|
שאַריגראָד |
|
צווישן די פֿילצאָליקע ייִדישע מיגראַציעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז איינע פֿאַרבליבן כּמעט אומבאַמערקט. דאָס איז געווען די יציאת-השטעטל אין אָנהייב פֿון די 1990ער יאָרן, ווען די לעצטע ייִדישע תּושבֿים האָבן פֿאַרלאָזט די שטעטלעך אין פּאָדאָליע און בעסאַראַביע — שאַריגראָד, יאַמפּיל, טאָמאַשפּיל, בערשאַד, אָטעק, אוריוו. אמת, עס בלײַבן נאָך דאָ און דאָרטן עטלעכע ייִדישע נפֿשות, דאָס רובֿ עלטערע מענטשן, אָבער די ייִדישע הײַזער, וועלכע מע דערקענט פֿונעם ערשטן בליק, שטייען פּוסט און ליידיק, און ווערן בהדרגה פֿאַרוואַנדלט אין קופּעס מיסט.
אין גיכן וועלן די דאָזיקע שטעטלעך באַקומען גאָר אַן אַנדער פּנים. דער עקאָנאָמישער מצבֿ אין אוקראַיִנע און מאָלדאָווע וועט זיך מיט דער צײַט פּאַמעלעך פֿאַרבעסערן, די נײַע בעלי־בתּים וועלן איבערבויען די אַלטע ליימענע הײַזער מיט די כאַראַקטעריש־ייִדישע עלעמענטן. די איינציקע סימנים, וועלכע וועלן נאָך דערמאָנען אָן דעם ייִדישע אַמאָל וועלן זײַן די אַלטע בית־עלמינס און שילן. לעת־עתּה האָט מען דעם גורל פֿון די דאָזיקע מאָנומענטן געלאָזט אויף הפֿקר. אין אייניקע ערטער — ווי למשל, אין כאָטין אָדער אָטעק — זײַנען פֿאַראַן אַחריותדיקע קריסטן-אויפֿזעער, וועלכע האַלטן אַן אויג אויף ייִדישע קבֿרים. אין אַנדערע ערטער צעגנבֿעט מען בהדרגה די מצבֿות אויף כּלערליי נוצן.
די אַלטע געמויערטע שילן, וועלכע זײַנען אַמאָל געווען אַ וויכטיקער באַשטאַנד־טייל פֿון די שטאָטישע פֿעסטונגען, שטייען נאָך אַלץ, אָפֿטמאָל האַלב־צעפֿאַלענע. די סאָוועטישע מאַכט, די מלחמה, און דאָס וועטער האָבן איבערגעלאָזט אויף זיי שווערע שראַמען, אָבער די אַלטע ווענט און דער פֿונדאַמענט זײַנען אַזוי שטאַרק, אַז די חורבֿות וועלן נאָך שטיין לאַנגע יאָרן, באַוואַקסן מיט גראָז און ביימער. אין שאַריגראָד האָט די אוניקאַלע פֿעסטונג־שיל לאַנגע יאָרן געדינט ווי אַ ווײַן־פֿאַבריק, אָבער די לעצטע פּאָר יאָר האָט אַפֿילו די דאָזיקע פֿאַבריק אויפֿגעהערט צו אַרבעטן. אויף דער געבײַדע, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט אין אַ גוטן צושטאַנד, הענגט אַ טאָוול, אַז דאָס איז אַ וויכטיקער היסטאָרישער מאָנומענט און שטייט אונטער דער שוץ פֿון דער אוקראַיִנער מלוכה.
איינער פֿון די שענסטע מאָנומענטן פֿון ייִדישער אַרכיטעקטור געפֿינט זיך אינעם שטעטל ראַשקעוו אין דער אַזוי־גערופֿענער טראַנסניסטריע־רעפּובליק. מיט אַ פּאָר יאָרהונדערט צוריק איז ראַשקעוו געווען אַ וויכטיקער האַנדל־צענטער אויפֿן טײַך נעסטער. שפּעטער האָט דאָס שטעטל פֿאַרלוירן איר חשיבֿות און דער האַנדל איז אַריבער קיין מאָלעוו. פֿון דער אַמאָליקער בלי־תּקופֿה זײַנען פֿאַרבליבן אַ פּרעכטיקע שיל און אַן אַלטער בית־עולם. די שיל, אויפֿגעבויט אין ראָקאָקאָ־סטיל, איז אַ יוצא־מן־הכּלל אין דער ייִדישער אַרכיטעקטור, אָבער די געבײַדע האָט שטאַרק געליטן. נאָך פֿאַר דער מלחמה האָבן די סאָוועטן אַראָפּגעריסן דעם דאַך, און עס זײַנען פֿאַרבליבן שטיין נאָר די מעכטיקע ווענט.
אַ גאַנץ מאָדנע און אַפֿילו דעטעקטיווע געשיכטע האָט זיך געטראָפֿן אין ראַשקעוו מיט עטלעכע יאָר צוריק. עמעצער האָט אַרויסגעשניטן דעם גאַנצן שטיינערנעם אָרון־קדוש און די מנורה, איבערלאָזנדיק פּוסטע לעכער אין דער וואַנט. עס איז קלאָר, אַז פֿאַר אַזאַ מין אַקציע האָט מען געדאַרפֿט האָבן ספּעציעלע טעכנישע מכשירים. די רעגירונג פֿון דער טראַנסניסטריע־"רעפּובליק", וואָס האָט דערקלערט אומאָפּהענגיקייט פֿון מאָלדאָווע נאָכן צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט אַוודאי ניט קיין אינטערעס אין אָפּצוהיטן דעם אוניקאַלן ייִדישן דענקמאָל. אָבער אין מאָלדאָווע איז מען זיכער, אַז די גנבֿים דאַרף מען זוכן אין דעם קעשענעווער "דזשוינט". אַ סבֿרה, מען האָט בדעה געהאַט צו פֿאַרפּוצן מיט דער אַלטער מנורה די נײַע געבײַדע פֿונעם ייִדישן צענטער "קדם". צו געפֿינען שפּורן פֿון די פֿאַרשוווּנדענע ייִדישע אוצרות איז אַן אויפֿגאַבע פֿאַר קרימינעלער אויספֿאָרשונג, אָבער די מאָלדאַווישע פּאָליציי טאָר ניט אַרײַנטרעטן אויף דעם באָדן פֿון דער טראַנסניסטריע־רעפּובליק — איז וועט די דאָזיקע מעשׂה בלײַבן אַ סוד, ביז די אוצרות וועלן איין טאָג אויפֿשווימען ערגעץ־וווּ.
|
די שיל אין אוריוו |
|
אַנדערש איז דער מצבֿ מיט דער ייִדישער אַרכיטעקטור אין פּוילן. ס'רובֿ געבײַדעס ווערן דאָ אונטערגעהאַלטן אין אַ גוטן צושטאַנד. אַ סך פֿון זיי ווערן אויסגענוצט ווי מוזייען, הגם עס בלײַבט ניט קלאָר, וואָס זשע דאַרף מען אויסשטעלן אין זיי. דערווײַל האָט מען צוויי מינים אויסשטעלונגען. דאָרט, וווּ עס האָבן זיך אָפּגעהיט אָריגינעלע אינטעריערן מיט אַ בימה און אָרון־קודש, פֿירט מען דורך אַ רעסטאַווראַציע און מע האַלט דאָס ווי אַ מוזיי־שיל. ווען עס זײַנען פֿאַרבליבן בלויז גאָלע ווענט, מאַכט מען אַ שטיקל אויסשטעלונג אויף אַ ייִדישער טעמע, געוויינטלעך מיט בילדער פֿון אילוסטרירטע צײַטונגען אָדער פֿאָטאָס פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קהילות אין פּוילן געשאַפֿן אַ ספּעציעלע פֿונדאַציע פֿאַר אָפּהיטן די ייִדישע ירושה, וואָס דאַרף אויך קאָאָרדינירן כּלערליי קולטורעלע אַקטיוויטעטן אין די אַמאָליקע ייִדישע געבײַדעס. עס איז ניט אין גאַנצן קלאָר, ווי אַזוי זשע וועט די דאָזיקע פֿונדאַציע באַהאַנדלען די רײַכע און פֿילזײַטיקע מאַטעריעלע ירושה פֿונעם פּוילישן ייִדנטום. אָבער דאָס איז אַ וויכטיקער שריט פֿאָרויס, און מען קאָן האָפֿן, אַז אין אוקראַיִנע און מאָלדאָווע וועלן מיט דער צײַט אויפֿקומען ענלעכע אָרגאַניזאַציעס.
די צרה איז ניט נאָר, וואָס די מאַטעריעלע מאָנומענטן פֿון ייִדישער ירושה זײַנען געבליבן אויף הפֿקר אין מיזרח־אייראָפּע, דאָס איז אויך אַן אידעאָלאָגישע פּראָבלעם. לאַנגע יאָרן האָבן די ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע געבויט די ייִדישע אידענטיטעט אויף צוויי יסודות׃ מדינת־ישׂראל און חורבן. אין דער דאָזיקער סכעמע פֿאַרנעמט מיזרח־אייראָפּע אַ פֿעסטן אָרט ווי אַ בית־עולם. מען ברענגט ייִדישע יוגנט קיין פּוילן, כּדי צו זען אוישוויץ, ניט קראָקע. דער היסטאָרישער פֿאַקט, אַז אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן די ייִדן אין פּוילן אויפֿגעבויט אַ גאַנצע ציוויליזאַציע מיט אוניקאַלע מאָנומענטן, איז ניט וויכטיק פֿאַר אַזאַ מין וועלטבאַנעם. אָבער יעדע אידעאָלאָגיע לעבט נאָר אַ געוויסע צײַט. דאַכט זיך, אַז עס איז שוין געקומען אַ מאָמענט אַ טראַכט צו טאָן וועגן אַ נײַעם צוגאַנג צו דער ייִדישע ירושה, וואָס זאָל זיך בעסער צופּאַסן צו דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדן אין דער וועלט.