די נײַע אויסגאַבע פֿון די זכרונות פֿון דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָריקערין און פּובליציסטין לוסי (ליבע) דאַווידאָוויטש איז אַ סימן, אַז ס'איז דאָ גענוג אינטערעס בײַם ברייטן עולם צו דער אינטעלעקטועלער געשיכטע פֿון ייִדן אין אַמעריקע און מיזרח־אייראָפּע. די נײַע אויפֿלאַגע ווערט באַגלייט מיט אַן אַרײַנפֿיר, וואָס העלפֿט בעסער צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿונעם ווערק אין זײַן היסטאָרישן קאָנטעקסט. פּראָפֿעסאָר נענסי סינקאָף פֿון ראַטגערס־אוניווערסיטעט באַהאַנדלט דאַווידאָוויטשעס אינטעלעקטועלע און אידעאָלאָגישע עוואָלוציע פֿון אַ לינקער קאָמיוניסטקע צו אַ דעה־זאָגערין פֿונעם רעכטן נעאָ־קאָנסערוואַטיוון פֿליגל.
Lucy S. Dawidowicz. From that Place and Time: A Memoir, 1938-1947. Introduction by Nancy Sinkoff. Rutgers University Press, 2008.
לוסי דאַווידאָוויטש (1915 — 1990), געבוירן ליבע שילדקרעט, שטאַמט פֿון אַן אָרעמער אימיגראַנטישער משפּחה. זי איז אויסגעוואַקסן אין ניו־יאָרק אין אַ ביז גאָר וועלטלעכער סבֿיבֿה און האָט ניט באַקומען קיין רעליגיעזע דערציִונג. ווי אַ סך יונגע ייִדן פֿון איר דור, האָט זי באַקומען די העכערע בילדונג אינעם ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט, וווּ זי האָט זיך באַקענט מיט די קאָמוניסטישע אידעען. ווי עס איז זיך משער פּראָפֿעסאָר סינקאָף, האָט די מיטגלידערשאַפֿט אין דער קאָמוניסטישער יוגנט־באַוועגונג געגעבן ליבע שילדקרעט, פּונקט ווי אַנדערע יונגע ייִדן, אַ געפֿיל פֿון אָנגעהעריקייט צו אַ גרויסער פּראָגרעסיווער משפּחה, עפּעס אַזוינס, וואָס עס האָט איר אויסגעפֿעלט אין דער היים, בײַ אירע עלטערן.
אַ פּאָר יאָר נאָך דעם, ווי זי האָט פֿאַרענדיקט האַנטער־קאָלעדזש, האָט ליבע שילדקרעט באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין ווילנע, כּדי צו שטודירן ייִדישע געשיכטע און קולטור אין דער אַספּיראַנטור פֿון ייִוואָ. דאָס יאָר, 1938 — 1939, וואָס זי האָט פֿאַרבראַכט אין ווילנע, האָט געענדערט איר קוק אויף דער וועלט. זי האָט פֿאַרבונדן איר לעבן מיטן גורל פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. נאָך דער מלחמה האָט זי געאַרבעט פֿאַר דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט" אין דײַטשלאַנד, און ווען זי האָט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, האָט זי זיך קונה־שם געווען מיט אירע פּובליציסטישע אַרטיקלען און היסטאָרישע פֿאָרשונגען, קודם־כּל, מיט איר חורבן־געשיכטע "די מלחמה קעגן ייִדן".
ווי עס באַמערקט נענסי סינקאָף, שטעקט אין די זכרונות פֿון לוסי דאַווידאָוויטש אַ פּאַראַדאָקס. אָנגעשריבן אין די שפּעטערע יאָרן, שפּיגלט דאָס בוך אָפּ די מחברינס נעגאַטיווע באַציִונג צו דעם וועלטלעכן נוסח ייִדישקייט, וואָס איז געווען דער עצם פֿון דער אידעאָלאָגיע פֿון ייִדישיזם פֿאַר דער מלחמה. פֿאַר דאַווידאָוויטש, ווי פֿאַר אַנדערע ייִדישע נעאָ־קאָנסערוואַטאָרן, איז דער באַגריף פֿון וועלטלעכער ייִדישקייט אַ "חפֿץ־חשוד", וואָס טראָגט אין זיך אַ סכּנה פֿאַר דער ייִדישער צוקונפֿט. און דאָך איז דאָס געווען די פּאָזיציע, וואָס זי אַליין האָט זיך בײַ איר געהאַלטן אין דער צײַט פֿון איר זײַן אין ווילנע.
די אַנטי־וועלטלעכע פּאָזיציע איז געוואָרן אויסגעשפּראָכן בעת דער קאַלטער מלחמה, ווען דער באַגריף פֿון וועלטלעכער ייִדישקייט האָט באַקומען אַ בײַטעם פֿון אַ לינקער אידעאָלאָגיע. די נעאָ־קאָנסערוואַטאָרן זײַנען געווען אויסן צו פֿאַרזיכערן די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, אַז זיי שטייען אויף דער רעכטער זײַט פֿונעם פֿראָנט. דערבײַ זײַנען זיי אַליין געווען געוועזענע לינקע — און אפֿשר דערפֿאַר האָבן זיי זיך מיטן פֿולן ברען אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף זייער אַמאָליקן אני־מאַמין.
אַ שטאַרקן אימפּעט פֿאַר איר נײַעם געדאַנקענגאַנג האָט דאַווידאָוויטש באַקומען פֿון זעליק קלמנאָוויטש, וועלכער האָט געהאַט גרויס דרך־ארץ פֿאַר דער רעליגיעזער טראַדיציע. די משפּחה קלמנאָוויטש האָבן אויפֿגענומען די אַמעריקאַנער אַספּיראַנטקע ווי אַן אייגן קינד. נאָך דער מלחמה איז דאַווידאָוויטש געקומען צו אַן אויספֿיר, אַז כּלערליי לינקע שיטות פֿון ייִדישקייט זײַנען ניט גענוג ייִדיש, און זײַנען דערפֿאַר ניט בכּוח צו פֿאַרזיכערן דעם ייִדישן המשך. אַזאַ גלויבן איז געוואָרן אַ רעאַקציע אויף דעם חורבן, דעם קאָמוניזם און דער אַסימילאַציע פֿון ייִדן אין אַמעריקע. לויט איר מיינונג, קאָן בלויז רעליגיעזע ייִדישקייט, אײַנגעוואָרצלט אין דער טראַדיציע, אָפּהיטן די ייִדן ווי אַ ציבור. דערבײַ שפּילט דער רעליגיעזער גלויבן גופֿא ניט קיין חשובֿע ראָלע. מען נייטיקט זיך אין אַ רעליגיע ווי אַן אינסיטוציע, ניט ווי אַ ציל פֿאַר זיך. דאַווידאָוויטש אַליין איז ניט געווען צו פֿרום׃ סינקאָוו באַשרײַבט איר באַציִונג צו מיצוות ווי "אויסקלײַבעריש", וואָס איז אין הסכּם מיט דער מאָדערנער שיטה אין אַמעריקע בכלל.
די הקדמה און די נײַע אויסגאַבע פֿון די זכרונות פֿון לוסי דאַווידאָוויטש קערן דעם הײַנטיקן לייענער אום צוריק צו די הייסע וויכּוחים פֿון דער תּקופֿה פֿון דער קאַלטער מלחמה. הײַנט גייט עס שוין ניט אין קאָמוניזם און ייִדיש, אָבער די פּראָבלעמאַטיק פֿון וועלטלעכקייט קעגן רעליגיע בלײַבט אַקטועל, בפֿרט אין אַמעריקע. אַלע ייִדישע סיכסוסים אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן זיך אַזוי אָדער אַנדערש געדרייט אַרום דער קלאָץ־קשיא׃ צי זײַנען די ייִדן אַ פֿאָלק, צי אַ רעליגיעזע עדה? די נעאָ־קאָנסערוואַטאָרן האָבן באַשלאָסן, אַז כּדי אָפּצוהיטן די ייִדן ווי אַ פֿאָלק, בפֿרט נאָך אין גלות, דאַרף מען האָבן טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט, הגם קיין גרויסע "אמונה־שלמה" אין רבונו־של־עולם האָבן זיי דערבײַ ניט געפֿאָדערט.
לוסי דאַווידאָוויטש איז געווען אַ מענטש פֿון דער צײַט, ווען דער באַגריף אידעאָלאָגיע איז געווען זייער חשובֿ. אונדזער תּקופֿה איז מער עקלעקטיש און פֿאָדערט ניט קיין אידעאָלאָגישע ריינקייט. אויב די ייִדן נייטיקן זיך בכלל אין אַן אידעאָלאָגיע, כּדי אָפּצוהיטן זייער ייִדישקייט, און ווי אַזוי מען מוז דעפֿינירן דעם דאָזיקן באַגריף, איז, דאַכט זיך, שוין מער ניט קיין ברענענדיקע פֿראַגע. לוסי דאַווידאָוויטשעס זכרונות, אין איינעם מיט אירע פּובליציסטישע און היסטאָרישע ווערק, געהערן שוין צו דער קולטורעלער ירושה, פּונקט אַזוי ווי די ווערק פֿון אירע אידעאָלאָגישע קעגנער, וועלטלעכע ייִדישיסטן און סאָציאַליסטן.