Moshe Rosman. How Jewish Is Jewish History? (Oxford: The Littman Library of Jewish Civilization, 2007). |
משה ראָסמאַן געהערט צו דעם דור ייִדישע היסטאָריקער, וואָס איז געקומען נאָך די "גדולים", אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו, סאַלאָ באַראָן און יוסף־חיים ירושלמי, וועלכע האָבן באַשטימט דעם סדר־היום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָרישער פֿאָרשונג. ראָסמאַנס פֿעלד איז די געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט, בפֿרט די סאָציאַלע געשיכטע פֿון חסידות. אָבער זײַן נײַ בוך איז ניט וועגן פּוילישע ייִדן, נאָר וועגן דעם תּכלית פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל.
די קשיא, וואָס ראָסמאַן שטעלט אינעם טיטל פֿון זײַן ווערק, "ווי ווײַט ייִדישלעך איז די ייִדישע געשיכטע", איז ניט קיין נײַע. נאָך משה מענדלסאָן, מיט העכער צוויי הונדערט יאָר צוריק, האָט געטענהט, אַז ייִדן האָבן ניט קיין אייגענע געשיכטע, ווײַל זינט דעם צווייטן חורבן האָבן זיי ניט גענומען קיין אַקטיוון אָנטייל אין מלחמות, מלוכישער בילדונג און אַנדערע וויכטיקע געשעענישן פֿון וועלט־געשיכטע. ייִדן זײַנען דאָס אייביקע פֿאָלק, און זייער שליחות איז צו האַלטן זייער רעליגיע. די ציוניסטן האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט אַזאַ מין פּאַסיווער פּאָזיציע, און האָבן באַטאָנט אין זייער פּראָפּאַגאַנדע יענע היסטאָרישע עפּיזאָדן, ווען ייִדן האָבן יאָ געפּרוּווט צו נעמען זייער גורל אין זייערע אייגענע הענט.
ווי אַ געבוירענער אין אַמעריקע, וועלכער וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין מדינת־ישׂראל, האָט משה ראָסמאַן וואַרעמע געפֿילן סײַ צום גלות־ייִדנטום און סײַ צום ייִשובֿ אין ישׂראל. ער באַטראַכט אין זײַן בוך פֿאַרשידענע שיטות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע סײַ פֿונעם אַקאַדעמישן, סײַ פֿונעם פּערזענלעכן, ייִדישן, שטאַנדפּונקט. ווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר זײַנע חקירות מאַכט ער אַ וויכטיקע אָבסערוואַציע׃ די "מאָדערנע" תּקופֿה אין דער ייִדישער געשיכטע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין דער צײַט פֿון די השׂכּלה, האָט זיך פֿאַרענדיקט אין מיט־20סטן יאָרהונדערט, מיטן חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום און דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. איצט לעבן מיר אין אַן אַנדערער, "פּאָסט־מאָדערנער", תּקופֿה. להיפּוך צו די אַמאָליקע צײַטן, געניסן די הײַנטיקע ייִדן פֿונעם עקאָנאָמישן וווילזײַן, פּאָליטישער גלײַכרעכטיקייט, און זײַנען פֿרײַ אויסצוקלײַבן, צי זיי ווילן יאָ בלײַבן ייִדן, צי ניט, און אויב יאָ, איז וואָס פֿאַר אַ מין ייִדישקייט אָנצוהאַלטן.
דאָס רובֿ ייִדן וווינען הײַנט אין די גרויסע מעטראָפּאָלישע צענטערס פֿון ישׂראל און אַמעריקע, אָבער זייער צאָל וואַקסט זייער פּאַמעלעך, און דער עיקר, בײַ די פֿרומע. אַזאַ מין סאָציאַל־עקאָנאָמישער מצבֿ באַשטימט די אינטעלעקטועלע און קולטורעלע האָריזאָנטן פֿון ייִדישער אינטעליגענץ. מען איז ווייניקער באַזאָרגט מיט די גרויסע היסטאָרישע נאַראַטיוון, וועלכע כאַפּן אַרום ריזיקע כראָנאָלאָגישע און געאָגראַפֿישע רחבֿותן. אַנשטאָט דעם, גיט מען זיך אָפּ מיט "קלייניקייטן", אַזעלכע ווי געשיכטעס פֿון איינצלנע קהילות אָדער ספּעציפֿישע פּראָבלעמען. ייִדן האַלטן מער ניט קיין חזקה אויף דער ייִדישער געשיכטע, און אַ גאַנצע ריי פֿון באַגאַבטע יונגע היסטאָריקער, בפֿרט פֿון פּוילן און דײַטשלאַנד, באַהאַנדלען די ייִדישע טעמעס אינעם קאָנטעקסט פֿון דער געשיכטע פֿון זייערע לענדער.
פֿון דער אַנדערער זײַט, טענהט ראָסמאַן, ווערט דער באַגריף "ייִד" אָפֿטמאָל גענוצט אַלעגאָריש, ווי אַ סימן פֿאַר אַלע דיסקרימינירטע און אונטערדריקטע מענטשן. ענלעך קאָן מען רעדן וועגן אַ "האָלאָקאָסט" אין שײַכות מיט ביז גאָר פֿאַרשידענע טראַגעדיעס, וועלכע אַנדערע פֿעלקער האָבן געליטן. אַזוי אַרום שטעלט זיך אַ פֿראַגע׃ צי איז פֿאַראַן עפּעס אַן עיקר, אַ קערן, וואָס מאַכט די ייִדישע געשיכטע אַנדערש פֿון דער געשיכטע פֿון אַנדערע אומות? צי האָבן די געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט ייִדן אין פֿאַרשידענע ערטער און אין פֿאַרשידענע תּקופֿות, עפּעס בשותּפֿות? אָדער, אפֿשר, צעפֿאַלט זיך די ייִדישע געשיכטע אויף איינצלנע עפּיזאָדן, וועלכע געהערן צו פֿאַרשידענע אַנדערע געשיכטעס?
ראָסמאַן פּראָבירט צו ענטפֿערן אויף די צוויי ערשטע פֿראַגעס מיט אַ "יאָ", אָבער דערבײַ באַמיט ער זיך ניט אַוועקצוּוואַרפֿן די דערגרייכונגען פֿון אַנדערע שיטות פֿון פּאָסט־מאָדערנער היסטאָרישער פֿאָרשונג. ער פֿירט דורך אַ גרענעץ־ליניע בײַ דער אַלעגאָרישער אינטערפּרעטאַציע, דהײַנו, ער וויל, אַז דער "ייִד" זאָל בלײַבן אַ ייִד, ניט אַבי־ווער. אָבער ווען עס קומט צו אַ מער פּרטימדיקן דעפֿינירן פֿונעם ייִדישן "עיקר", ווערט די גאַנצע מעשׂה מער קאָמפּליצירט.
די פּראָבלעם מיט זוכן דאָס "פּינטעלע ייִד" אין דער ייִדישער געשיכטע האָט צו טאָן דווקא מיט דער נאַטור פֿון דער "פּאָסט־מאָדערנער" תּקופֿה, וואָס איז געקומען אויף דער וועלט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. יעדער איינער מאַכט שבת פֿאַר זיך, און מע וויל ניט הערן וועגן די אַנדערע. עס איז ניטאָ קיין רעצעפּט, ווי אַזוי אַוועקזעצן אַלע ייִדן בײַ איין טיש. מעגלעך, אַז די ייִדישע היסטאָריקער קאָנען אין דעם צוהעלפֿן, אָבער צוליב דעם דאַרף מען זיך צוהערן מיט מער התמדה צו די שטימען פֿונעם עבֿר, בפֿרט צו די, וועלכע האָבן גערעדט אויף ייִדיש. דווקא ייִדיש איז געווען דער הויפּט־קרבן פֿונעם בלוטיקן איבערגאַנג פֿון דער "מאָדערנער" צו דער "פּאָסט־מאָדערנער" תּקופֿה, אָבער די ייִדישע קולטור האָט נאָך אַ סך צו זאָגן דער הײַנטיקער וועלט. צוליב דעם דאַרף מען גראָבן טיפֿער, כּדי אונטער דעם גראָבן שיכט שמאַלץ, אָנצוקומען צו די אינטעלעקטועלע טיפֿענישן. כּל־זמן מע פּרוּווט אָבער אויסצודריקן אָט דעם עצם ייִדישקייט אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך, וועט מען מוזן, נעבעך, בלאָנדזשען צווישן פֿרעמדע באַגריפֿן.