצו נאָך איז ברוניאַ אַ קלוגער און שאַרפֿזיניקער אַנאַליטיקער, וועלכער קאָן אויסטײַטשן זײַנע אײַגענע ווערק בעסער ווי פּראָפֿעסיאָנעלע קונסט־קענער. זײַנע ווערק מאַכן אַ גוואַלדיקן רושם מיט זייער רײַכער פֿאַנטאַזיע און קלוגער איראָניע. ווילדע מיטאָלאָגישע געשטאַלטן מישן זיך דאָ צונויף מיט מאָדנע טעכנאָלאָגישע מכשירים, שטאַרקע עמאָציעס מיט אָריגינעלע געדאַנקען. ברוניאַ איז אַן אינטעלעקטועלער קינסטלער, און אַלע ווערק זײַנע פֿאַרמאָגן אַ קולטורעל־היסטאָרישן און וויסנשאַפֿטלעכן הינטערגרונט. ווי אַ סך אָריגינעלע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך ניט צוגעפּאַסט צו די שטרענגע קאַנאָנען פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם, האָט ער געפֿונען זײַן "ערטעלע" ווי אַן אילוסטראַטאָר פֿון ביכער. דאָס האָט אים געדינט ווי אַ גוטע שול, ווײַל קיין ספּעציעלע קינסטלערישע בילדונג האָט ער ניט באַקומען — ברוניאַ האָט שטודירט פֿיזיק אין דעם קעשענעווער אוניווערסיטעט.
זײַן קינסטלערישער טאַלאַנט האָט זיך פֿולקום אַנטפּלעקט אין דער צײַט פֿון גאָרבאַטשאָוו און שפּעטער. די פֿאַנטאַסטישע ווירקלעכקייט פֿון די 1990ער יאָרן איז געווען אין פֿולן הסכּם מיט ברוניאַס קינסטלערישן וועלטבאַנעם. ער האָט זיך גענומען אויסצופּראָבירן נײַע מאַטעריאַלן און טעכניקן, געשאַפֿן גאַנצע סעריעס פֿון קאָלאַזשן און אַסעמבליאַזשן אויף פֿאַרשידענע פֿאַנטאַסטישע טעמעס. זײַן קונסט איז שווער צו דעפֿינירן לויט די הײַנטיקע טעאָרעטישע השׂגות. פֿון איין זײַט, איז ער אַ פּאָסט־מאָדערניסט, מיט אַ נטיה צו איראָניע און גראָטעסק. אָבער דערבײַ שטייט ער ווײַט פֿון אַוואַנגאַרד און קאָנצעפּטואַליזם. דער עיקר־באַגריף פֿון זײַן קונסט איז אַסאָציאַציע, וואָס ער האַלט פֿאַרן “אלף און תּוו פֿון יעדער קונסט, פֿאַר איר מהות און מיינונג, איר אויסגאַנג־פּונקט און ציל." ברוניאַ באַשרײַבט זײַן אייגענע אַרבעט ווי אַ “זוכעניש נאָך אַסאָציאַטיווע רייען".
זײַן נײַער פּראָיעקט איז אויסגעוואַקסן פֿון אַ רײַזע איבער די אַמאָליקע ייִדישע שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע. דעם קינסטלערס אויג האָט דערזען הינטער די חורבֿות פֿון אַלטע שילן און בית־עלמינס אַ גאַנץ לאַנד, “אידלאַנטידע" (אַ מין ייִדישע אַטלאַנטידע), וואָס איז פֿאַרזונקען געוואָרן אויפֿן דנאָ פֿון אַ ים. דער חורבן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען בלויז אַן אָנהייב פֿון אַ גרעסערער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס האָט צו־נישט געמאַכט די גאַנצע ציוויליזאַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. ייִדן זײַנען מגולגל געוואָרן אין מאָדנע פֿיש און אַנדערע באַשעפֿענישן, וועלכע וווינען אין די טיפֿענישן פֿונעם ים. די דאָזיקע געשטאַלטן, פֿיש מיט ייִדשע פּנימער — באַוווינען די נײַע סעריע פֿון קונסטווערק. דער פּראָיעקט “אידלאַנטידע" האָט אַ וויכטיקן ליטעראַרישן אַספּעקט. דאָס איז אַן “אַקאַדעמישע" שטודיע פֿון לעבן און שאַפֿן פֿון איינעם “אישל ב.", וועלכער האָט געלעבט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין אוריוו (אָרהיי אָדער אָרגייעוו — אַ שטעטל ניט ווײַט פֿון קעשענעוו, וואָס איז באַרימט מיט זײַנע אָריגינעלע מצבֿות אין אַ פֿאָלק־פּרימיטיוון נוסח). די דאָזיקע שטודיע איז אָנגעשריבן געוואָרן מיט עפּעס פֿיר הונדערט יאָר שפּעטער, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גלענצנדיקע פּאַראָדיע אויף אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין ייִדישער געשיכטע. אישל ב. איז געווען אַ געוויינטלעכער ייִדישער בחור פֿון אַ סאָוועטישן מאָלדאַווישן שטעטל, אָבער זײַן ביאָגראַפֿיע באַקומט אַ טיפֿן סימבאָלישן באַטײַט.
ווען מיר האָבן זיך צוגעהערט צו ברוניאַס מײַסטערישן לייענען פֿון זײַן נײַעם בוך, איז בהדרגה געוואָרן קלאָר, אַז עס גייט דאָ די רייד וועגן אים אַליין. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אוריוו אין אַ משפּחה, וווּ מען האָט גערעדט פֿראַנצויזיש און דײַטש, רומעניש און רוסיש, ייִדיש און העברעיִש. דער נאָמען אישל ב. האָט צוויי באַטײַטן׃ דאָס איז אי אַ רמז אויף “מישע ברוניאַ", אי אַ קליין מענטשעלע — איש מיטן דימינוטיוון סופֿיקס “-ל". פֿון דאַנעט איז איין שפּרונג צו מענדעלע מוכר־ספֿרים מיט זײַנע פֿאַנטאַסטישע געשטאַלטן. דער באַגריף פֿון המשך איז זייער וויכטיק פֿאַר מיכאל ברוניאַ, אָבער ער היט זיך פֿון וואָסער ניט איז פּאַטעטיק. ער זאָגט, אַז זײַן קונסט איז ניט מער ווי אַ “פֿײַג אין קעשענע", וואָס ער ווײַזט אונדזער צײַט. דערפֿאַר אפֿשר איז ער ניט איבעריקס פֿאַראינטערעסירט אין רעקלאַמע און דערפֿאָלג. אייניקע פֿון זײַנע ווערק און טעקסטן קאָן מען געפֿינען אויף זײַן וועבזײַטל, www.brunea.com פֿון מאָל צו מאָל ווערן זײַנע ווערק אויסגעשטעלט אין קעשענעוו, אָבער דער אמתער פֿאַרנעם פֿון זײַן קונסט, די ברייטקייט און טיפֿקייט פֿון זײַן קינסטלערישן און ליטעראַרישן טאַלאַנט, קאָן מען באַנעמען נאָר ווען מען זעט אים אין זײַן סטודיאָ. בלויז צוליב דעם אַליין איז שוין כּדאַי צו קומען קיין קעשענעוו. |