Dara Horn. All Other Nights. A Novel. New York: W. W. Norton, 2009 |
אין איר נײַעם ראָמאַן פֿירט דאַראַ האָרן אַרײַן אירע לייענער אין דער תּקופֿה פֿון דעם אַמעריקאַנער בירגער־קריג פֿון 1861—1865. די דאָזיקע טעמע איז אַוודאי ניט קיין נײַע אין דער ליטעראַטור, אָבער די מחברין געפֿינט אַ נײַעם קוקווינקל, און באַהאַנדלט די געשעענישן פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט. דערבײַ קלײַבט זי אויס ניט קיין "העלדישן" העלד, עפּעס אַ ייִדישן זעלנער, וואָס האָט זיך געשלאָגן אין דער צפֿון־אַרמיי פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון די שקלאַפֿן. איר העלד איז טאַקע אַ זעלנער אין דער אַרמיי פֿון גענעראַל גראַנט, אָבער קיין באַוווּסטזיניקער קעמפֿער קעגן שקלאַפֿערײַ איז ער ניט.
יעקבֿ ראַפּאָפּאָרט איז אַ שפּיאָן אין דער דינסט פֿון דער צפֿונדיקער אוניאָן־רעגירונג, וואָס שיקט אים לעבֿר דער פֿראָנט־ליניע מיט כּלערליי געהיימע און געפֿערלעכע שליחותן. דער לייענער פֿון דאַראַ האָרנס פֿריִערדיקע ביכער ווייסט שוין, אַז זי האָט אַ באַזונדערן אינטערעס צו "שונד" (פּאָליטיש־קאָרעקט זאָגט מען הײַנט "פּאָפּולערע ליטעראַטור"), און זי באַנוצט זיך מיט דעם דאָזיקן סטיליסטישן כּלי מיט געשמאַק און בריהשקייט. דאָס נײַע בוך איז אַ פּאַראָדיע אויף דעם זשאַנער פֿון שפּיאָנען־ראָמאַן. יעקבֿ ראַפּאָפּאָרט איז אַ מין ייִדישער דזשיימס באָנד, וואָס איז בכּוח אויפֿצופֿירן די סאַמע אומגלייבלעכע אָפּעראַציעס און ניט נאָר אַרויסקומען דערפֿון לעבעדיק, אָבער אויך קריגן אַ שיינע פֿרוי ווי אַ פּריז.
אָבער דאָס איז בלויז דער אָנהייב פֿון דער געשיכטע, ניט דער סוף, להיפּוך צו דעם קלאַסישן שפּיאָנישן ראָמאַן. ראַפּאָראָטס שווערסטער שליחות, איז ניט פֿאַר דער געהיים־דינסט, וואָס באַהאַנדלט אים ווי אַ שמאַטע, נאָר פֿאַר זיך אַליין. די מלחמה דינט דערבײַ ווי אַ היסטאָרישער הינטערגרונט, וואָס דערמעגלעכט דער מחברין דורכצופֿירן איר העלד דורך סאַמע אומגלויבלעכע סכּנות כּמעט אומבאַשעדיקט. אַזוי אַרום קאָן זי אויך אונטערהאַלטן די שפּאַנונג פֿון דער געשיכטע, הגם אַ געניטער לייענער פֿאַרשטייט גאָר גיך, אַז ניט דאָס איז זי אויסן.
דער שונד־סטיל איז אַ פּאַראָדישע כּלי צו אַנטפּלעקן (אָדער פֿאַרקערט, פֿאַרבאַהאַלטן) דעם טיפֿערן מיין פֿון דער מעשׂה. ווי אַ טיפּ, האָט ראַפּאָפּאָרט וואָרצלען אין דער ליטעראַרישער טראַדיציע, סײַ אין דער ייִדישער און סײַ אין דער אַלוועלטלעכער. ער איז אַ שטיקל שלימזל, וואָס קאָן זיך אַרויסדריין פֿון אַלע צרות, אָבער ער געווינט דערפֿון נישט פֿאַר זיך — חוץ דעם גרעסטן פּריז צום סאַמע סוף. אַזעלכע פּערסאָנאַזשן זײַנען דאָ אי בײַ שלום אַשן, אי בײַ זײַן ליטעראַרישן תּלמיד יצחק באַשעוויס, אָבער זייער ליטעראַרישן ייִחוס ציִען זיי פֿון פּיער בעזוכאָוו פֿון לעוו טאָלסטאָיס "מלחמה און שלום".
יעדער דור האָט זײַנע שלימזלען, און יעקבֿ ראַפּאָפּאָרט איז דער העלד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. מען איז באַקאַנט מיט זײַנע ברידער פֿון די ראָמאַנען פֿונעם יונגן דור אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער׃ מײַקל שאַבאָן, יונתן סאַפֿראַן־פֿאָער, גערי שטיינגאַרדט. להיפּוך צו יענע הײַנטצײַטיקע פּערסאָנאַזשן, איז ראַפּאָפּאָרט איידל און באַשיידן, דעליקאַט און אַ ביסל "ווײַבעריש", ניט אומזיסט וווינט ער מיט הונדערט און פֿופֿציק יאָר צוריק. פֿונדעסטוועגן, איז זײַן געשיכטע אַ הײַנטיקע פֿאַנטאַזיע, וואָס באַרירט די פּראָבלעמען פֿון מאָראַל, פּאָליטיק און רעליגיע, וועלכע זײַנען אַקטועל הײַנט ניט ווייניק ער ווי אַ מאָל, און באַהאַנדלט זײַנען זיי פֿון אַ מאָדערנעם ייִדישן שטאַנדפּונקט.
אַזוי ווי דעמאָלט, איז דער אַמעריקאַנער ייִדישער ציבור צעשפּאָלטן אויף פֿאַרשידענע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע לאַגערן, כאָטש דאָס רובֿ מענטשן האָבן אין זינען זייער אייגענעם וווילזײַן. דאַראַ האָרן אַנטפּלעקט אינעם נײַעם ראָמאַן אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר סאָציאַלער סאַטירע, וואָס איז נײַ אין פֿאַרגלײַך מיט אירע פֿריִערדיקע ווערק. נאַטירלעך, די ייִדישע כאַראַקטערן, באַזונדערס יונגע פֿרויען קומען בײַ איר אַרויס צום בעסטן, ווי אמתע בשׂר־ודמס׃ חנעוודיק, שאַרפֿזיניק, איראָניש. מערקווירדיק, וואָס די ווײַסע אַמעריקאַנער פֿון אַ גאַנץ יאָר, פּראָטעסטאַנטן און קאַטויליקער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה פֿון ביידע צדדים, שפּילן אינעם ראָמאַן ניט קיין גרויסע ראָלע.
אַ סך מער אָרט פֿאַרנעמען אינעם ראָמאַן די שוואַרצע שקלאַפֿן, וועלכע ווערן געשילדערט ווי דער קעגנאַנאַנד צו די ייִדן. זיי זײַנען כּמעט אַלע ערלעכע און וווילע מענטשן, כאָטש קינסטלעריש זײַנען זיי אַ ביסל צו גראָדליניק און פֿלאַך. צומאָל דאַכט זיך אַפֿילו, אַז די דאָזיקע כאַראַקטערן זײַנען אויך אַ ביסל פּאַראָדיש, אַז די מחברין מאַכט חוזק פֿונעם סטערעאָטיפּ פֿונעם "איידעלן פּרא־אָדם", אָבער מן־הסתּם איז דאָס ניט בכּיוונדיק... להיפּוך צו די ייִדן, פֿאַרמאָגן די שוואַרצע פּערסאָנאַזשן ניט קיין אינערלעכע צעשפּאָלטנקייט און האָבן ניט קיין ספֿיקות וועגן זייער רעליגיע, מאָראַל און פּאָליטיק. זיי ווייסן גענוי, וואָס איז גוט און וואָס איז שלעכט. איז דאָס אַ משל פֿאַר ייִדן?
די טעמע פֿון שקלאַפֿערײַ איז גאַנץ בולט אינעם ראָמאַן, ווי עס קומט אַרויס שוין פֿונעם טיטל. איין פּאַראַלעל איז גאַנץ אַ פּשוטער׃ די דרומדיקע ייִדן, וואָס זײַנען אַמאָל געווען פֿאַרשקלאַפֿט אין מצרים, האָבן ניט גענוג מיטלײַד פֿאַר די הײַנטיקע שוואַרצע שקלאַפֿן, אַפֿילו ווען זיי זיצן בײַם סדר־טיש. כּלערליי תּנ״כישע רמזים טרעפֿן זיך כּמעט אויף יעדער זײַט פֿונעם ראָמאַן. דער תּנ״ך ווי די געשיכטע פֿונעם אויסגעקליבענעם פֿאָלק, פֿאַרנעמט עד־היום אַ וויכטיק אָרט אינעם אַמעריקאַנישן קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן. אַמעריקע ווערט אויסגעטײַטשט ווי אַ נײַער "ארץ־הקודש" ניט בלויז פֿאַר די אַמעריקאַנער, נאָר פֿאַר דער גאַנצער וועלט. מיט אַ ביסל איראָניע ציט דאַראַ האָרן די דאָזיקע טראַדיציע ווײַטער. די תּקופֿה פֿון דעם בירגער־קריג ווערט געגליכן צו דער צײַט פֿון די שופֿטים, ווען דאָס לאַנד איז געווען צעריסן דורך מחלוקתן און מלחמות צווישן פֿאַרשידענע שבֿטים.
וואָס איז דער נימשל פֿונעם דאָזיקן משל־ראָמאַן? עס איז קודם־כּל, אַ בוך וועגן די אייביקע ווערטן פֿון ליבע און שׂינאה, אמת און שקר, געטרײַשאַפֿט און פֿאַרראַט, וואָס איז צומאָל זייער שווער פֿאַנאַנדערצוטיילן. דאָס בוך איז שאַרפֿזיניק און קלוג, אָבער אַ ביסל איבערגעלאָדן מיט פּעדאַגאָגישער באַלערעוודיקייט.