|
Leon de Winter.
Das Recht auf Rückkehr. Zürich: Diogenes, 2009. |
|
דער נאָמען פֿונעם האָלענדיש־ייִדישן מחבר לעאָן דע ווינטער איז קוים באַקאַנט אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט, הגם אין האָלאַנד און אין דײַטשלאַנד געהערט ער צו די סאַמע באַרימטע הײַנטיקע שרײַבער און פּובליציסטן, וואָס שרײַבן אויף ייִדישע טעמעס. ער האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ הייסער שטיצער פֿון ישׂראל און אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די ווערטן פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע קעגן דער איסלאַמישער סכּנה. דע ווינטערס נײַע ווערק ווערן כּסדר תּיכּף איבערגעזעצט פֿון האָלענדיש אויף דײַטש און פּראָוואָצירן אָפֿטמאָל שאַרפֿע דעבאַטן אין דער דײַטשישער פּרעסע.
דער נײַער ראָמאַן זײַנער, "דאָס רעכט אויף צוריקקומען", איז באַזונדערס "געראָטן" אין דעם הינזיכט. דאָס בוך איז אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון "אַנטי־אוטאָפּיע". די האַנדלונג קומט פֿאָר אינעם יאָר 2024 אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט, אָבער אַלץ דרייט זיך אַרום ישׂראל — דאָס הייסט, אַרום דעם קליין שטיקל ים־ברעג אַרום תּל־אָבֿיבֿ, וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן פֿון דער ייִדישער מדינה נאָך אַ ריי טעריטאָריאַלע פּשרות מיט די אַראַבער. דאָס רובֿ ייִדן האָבן שוין געהאַט פֿאַרלאָזט ישׂראל און זיך אַריבערגעקליבן אין דער "אַלטער היים", אין גלות. פֿאַרבליבן זײַנען בלויז די פֿאַרברענטע ציוניסטן, וואָס זײַנען גרייט זיך צו שלאָגן ביזן לעצטן טראָפּן בלוט.
דער ראָמאַן דערציילט די געשיכטע פֿון אַ ייִדישן פֿאָטער, וועלכער זוכט זײַן נעלם־געוואָרענעם זון. אַזאַ מין סיפּור־המעשׂה דערמעגלעכט דעם מחבר צו וואַנדערן מיט זײַן העלד איבער דער גאַנצער וועלט, און אויף אַזאַ אופֿן צו אַנטפּלעקן פֿאַר דעם לייענער דאָס שרעקלעכע בילד פֿון דער ירידה פֿון דער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע און דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון איסלאַם, וואָס האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אויף דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער פּאָליטישער בינע. בעת־מעשׂה איז פּוילן געוואָרן דאָס שטאַרקסטע לאַנד אין אייראָפּע, און רוסלאַנד — אונטער פּוטינס פֿירערשאַפֿט — האָט טיילווײַז ווידער אויפֿגעבויט די סאָוועטישע אימפּעריע. אַמעריקע האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון די וועלט־פּאָליטישע ענינים, און דער מיליטאַנטישער איסלאַם דאָמינירט אין צענטראַל־אַזיע. אין דער דאָזיקער הפֿקר־וועלט פֿון לית דין ולית דיין מוז יעדער איינער זאָרגן פֿאַר זיך אַליין כּדי אָפּהיטן זײַנע מענטשלעכע רעכט. דע ווינטערס העלדן זײַנען אַנטוישטע און פֿאַרביטערטע אינטעליגענטן, וואָס זייער לעבן איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ בייזן חלום.
"די צײַט, ווען מען איז געווען זיכער, אַז דער מאָרגן וועט זײַן אַן אומגעשטערטע פֿאָרזעצונג פֿונעם הײַנטיקן טאָג", איז שוין פֿאַרבײַ. קיין פּשרה מיטן צד־שכּנגד איז מער ניט מעגלעך, און די ייִדישע מדינה האָט ניט קיין אויסזיכטן אויף אַ ווײַטערדיקער עקזיסטענץ. דער שׂונא מאָביליזירט די סאַמע נײַע וויסנשאַפֿטלעכע און טעכנאָלאָגישע רעסורסן, און איז אַפֿילו בכּוח צו פֿאַרוואַנדלען געקידנעפּטע ייִדישע קינדער אין זעלבסט־מערדערישע איסלאַמישע טעראָריסטן.
דער טיטל פֿונעם בוך לאָזט זיך אויסטײַטשן אויף דרײַ פֿאַרשידענע אופֿנים, און די דאָזיקע פֿילדײַטיקייט באַטאָנט, אַז די וועלט געפֿינט זיך אין אַ קריטישן מצבֿ. פֿון איין זײַט, איז דאָס דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער "חוק השבֿות", וואָס באַרעכטיקט יעדן מענטש מיט אַ ייִדישן זיידן אָדער ייִדישער באָבע צו באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס "רעכט אויף צוריקקומען" אַן עיקר־פֿאָדערונג פֿונעם פּאַלעסטינער צד׃ ישׂראל זאָל אָנערקענען, אַז אַלע אַראַבישע פּליטים און זייערע קינדער האָבן דאָס רעכט זיך אומצוקערן צוריק. אָבער אינעם קאָנטעקסט פֿונעם ראָמאַן באַקומט דער דאָזיקער באַגריף נאָך אַ דריטן מיין׃ די ישׂראלים האָבן דאָס רעכט זיך אומצוקערן אין די גלות־לענדער, וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט פֿרײַוויליק אָדער בגוואַלד מיט יאָרן צוריק.
דע ווינטערס דײַטשישע פּובליציסטיק באַווײַזט זיך כּסדר אויף די זײַטן פֿון דער רעכט־קאָנסערוואַטיווער צײַטונג "די וועלט", וואָס טיילט זיך אויס מיט איר שטאַרקער שטיצע פֿון ישׂראל. אַזאַ איז געווען די פּרינציפּיעלע פּאָזיציע פֿון אַקסעל שפּרינגער, דעם גרינדער פֿונעם מעכטיקן קאָנצערן "שפּרינגער־פֿאַרלאַג". אָבער וואָס שייך זײַן ליבע צו פּוטין, איז דע ווינטער זיכער אַ יוצא־דופֿן צווישן די דײַטשישע קאָנסערוואַטיווע רעכטע׃ אינעם ראָמאַן ווערט רוסלאַנד געמאָלט ווי אַ נײַער מקום־מיקלט פֿאַר ייִדן, וועלכע לויפֿן פֿון ישׂראל. מען דאַרף אָבער באַמערקן, אַז דע ווינטערס אָנהענגער האַלטן, אַז זײַן פּאָרטרעט פֿון פּוטינס רוסלאַנד איז סאַרקאַסטיש, און ניט אַפּאָלאָגעטיש.
עס איז קלאָר, אַז "דאָס רעכט אויף צוריקקומען" איז אַ פּאָליטישער פּאַמפֿלעט, וואָס האָט צו טאָן מיט דעם איצט און ניט מיטן מאָרגן. דער מחבר פּאָלעמיזירט מיט די לינקע קריטיקער פֿון ישׂראל, וועלכע טענהן, אַז מען קאָן שליסן שלום מיט די אַראַבער און לייזן דעם קאָנפֿליקט איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. דע ווינטער שטעלט אַ פּראָוואָקאַטאָרישע פֿראַגע׃ "וואָס וועט זײַן, אויב דאָס איז ניט מעגלעך?" דער קאַמף, פֿון דע ווינטערס שטאַנדפּונקט, גייט ניט נאָר פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון דער קליינער ייִדישער מדינה, נאָר פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע. די לינקע קריטיקער פֿון ישׂראל, אַזוי האַלט דע ווינטער, פֿאַרשטייען ניט, אַז אינעם הײַנטיקן קולטור־קאַמף פֿאַרטיידיקן זיי, בכּיוון אָדער ניט, דעם געפֿערלעכן שׂונא, וואָס וועט ניט האָבן קיין רחמנות אויף זיי, ווען ער וועט מנצח זײַן.
דע ווינטערס אַנטי־אוטאָפּיע קומט אַרויס אַ ביסל מער ווי אין הונדערט יאָר אַרום נאָך טעאָדאָר הערצלס באַרימטן אוטאָפּישן ראָמאַן "אַלט־נײַ־לאַנד". ניט געקוקט אויף די בולטע חילוקים צווישן די ביידע ווערק, קאָן מען באַמערקן טשיקאַווע פּאַראַלעלן צווישן זיי. הערצלס אוטאָפּיע, אַזוי ווי דע ווינטערס אַנטי־אוטאָפּיע, קומט פֿאָר אין די 20ער יאָרן פֿון אַ נײַעם יאָרהונדערט. ביידע מחברים האָבן פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע מלוכה ווי אַ וויכטיקן טייל פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע. הערצלס וויזיע פֿון דער וועלט אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז געווען דורכויס אָפּטימיסטיש. דע ווינטער, להיפּוך, זעט די ווירקלעכקייט פֿון מאָרגן דורך שוואַרצע ברילן. און אַזוי ווי הערצל האָט אַ טעות געהאַט מיט זײַן אָפּטימיסטישן פּראָגנאָז, אַזוי, קאָן מען האָפֿן, איז זיך דע ווינטער אויך טועה מיט זײַנע פֿינצטערע נבֿואות.