- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ערשטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון שמעון דובנאָוו פֿילט אויס אַ בלויז, וואָס האָט לאַנגע יאָרן עקזיסטירט אין דער ייִדישער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט. די צרה איז, וואָס דאָס דאָזיקע בוך פֿונעם באַקאַנטן פּעטערבורגער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר וויקטאָר קעלנער, איז אַרויס אויף רוסיש, און וועט מין הסתּם בלײַבן פּונקט אַזוי מחוץ דעם תּחום פֿון דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿט, ווי די ביאָגראַפֿישע שטודיע פֿון ישׂראל צינבערג, וואָס איז אַרויס מיט עטלעכע יאָר פֿריִער אין מאָסקווע. דער פֿינאַנציעלער מצבֿ פֿון ייִדישע שטודיעס הײַנט־צו־טאָג איז אַזאַ, אַז די ענגליש-שפּראַכיקע פֿאַרלאַגן קאָנען זיך ניט פֿאַרגינען איבערצוזעצן פֿון אַזאַ "עקזאָטישן" לשון ווי רוסיש. אַפֿילו די פּובליקאַציע פֿונעם בוך אויף רוסיש האָט ניט באַקומען קיין שטיצע מצד די רײַכע ייִדישע פֿונדאַציעס און איז אַרויס צוליּב דעם אַלטרויִסטישן ענטוזיאַזם פֿון אַ פּעטערבורגער פֿאַרלעגער. אין אַ געוויסן זין חזרט זיך ווידער איבער די געשיכטע פֿון דובנאָווס אייגענע צרות, וואָס זײַנען אַזוי לעבעדיק באַשריבן אינעם בוך. וויקטאָר קעלנער האָט גענומען אויף זיך די שווערע אויפֿגאַבע צו שרײַבן אַ ביאָגראַפֿיע, וועלכע זאָל אַזוי אָדער אַנדערש קאָנקורירן מיט דובנאָווס אייגענעם מײַסטערווערק, זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן "לעבנס־בוך" — וואָס איז אַרויס אונטער קעלנערס רעדאַקציע שוין אין צוויי אויפֿלאַגעס. די פֿונדאַמענטאַלע שטודיע פֿון וויקטאָר קעלנער איז כּולל מער ווי זיבן הונדערט זײַטן און באַזירט זיך אויף אַ שלל אַרכיוואַלע דאָקומענטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער און ווייניק־באַקאַנטע פּובליקאַציעס, וועלכע פֿלעכטן זיך אַרײַן אין דער פֿאַרכאַפּנדיקער אינטעלעקטועלער ביאָגראַפֿיע. דובנאָוו איז געווען אַ טיפֿזיניקער אַנאַליטיקער פֿון זײַן אייגענער נשמה, אָבער, ווי אַלע מענטשן, האָט ער בטבֿע ניט געקאָנט זײַן אָביעקטיוו לגבי זײַן אייגענער פּערזענלעכקייט. מע קאָן זען, אַז קעלנער איז גאַנץ קריטיש אין זײַנע אָפּשאַצונגען פֿון פֿאַרשידענע עפּיזאָדן אין דובנאָווס ביאָגראַפֿיע. דובנאָווס לעבן איז געווען אַ שטענדיקער געראַנגל, סײַ מיט דער צאַרישער ביוראָקראַטיע, סײַ מיט די ייִדישע גבֿירים און סײַ מיט זײַן אייגענעם געזונט־צושטאַנד. פֿון זײַן יוגנט אָן האָט דובנאָוו געגלייבט אין זײַן שליחות, אַז ער מוז רעפֿאָרמירן דעם רוסישן ייִדנטום דורך בילדונג און באַקענען דעם יונגן דור ייִדן מיט זייער אייגענער געשיכטע. דובנאָוו האָט אויך געגלייבט, אַז זײַן אַרבעט איז באַזונדערס וויכטיק אין דעם היסטאָרישן מאָמענט, ווען די ייִדישע אינטעליגענץ שטייט אויפֿן שיידוועג צווישן אַסימילאַציע, נאַציאָנאַליזם, און דעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער. ער האָט געהאַט זײַן אייגענע וויזיע פֿון דער ייִדישער צוקונפֿט, וואָס האָט זיך באַזירט אויף זײַן אויסטײַטשונג פֿון דער ייִדישער געשיכטע. דובנאָוו האָט געהאָפֿט, אַז ייִדן וועלן זײַן בכּוח אויפֿצובויען פֿון דאָס נײַ, אויף דעמאָקראַטישע יסודות, אייגענע קהילה־אינסטיטוציעס, אַזעלכע ווי דער אַמאָליקער "ועד אַרבע אַרצות", וועלכע וועלן אונטערהאַלטן די נאַציאָנאַל־קולטורעלע אויטאָנאָמיע אין גלות. זײַן אידעאָלאָגיע איז ניט געווען פּאָפּולער צווישן די ייִדישע מאַסן, וועלכע זײַנען געגאַנגען נאָך די סאָציאַליסטן און ציוניסטן, אָבער איר השפּעה אויף דער ייִדישער אינטעליגענץ איז געווען שטאַרק. אין תּוך גענומען, באַזירן זיך די קולטורעלע פּראָגראַמען פֿון אַלע מאָדערנע ייִדישע באַוועגונגען אַזוי אָדער אַנדערש, אויף דובנאָווס געדאַנק. קעלנער מאָלט אויס אַ פּאָרטרעט פֿון אַ לײַדנשאַפֿטלעכן מענטשן מיט אַ שטאַרקן שליחות־געפֿיל. דער ביאָגראַפֿישער סיפּור־המעשׂה ווערט איבערגעפֿלאָכטן מיט דער אַנאַליטישער אויסלייגונג פֿון דובנאָווס אָנזיכטן אויף דער געשיכטע. ווי אַ היסטאָריקער, איז דובנאָוו אויסגעפֿורעמט געוואָרן, קודם־כּל, אונטער דער השפּעה פֿון דער דײַטשישער שיטה פֿון "וויסנשאַפֿט דעס יודנטומס". אָבער מיט דער צײַט האָט ער זיך אַנטקעגנגעשטעלט זײַנע לערערס. להיפּוך צו די דײַטשישע היסטאָריקער, אַזעלכע ווי הירש (הײַנריך) גרעץ, האָט דובנאָוו באַטאָנט דעם אינעווייניקן אָרגאַניזאַטאָרישן אַספּעקט פֿון דער ייִדישער געשיכטע. דער כּלל־ישׂראל איז פֿאַר אים געווען חשובֿער, איידער דער רב־ישׂראל. דובנאָוו האָט געשאַפֿן זײַן אייגענע קלאַסיפֿיקאַציע פֿון דער ייִדישער געשיכטע אויפֿן סמך פֿון די "נאַציאָנאַל־געזעלשאַפֿטלעכע, און ניט לויט ליטעראַרישע אָדער רעליגיעזע" פּרינציפּן. ווי עס באַטאָנט קעלנער, האָט די דאָזיקע פּאָזיציע אָפּגעשפּיגלט דעם "העכסטן ניוואָ פֿון זײַן זעלבסט־אָפּשאַצונג און זיכערקייט אין דער ריכטיקייט פֿון זײַן דרך". דובנאָווס לעבנס־געשיכטע איז אַ מוסטער פֿון האַרמאָנישן סינטעז צווישן רעאַליזם און אידעאַליזם. דער היסטאָריקער האָט פֿאַרקערפּערט דעם גײַסט פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום אין זײַן לעבן און אין זײַן טראַגישן טויט אין דעם ריגער געטאָ אין 1941. דאָס מיינט ניט, אַז דובנאָוו איז תּמיד געווען גערעכט אין זײַנע היסטאָרישע אָנזיכטן און אָפּשאַצונגען. ער אַליין האָט באַטראַכט זײַן אייגענע אַרבעט קריטיש, און געהאַלטן, אַז די היסטאָרישע וויסנשאַפֿט מוז זיך שטענדיק אַנטוויקלען דורך קריטיק. אין דעם נאָכוואָרט צו זײַן בוך פֿאַרסך־הכּלט קעלנער דובנאָווס בײַטראָג אין דער ייִדישער קולטור און וויסנשאַפֿט. צווישן אַנדערע דערגרייכונגען דערמאָנט ער, אַז "דובנאָוו האָט לעגיטימירט די רוסישע שפּראַך ווי אַן אינסטרומענט פֿון דער נאַציאָנאַלער אַנטוויקלונג". עס איז אַ ביטערע איראָניע פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן, אַז דווקא די דאָזיקע שפּראַך איז די הויפּט־מניעה, וואָס שטערט דער ייִדישער וועלט צו באַקענען זיך מיט חשובֿע ווערק פֿון מאָדערנער רוסיש־ייִדישער פֿאָרשונג. "עקזאָטישן" לשון ווי רוסישSubmitted by Srulik on Tue, 2008-10-07 11:40.
Ee, rusish is nisht kein ekzotishe shprach. Ich denk az insgezamt umgefer 300 millionen menshen kenen rusish redn vos lebn in Ost Eirope un Azie. Rusish iz oich onerkent vi an ofitziele shprach in di Farainikte Natzionen. Ich denk az Dubnov iz geven a "teritorialist" oder a "doist" - dos meint er hot untershtitzt di idee az idn zoln hobn zeier eigen gebit ergetz vu in Eirope un nisht umbadingt in Isroel. Desvegen dizes buch vegen Dubnovn zol dershainen in Birobidzhan vail dos iz di farviklichung fun dem teritorialistishen troim.(Alle verter vos ich banutz dershainen in dem Harkavy's verterbuch fun idish) |