|
פֿון תּנ״ך ביז פּאָסט־מאָדערן׃ אַרטיקלען וועגן ייִדישער
קולטור־געשיכטע.
מאָסקווע׃ טעקסט, 2009 |
|
די יערלעכע קאָנפֿערענצן, וואָס קומען פֿאָר אין מאָסקווע אונטער דער השגחה פֿונעם אַקאַדעמישן צענטער "ספֿר" יעדן ווינטער זינט אָנהייב 1990ער יאָרן, זײַנען זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי דער גרעסטער און וויכטיקסטער אַקאַדעמישער פֿאָרום פֿון ייִדישע לימודים אין מיזרח־אייראָפּע. די רעפֿעראַטן פֿון די קאָנפֿערענצן ווערן כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט, און הגם ניט אַלע פֿון זיי זײַנען אויף דעם געהעריקן אַקאַדעמישן ניוואָ, דינען די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווי אַ וויכטיקער סטימול צו דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם אַקאַדעמישן געביט, וואָס איז געווען פּראַקטיש פֿאַרווערט אונטער דער סאָוועטישער מאַכט.
דאָס נײַע זאַמלבוך נעמט אַרײַן אויסגעקליבענע רעפֿעראַטן פֿון די קאָנפֿערענצן פֿון 2007 און 2008. הײַנט זײַנען די רעדאַקטאָרן שוין מער איבערקלײַבעריש אין זייער צוגאַנג צו די טעקסטן. ווי מען זעט פֿונעם טיטל, דעקט דאָס בוך אַ ברייטן טעמאַטישן און כראָנאָלאָגישן דיאַפּאַזאָן, פֿון דער פּאָעטיק און טעאָלאָגיע פֿונעם תּנ"ך ביז צו דער מאָדערנער ייִדישער קולטור (כאָטש דער באַגריף "פּאָסטמאָדערן" זעט דאָ אויס ווי אַ גוזמא׃ סײַ די מעטאָדאָלאָגיע און סײַ דער מאַטעריאַל זײַנען גאַנץ טראַדיציאָנעל, צומאָל אַפֿילו אַלטמאָדיש). דאָס רובֿ מחברים וווינען אין די לענדער פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער דאָזיקער פֿאַקט באַווײַזט, אַז דער געביט פֿון ייִדישע לימודים בלײַבט עד־היום אפֿשר דער איינציקער קולטורעלער שטח, וווּ עס טרעפֿן זיך פֿאַר פּראָדוקטיווער מיטאַרבעט סטודענטן און פֿאָרשער פֿון ליטע און ווײַסרוסלאַנד, רוסלאַנד און אוקראַיִנע. אַזוי ווי אַ מאָל, היטן ייִדן אָפּ דעם היסטאָרישן זכּרון וועגן דעם אַמאָליקן מלכות בעסער פֿון אַנדערע פֿעלקער׃ די ייִדישע "ליטע" איז אַן אָנדענק פֿונעם אַלטן ליטווישן גרויס־פֿירשטנטום, ייִדישע טשערנאָוויץ איז אויף אייביק פֿאַרבליבן אין דער האַבסבורג־אימפּעריע, און די רוסישע שפּראַך פֿאַראייניקט די "פּאָסט־סאָוועטישע" עדה, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט.
דער ערשטער טייל פֿונעם זאַמלבוך איז געווידמעט די ביבלישע שטודיעס, און דאָס רובֿ מחברים שטייען אין סאַמע אָנהייב פֿון זייער אַקאַדעמישן וועג. זיי זײַנען סטודענטן פֿון די נײַע אָפּטיילונגען אין צענטער פֿון יודאַיִסטיק אין דעם מאָסקווער און פּעטערבורגער אוניווערסיטעטן, וועלכע פֿונקציאָנירן מיט דער שטיצע פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער נײַער אַקאַדעמישער דור האָט אַ היפּשן פּאָטענציאַל. אָבער דער הײַנטיקער עקאָנאָמישער מצבֿ און דער קולטורעלער קלימאַט אין רוסלאַנד זײַנען ניט גענוג פּאַסיק פֿאַר הומאַניסטיק בכלל און פֿאַר קריטישער ביבלישער וויסנשאַפֿט, בפֿרט.
בעת די יונגע פֿאָרשער פֿון תּנ״ך האַלטן אין איין באַהערשן און פֿאַראייגענען די דערגרייכונגען פֿון זייערע לערער פֿון אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל, גיבן זיך זייערע עלטערע קאָלעגן אָפּ מיט פֿאַרברייטערן זייערע פֿאָרשערישע אינטערעסן און באַהאַנדלען ייִדישע טעמעס. אינטערעסאַנט אין דעם זין זײַנען די פּרוּוון פֿון אוקראַיִנישע פֿילאָלאָגן און היסטאָריקער אײַנצושליסן אַזעלכע טעמעס ווי חסידות און ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע קאָנטאַקטן אין דער ספֿערע פֿון אוקראַיִנער קולטור. הינטער דעם שטעקט אַ געוויסער פּאָליטישער אינטערעס׃ מען איז אויסן צו דערווײַזן, אַז אוקראַיִנע (להיפּוך צו רוסלאַנד) איז תּמיד געווען אַ טייל פֿונעם אייראָפּעיִשן קולטורעלן רוים, און דווקא די ייִדן האָבן געדינט ווי פֿאַרמיטלער אין דעם קולטורעלן אויסטויש צווישן מיזרח און מערבֿ.
פֿילאָלאָגיע און ליטעראַטור־קריטיק פֿאַרנעמען אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַ מער חשובֿ אָרט איידער אין מערבֿ, וווּ דער געביט פֿון ייִדישע שטודיעס ווערט לעצטנס דאָמינירט דורך דעם היסטאָרישן צוגאַנג. דאָס רובֿ רעפֿעראַטן אינעם זאַמלבוך באַהאַנדלען, אַזוי אָדער אַנדערש, טעקסטן אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, פֿון אַראַמיש און אַלט־גריכיש צו דײַטש, ייִדיש און אוקראַיִניש. דערבײַ פֿאַרנעמט רוסיש און רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור, נאַטירלעך, דאָס צענטראַלע אָרט. אַ צאָל רעפֿעראַטן באַהאַנדלען, אונטער אַ געוויסן טעמאַטישן קוקווינקל, די גאַנצע שאַפֿונג אָדער איינצלנע ווערק פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי מאַקס נאָרדוי, י.ל. פּרץ, יוסף ראָט, זאבֿ זשאַבאָטינסקי, נאַדעזשדאַ מאַנדעלשטאַם.
צוויי רעפֿעראַטן זײַנען ספּעציעל געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור. אַלעקסאַנדראַ פּאָליאַן (מאָסקווע) אַנאַליזירט די דיאַלעקטישע גראַמען אין דער דיכטונג פֿון אהרן גלאַנץ־לעיעלעס און קומט צו ווײַטגרייכנדיקע אויספֿירן מכּוח דער ראָלע פֿון די "אינזיכיסטן" אין דער פֿאָרמירונג פֿון דער ליטעראַרישער ייִדישער כּלל־שפּראַך אין אַמעריקע. זי באַטאָנט, אַז דווקא די "אינזיכיסטן" זײַנען געווען די ערשטע צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע דיכטער, וואָס האָבן אָנגעהויבן אויסצונוצן די דיאַלעקטישע פֿאָנעטיק ווי אַ קינסטלעריש מיטל פֿאַר "אינסטרומענטירונג פֿונעם דיכטערישן טעקסט". נאָך מער, טענהט זי, דווקא זיי האָבן געשאַפֿן דעם "איינהייטלעכן לעקסיקאָן פֿון ייִדישע גראַמען" פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער דיכטונג. די פֿאָרשערין פּרוּווט צו באַגרינדן אירע וואָגיקע אויספֿירן מיט ראיות פֿון מאַקס ווײַנרײַך און יודל מאַרק, וואָס האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו די "אינזיכיסטן", און נעמט ניט אין באַטראַכט דעם בײַטראָג פֿון די פֿריִערע ליטעראַרישע באַוועגונגען אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור; שוין אָפּגערעדט, פֿון דער קריטיק פֿון די "אינזיכיסטן" גופֿא.
מאַטוויי טשלענאָוו (מאָסקווע) באַהאַנדלט די פּראָבלעם פֿון דעם אויפֿלעב פֿון דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין דער "אָדליגע"-תּקופֿע פֿון סוף 1950ער יאָרן. ער פֿאַררופֿט זיך אויף אינטערעסאַנטע אַרכיוואַלע דאָקומענטן, בפֿרט אויף דעם מעמאָראַנדום, וואָס נחום אויסלענדער האָט צוגעשטעלט אין דער "אויסלאַנד־קאָמיסיע" פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין אין יאַנואַר 1957. אַזוי ווי אין אַנדערע אַרטיקלען, פֿעלט דאָ אויס אַ ברייטערער פּאָליטישער און קולטורעלער קאָנטעקסט, בפֿרט נאָך, אַז די דאָזיקע טעמע איז לעצטנס גאַנץ גוט אויסגעפֿאָרשט געוואָרן אין אַמעריקע און ישׂראל.
די טעמע פֿון ייִדיש ווערט ווײַטער באַהאַנדלט אין דער סעקציע פֿון ייִדישער מוזיק. באַטראַכטנדיק די עוואָלוציע פֿון ייִדישע לידער אין מיזרח־אייראָפּע, שטויסט זיך דמיטרי סלעפּאָוויטש (מינסק, ניו־יאָרק) אָן אויף אַ פֿראַגע׃ וואָס איז דער אונטערשיד צווישן ייִדישע לידער און לידער אויף ייִדיש? זײַן פֿאָרשונג באַזירט זיך אויף עטנאָגראַפֿישע אינטערוויוען, וואָס ער האָט געזאַמלט צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון ווײַסרוסלאַנד אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט. די ענטפֿערס אויף דער דאָזיקער פֿראַגע, טענהט סלעפּאָוויטש, ליגן אין דער ספֿערע פֿון אינטאָנאַציע, וואָס ער רופֿט "די נשמה פֿון אַ קולטור".
דאָס זאַמלבוך "פֿון תּנ״ך ביז פּאָסט־מאָדערן" פֿאַרמאָגט מער ווי דרײַסיק רעפֿעראַטן, וואָס דערמעגלעכן צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיקן אײַנדרוק וועגן דעם צושטאַנד און די טענדענצן פֿון ייִדישע לימודים אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָרטן קומט פֿאָר אַן אינטענסיווע אַרבעט אין צוויי ריכטונגען: מען דאַרף, קודם־כּל, גוט באַהאַוונט ווערן אין די ווערק פֿון אויסלענדישע קאָלעגן, אויסלערנען זייער צוגאַנג צום מאַטעריאַל און זייער מעטאָדאָלאָגיע. ווײַטער דאַרף מען שאַפֿן אַן אייגענע "נישע" אין דעם אַלוועלטלעכן ציבור פֿון ייִדישע לימודים, און פֿאַרשטיין, וועלכע טעמעס זײַנען מער פּאַסיק פֿאַר אָרטיקע באַדינגונגען. דערווײַל שטייט דער טראַף פֿון פּאָסט־סאָוועטישע ייִדישע לימודים אויף אַזעלכע אָביעקטן, ווי: טעקסטן, ווערק פֿון מוזיק און קונסט, און נישט אויף די פּראָצעסן פֿון דער סאָציאַלער אָדער אינטעלעקטועלער געשיכטע. קאָן זײַן, אַז אין אָט דער ריכטונג דאַרף מען גיין ווײַטער, כּדי אָפּצוהיטן דאָס אייגנאַרטיקע אינטעלעקטועלע פּנים.